איך האב פאר א סיבה געברענגט א ספעציפישע משל. איך האב עס נישט צוגעגליכן צו דאס הרגענען אידן חס ושלום...
אפי' מיין משל איז אויך נישט אינגאנצן גלייך.
אבער דאס מיינט נישט אז אריינלייגן אומשולדיגע אימיגראנטן אין כמו קאנצענטראציע לאגערן ווען די פאמיליע ווייסט ניטאמאל ווי זייער מאן/טאטע/מאמע איז אנגעקומען, צומאל פאר חדשים, איז פלוצלינג געווארן מאראליש, בלויז ווייל ס'איז נישט קיין זשענעסייד.
ווער רעדט נאך אז די סיבות וואס טראמפ געט איז פשוט ליגנט, געטריבן פון ראסיזם, איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס נאך לייקענען.
די קריים ראטע איז העכער ביי אמעריקאנער ווי ביי אימיגראנטן.
דראָגס ווערט געשווערצט דורך אמעריקאנער...
און אזוי ווייטער...
אבער דו גייסט דאך מיר נישט גלייבן ווייל מיינע מקורות זענען פון די "עקספערטן", אויטאמאטיש אפגעפרעגט ביי די מאגא מאוומענט...
בקיצור, מיט איין זאך איז עס זיכער דומה, מיט דעם אז א פאשיסטישע פירער נוצט עס אלס א תירוץ צו נעמען ווי מער מאכט און אוועקנעמען פון געוויסע זייערע רעכטן, און זיך נישט רעכענען מיטן געזעץ, און צו אנהעצן זייער באזע, וכו' וכו'. דעמאלט איז עס געווען אידן, און היינט איז עס (דערווייל) לאטינאס און פאלעסטינער.
It's a trick as old as time
Nothing original about it
1. די תגובה צו וואס דו באציעסט דיך האב איך נישט געשריבן פאר דיר.
2. כאטש איך בין א רעגעסטרירטער רעפאבליקאנער בין איך ווייט פון באלאנגען צו די "מאגא" מאוומענט. אין פאקט, האב איך ביי די פריימעריעס געשטימט קעגן טראמפ.
3. דאס אז מען נוצט באמבאסטישע סטעיטמענטס וואס זענען נישט אינגאנצן אין איינקלאנג מיטן אמת איז ליידער אן אפט באנוצטער מיטל אין פאליטיק, ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז נישטא קיין לעגעטימע סיבות עס צו שטיצן.
איך למשל שטיץ שטארק דאס באפעסטיגן אונזערע גרעניצן צוליב די פאלגענדע סיבות:
1. אפענע גרעניצן מיינט פרייהייט פאר כל מיני שפיאנען, טעראריסטן וכדומה אריינצושפאצירן באוועמערהייט.
2. אפענע גרעניצן מיינט א געוואלדיגער קאמפעטישן פאר לאו סקיללד אמעריקאנער (וואס מאכט זייערע וועידזשעס נידריגער אדער נאך ערגער נישט טרעפן קיין דזשאב בכלל).
3. אין אונזער יעצטיגער סיסטעם וואו אומלעגאלע קענען באקומען מערערע רעגירונגס פראגראמען איז עס פשוט נישט קיין יושר אז מענטשן וואס האבן גארנישט מיט דעם לאנד זאלן זיך באנוצן מיט אירע סערוויסעס.
4. אפענע גרעניצן מיינט א ים פון כל מיני מסוכנדיגע שווערצערייען.
5. והעולה על כולנו: די קולטור פון א לאנד קומט פון אירע מענטשן נישט פון איר לופט. איך האב ליב די אמעריקאנער קולטור און איך זוך עס נישט אויפצוטוישן מיט די מעקסיקאנער קולטור (אויב יא וואלט איך געגאנגען וואונען אהין, ס'איז פיל ביליגער). איך האב נישט קיין פראבלעם מיט מענטשן פון קיין שום ראסע אזוי לאנג ווי זיי פרובירן ווערן א חלק פון אונזער קולטור. צופיל אימיגראציע פון אנדערע קולטורן -נישט קיין נ"מ וועלכע- טוישט די קולטור, און ווי געזאגט, דערווייל איז די אמעריקאנער קולטור מיר בעסער ווי די קאלאמביאנער.
(יא איך ווייס אויך אז מיר ארטאדאקסישע אידעלעך זענען אויך אן אנדער קולטור, און איך וועל מוזן מודה זיין אז טאמער וועלן שווערע מיליאנען חסידישע אידעלעך אריינשפאצירן דא איין טאג וועט עס מיר זיין היפש אומבאקוועם).
כלפי מה דברים אמורים?
כאטש דו ביזט אפשר גערעכט אז געוויסע פון די טענות פון טראמפ קעגן אומלעגאלע איז נישט גערעכט אדער אויפגעבלאזן, איז עס נישט פשט אז ס'איז נישטא קיין לעגעטימע סיבות צו זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע.
צו זיין אויפריכטיג וועל איך צולייגן אז כאטש כ'האב געשטימט אין די פריימעריעס קעגן טראמפ בין איך למעשה נישט צו שטארק מאוכזב פון אים.
כ'האב די פלעצער וואו איך האלט אז ער פארט גאר שיף (אפגערעדט פון זיין שפראך), פון די אנדערע זייט וואלט איך אין נישט געטוישט מיט ביידן, אבאמא אדער אפילו געוויסע רעפאבליקאנער.
(ביטע נישט אריינגיין יעצט אין קולטור ווס ראסע, איך וויל נאך שלאפן היינט באנאכט...)