בילדער פון דער נייער גאלדענער עפּאכע אין אמעריקע

1. וועלכע פארטיי שטיץ איך? איך בין נייגעריג.

2. ער איז נישט קיין ראדיקאל. אין אייראפע איז ער א נארמאלע לינקער. נאר אין אמעריקע איז יעדע פראגרעסיוו א "ראדיקאלער".

3. אז דו ווילסט קען איך ברענגען ראדיקאלע רעכטע... און ס'איז שרעקעדיג.
1. דעמעקראטן, אזוי האב איך פארשטאנען, קען זיין איך האב א טעות

2. 'ראדיקאל' איז געווען א אנדערסטעיטמענט אויף זיין שמיציג מויל

3. איך ווייס אז ס'איז דא, כ'רעדט יעצט פון דא אין קרעמל, וועסט נישט טרעפען א שטארקע טראמפ שטיצער מיט אזא פרעכע מויל
 
ס׳טויג נישט די מצב, מיר קענען שרייען וויפיל מען וויל, מיר ווייסן אבער ווער ס׳האט די מאכט, די געים שפילט נישט מער ביי די רולס פון שרייען און speaking up, ליידער. ס׳שפילט יעצט רולס פון נעטא מאכט
 
אפשר איז שוין טאקע צייט אמעריקא זאל אונטערגיין, מיט די גאנצע גלאנץ וואס זי פארקויפט האט זי די לעצטע 50 געבויט א סוסייעטי פון פיל מער פעין ווי דזשוי, נאר איך ציטער וואס עס קען קומען אנשטאט
 
דיין טענה איז, לאמיר נישט רעדן פון דארט ווייל דארט דארפסטו זיך פראווען מיט געפילן, משא"כ דא וויבאלד ס'איז נישט אידן גייט דיר נישט אן?

איך בין נישט זיכער איך פארשטיי דיין לאגיק... איך מיין מ'איז אינגאנצן פארפארן פון מיין עיקר פוינט אז וויבאלד מ'געט אפיציעלע סיבות מאכט עס נאכנישט גערעכט, אויסגעהאלטן מאראליש, אדער אז דאס איז טאקע די סיבה.
אויב מיין טאטע וואלט ח"ו אדורך געפארן א רויט לייט, וואלט איך געטוהן כל מה שביכלתי אים צו ראטעווען פון א טיקעט 😉 (געפילן...).

דאס מיינט בכלל נישט אז איך קען נישט פארשטיין פארוואס פאליציי דארף אינפארסירן רויט לייט פארלעצער.

איך האב נישט קיין השגה וואס די פוילישע אדער אונגארישע רעגירונג האט געטוהן אין 1939 לגבי אימיגראציע, אבער אויב איז עס אמת אז זיי האבן בלויז אוועקגעשיקט אומלעגאלע אימיגראנטן (איך צווייפל שטארק אז ס'איז געווען בלויז דאס), דאן איז נישט קיין עוולה צוזאגן אז דאס מאכט זיי נישט פאר קיין רשעים, אבער צו די זעלבע צייט טוט עס מיר זייער וויי אז מיינע עלטערן האבן עס געדארפט דורכגיין.
 
Never again מיינט ביי מיר אז מ׳גייט עס קיינמאל מעהר נישט צולאזן!!! נישט קיין חילוק צי סאיז אידן אדער גוים, מ׳גייט קיינמאל נישט צולאזן אז מ׳זאל דאס טוהן צו מענטשען!!!!
איראניש: ווי העכער זיי שרייען אז NEVER AGAIN, אלס מער בארבאריש, טוען זיי עס נאכאמאל.

קוק אויף די ציוניסטישע באוועגונג וואס זיי טוען מיט די פאלעסטינע... און יא טראמפ ליבט עס! אזויווי ער ליבט צו פייניגן די לאטינאס.

ס'איז אלץ איין זאך וואס רופט זיך פאַשיזם!

מען גייט זיך נישט אויפוועקן ביז ווי לאנג מען קומט נישט צו אונז...

נעווער עיגען מיי עסס
 
אויב מיין טאטע וואלט ח"ו אדורך געפארן א רויט לייט, וואלט איך געטוהן כל מה שביכלתי אים צו ראטעווען פון א טיקעט 😉 (געפילן...).

דאס מיינט בכלל נישט אז איך קען נישט פארשטיין פארוואס פאליציי דארף אינפארסירן רויט לייט פארלעצער.

איך האב נישט קיין השגה וואס די פוילישע אדער אונגארישע רעגירונג האט געטוהן אין 1939 לגבי אימיגראציע, אבער אויב איז עס אמת אז זיי האבן בלויז אוועקגעשיקט אומלעגאלע אימיגראנטן (איך צווייפל שטארק אז ס'איז געווען בלויז דאס), דאן איז נישט קיין עוולה צוזאגן אז דאס מאכט זיי נישט פאר קיין רשעים, אבער צו די זעלבע צייט טוט עס מיר זייער וויי אז מיינע עלטערן האבן עס געדארפט דורכגיין.
געמיינט האב איך צו ברענגען אן אינטערעסאנטער ביישפיל פון עפעס וואס איך האב געמיינט ס'איז מער באקאנט.

אנשטאט דארף איך אנהייבן געבן לעקציעס אויף אונזערע היסטאריע פון ווייניגער פון הונטערט יאר צוריק, און נאך דירעקט פון אונדזערע זיידעס.

שוין, ס'איז ווי מסביר זיין א זשאוק. ספארלירט די טעם.

דערווייל קוקט אויס ווי געוויסע טראכטן אז אפשר טאקע זענען די זשאנדארן גערעכט געווען... שיין זעמיר אויס... טאטע העלף דיינע אידישע קינדער.
 
פארקערט.
דו דארפסט נישט געבן קיין לעקציעס פון הונדערט יאר, דארפסט בלויז פרובירן צוצוגלייכן עפל צו עפל און אלעס איז מסודר.

אז הרב שושני זאגט אז די מזרח אייראפעאישע רעגירונגען אין אייראפע האבן בס"ה אוועקגעשיקט אומלעגאלע אימיגראנטן דאן ווער בין איך צו טראכטן אנדערש. און אויב ס'איז טאקע אזוי געווען, דאן איז זייער רשעות נישט געווען אויף אזא הויכע שטאפל ווי איך האב געטראכט פארדעם (ווי שוין געשריבן בין איך נישט איבערצייגט אז ס'איז טאקע אזוי געווען, מען רעדט דאך אבער לויט דיין משל).

אין אנדערע ווערטער:
גענוי ווי די די אלע וואס שרייען כסדר "פאשיסטן" און "נאציס" אויף סיי וועמען וואס טוט אנדערש ווי זיי שמעקט, האסטו אויך ביליגער געמאכט אונזער פיינפולע היסטאריע מיטן עס פארגלייכן צו א רעגירונג וואס בס"ה שיקן זיי צוריק אומלעגאלע אימיגראנטן.
 
עדיט:

1. איך האב קלאר געזאגט אז ס'איז נישט ממש גלייך. ס'איז נישט עפל צו עפל.

2. אוודאי האט מען געטוהן סאך ערגער מיט די אידן. איך רעד סך הכל פון א ספעציפישע געשעעניש אין אונגארן ווי זיי האבן געמאכט א קרעקדאון אויף די פוילישע אומלעגאלע פליטים. אונגארישע אידענטום האט נישט געלעקט קיין האניג, אבער אין יענע מאמענט האבן זיי כאטש געפילט פארזיכערט ווי לאנג מען האט זיי נישט דעפארטירט.

3. מיין פוינט איז געווען אז ווייל מ'זאגט מיט א תמימות אז מ'וויל פשוט אינפארסן די אימיגראציע געזעצן מיינט נאך נישט אז דאס איז די סיבה.

4. אוודאי איז עס געווען דעמאלסט געטריבן פון אנטיסעמיטיזם... נאר וואס דען?
 
לעצט רעדאגירט:
איראניש: ווי העכער זיי שרייען אז NEVER AGAIN, אלס מער בארבאריש, טוען זיי עס נאכאמאל.

קוק אויף די ציוניסטישע באוועגונג וואס זיי טוען מיט די פאלעסטינע... און יא טראמפ ליבט עס! אזויווי ער ליבט צו פייניגן די לאטינאס.

ס'איז אלץ איין זאך וואס רופט זיך פאַשיזם!

מען גייט זיך נישט אויפוועקן ביז ווי לאנג מען קומט נישט צו אונז...

נעווער עיגען מיי עסס
נעווער עגעין זאגט, אז מיר וועלן נישט צולאזן דאס אויס הארגענען אן אומשולדיג פאלק בלויז פאר די עבירה פון באלאנגען צו אן אנדער ראסע.
צו די וועלט האלט זיך צו די נעווער עגעין אדער נישט קען מען דן זיין פון דא ביז קאנארסי, ס'האט אבער 0 שייכות מיט אמעריקע און ישראל.

לעצטעס מאל כ'האב געטשעקט איז נישט פאראן קיין שום סיסטעם פון אויסהארגענען די היספאנישע אין אמעריקע (ניין, אפילו נישט די אומלעגאלע).

ווייטער אין פאלעסטינע קומט פאר א מלחמה וואס עזה האט אנגעהויבן, און די מדינה פרובירט צו דערשטיקן די דארטיגע מיליטאנטן (נישט רעכנדיג זיך צופיל מיט די ציווילע באפעלקערונג דארט).

ווי אנדערש דו וואלסט געוואלט אז אמעריקע אדער די מדינה זאלן פירן זייערע לעגיטימע מערכות האט עס 0 שייכות מיט אונזער שואה. ס'איז א בושה אז אוישוויצינער אייניקלעך פארגלייכן אונזערע גאז קאמערן, צו ארעסטירטע אומלעגאלע, אדער אפילו צו ציווילע פאלעסטינער וואס זענען פארכאפט אין א קריגס זאנע.

איך הייב נישט אן צו פארשטיין די מהלך המחשבה!
דו האלטס טאקע אז מען קען פארגלייכן די מיליאנען ציווילע טויטע פאלאקן אדער ענגלענדער ביי די צווייטע וועלט קריג צו די אידן אין מיידאנעק?!

קאלעטערעל דעמעדזש איז א גאר ווייטאגליכע זאך, און ווי ווייניגער די מיליטער רעכנט זיך מיט די ציווילע באפעלקערונג אלס מער ווייטאגליך איז עס, ס'האט אבער זיראוי שייכות מיט די סיסטעמאטישער אויסראטונג וואס אונזער פאלק איז אדורכגעגאנגען ובפרט אז דאס איז נאך געקומען אן דעם וואס מיר זאלן צום ערשט אריין אין א קריג מיט די דייטשן.
און כ"ש וקו"ח אז דאס האט אפילו נישט קיין אבק פון שייכות צו די ארעסטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן.

הערטס אויף מיט די "נאצי" און "פאשיזם" נאנסענס.
האלסט אז מען זאל נישט ארעסטירן אומלעגאלע? לאמיר הערן פארוואס און פארווען, אן אריינמישן נישט געשטויגענע פארגלייכונגען.
 
לעצט רעדאגירט:
נעווער עגעין זאגט אז מיר וועלן נישט צולאזן דאס אויס הארגענען אן אומשולדיג פאלק בלויז פאר די עבירה פון באלאנגען צו אן אנדער ראסע.

איך האב פאר א סיבה געברענגט א ספעציפישע משל. איך האב עס נישט צוגעגליכן צו דאס הרגענען אידן חס ושלום...

אפי' מיין משל איז אויך נישט אינגאנצן גלייך.

אבער דאס מיינט נישט אז אריינלייגן אומשולדיגע אימיגראנטן אין כמו קאנצענטראציע לאגערן ווען די פאמיליע ווייסט ניטאמאל ווי זייער מאן/טאטע/מאמע איז אנגעקומען, צומאל פאר חדשים, איז פלוצלינג געווארן מאראליש, בלויז ווייל ס'איז נישט קיין זשענעסייד.

ווער רעדט נאך אז די סיבות וואס טראמפ געט איז פשוט ליגנט, געטריבן פון ראסיזם, איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס נאך לייקענען.

די קריים ראטע איז העכער ביי אמעריקאנער ווי ביי אימיגראנטן.

דראָגס ווערט געשווערצט דורך אמעריקאנער...

און אזוי ווייטער...

אבער דו גייסט דאך מיר נישט גלייבן ווייל מיינע מקורות זענען פון די "עקספערטן", אויטאמאטיש אפגעפרעגט ביי די מאגא מאוומענט...

בקיצור, מיט איין זאך איז עס זיכער דומה, מיט דעם אז א פאשיסטישע פירער נוצט עס אלס א תירוץ צו נעמען ווי מער מאכט און אוועקנעמען פון געוויסע זייערע רעכטן, און זיך נישט רעכענען מיטן געזעץ, און צו אנהעצן זייער באזע, וכו' וכו'. דעמאלט איז עס געווען אידן, און היינט איז עס (דערווייל) לאטינאס און פאלעסטינער.

It's a trick as old as time
Nothing original about it
 
לעצט רעדאגירט:
עדיט:

1. איך האב קלאר געזאגט אז ס'איז נישט ממש גלייך. ס'איז נישט עפל צו עפל.

2. אוודאי האט מען געטוהן סאך ערגער מיט די אידן. איך רעד סך הכל פון א ספעציפישע געשעעניש אין אונגארן ווי זיי האבן געמאכט א קרעקדאון אויף די פוילישע אומלעגאלע פליטים. אונגארישע אידענטום האט נישט געלעקט קיין האניג, אבער אין יענע מאמענט האבן זיי כאטש געפילט פארזיכערט ווי לאנג מען האט זיי נישט דעפארטירט.

3. מיין פוינט איז געווען אז ווייל מ'זאגט מיט א תמימות אז מ'וויל פשוט אינפארסן די אימיגראציע געזעצן מיינט נאך נישט אז דאס איז די סיבה.

4. אוודאי איז עס געווען דעמאלסט געטריבן פון אנטיסעמיטיזם... נאר וואס דען?
איך פארשטיי נישט וואס דו פרובירסט ארויסצוברענגען.
ווען מיין מנהל אין חדר האט אונז געהייסן שטיין אין ליינס ביי לאנטש פאר אביסל שמוציגע זופ, האט ער זיך אויפגעפירט ווי די נאציס?
דו האלסט אז ס'איז נארמאל ארויפצוברענגען די נאציס קעגן דעם מנהל (מיט א נישט עפל צו עפל משל...)?

איז דען די טענה פון די שואה אז מען האט פארטריבן אונזערע זיידעס??
די טענה איז אז מען האט זיי געשאכטן!

פארטרייבערייען האט פאסירט כסדר. אמאל נאר קעגן אידן, און אמאל קעגן אלע בירגער פון א צווייטן לאנד. דאס איז בכלל נישט געווען די שרעקליכע עוולה פון די האלאקאוסט!

אנטשולדיגט מיר, אבער ס'איז גאנץ קלאר פארוואס מענטשן ברענגען ארויף די טענה פון אימיגראציע אינפארסירונגען אין 1939. מען פרובירט צו נוצן די שרעקליכע שואה יארן קעגן די היינטיגע אימיגראציע אינפארסירונגען, כאטש ס'איז קלאר אז די צוויי זאכן האבן נישט דאס מינדעסטע שייכות.

ס'איז א פסיכאלאגישער שפיל וואס מען נוצט, אזש ס'קען זיך ממש דאכטן פאר געוויסע (אווי למשל פאר אונזער שבת אחים'ל) אז ס'קומט דא ממש פאר נאך א האלאקאוסט פארנט פון אונזערע אויגן.

-נישט פאראן קיין שום מאסן הריגות קעגן היספאנישע.
-ס'איז אפילו נישט פאראן קיין שום ספעציעלע געזעצן קעגן היספאנישע אפשטאמיגע.
-ס'איז ניטאמאל פאראן אן אפיציעלער פאליטישער מאוומענט וואס זאגט אז מען זאל פארטרייבן אלע היספאנישע (אויך די אמעריקאנע סיטיזענס).

בס"ה איז דא א ווילדער קאמפיין צו פארטרייבן אומלעגאלע צו די לענדער פון וואו זיי זענען געקומען.
האלסט ס'איז ריכטיג?, האלסט ס'גייט צו ווייט? קום לאמיר זיך דינגען!
אבער למען השם וואו קומט דא אריין די געסטאפא?????
די שלעכקייט פון די געסטאפא איז באשטאנען ווייל זיי זענען געגאנגען מאסקעס און צוריקגעשיקט מענטשן קיין ראמעניע???

איך קוק עס אן ווי א ביליגער שפיל.
 
דו מישט דא צוזאם נאציס געסטאפא, און די אונגארישע קרעקדאון וואס איך האב צוגעגליכן... אבער ביסט גערעכט מיט דעם אז ס'איז קיינמאל נישט גוט צו צוגלייכן.
 
ווי אנדערש דו וואלסט געוואלט אז אמעריקע אדער די מדינה זאלן פירן זייערע לעגיטימע מערכות האט עס 0 שייכות מיט אונזער שואה. ס'איז א בושה אז אוישוויצינער אייניקלעך פארגלייכן אונזערע גאז קאמערן, צו ארעסטירטע אומלעגאלע, אדער אפילו צו ציווילע פאלעסטינער וואס זענען פארכאפט אין א קריגס זאנע.
זייער ריכטיג איך ווייס נישט פארוואס די אונגארישער היסטאריע איז דא בכלל אריין געקומען. איך האב נאך באקומען אז סטעיטמענט ווי Wow I'm in shock דירעקט פון די אזוי בארימטע פראפעסאר @שושני די הענט און פיס האבן מיר אנגעהויבן ציטערן.

זענען דא געקומען מיינע חברים און ב''ה מיך ארויס גענומען פונעם דיטש און זענען בעסער מסביר מיינע דברים ווי איך האב עס אליינס געזאגט.

צום ענין. ווען טויזענטער אומלעגאלע אימיגראנטן טרעטן איבער די גרעניצען פון אַ לאנד דורך די גינות ופרדסים. נישט אדורך די נארמאלע גרעניץ וועכטער, אן קיינע פאספארטן און ווי אויך שטעלט זיך ארויס אז די וואס האבן זיך אריינגעשמוגלט זענען געמיינע פארברעכער און מען באגייט זיך מיט זיי בכל חומר הדין מאכט מען אזא איבערקערעניש און דער וואס איז באויפטראגט צו האלטן דאס געזעץ ווערט א פאשיסט לכבוד דעם איך פארשטיי נישט די טענה.
די קריים ראטע איז העכער ביי אמעריקאנער ווי ביי אימיגראנטן
ע''כ זאל מען נישט פארדאמען די אימיגראנטן ?
דראָגס ווערט געשווערצט דורך אמעריקאנער...
די זעלבע שאלה, און דערפאר דארף מען לאזן די אריינדרינגער אריינדרינגן פרייוויליג אן קיינע קאנסעקווענצן?
אבער דאס מיינט נישט אז אריינלייגן אומשולדיגע אימיגראנטן אין כמו קאנצענטראציע לאגערן ווען די פאמיליע ווייסט ניטאמאל ווי זייער מאן/טאטע/מאמע איז אנגעקומען, צומאל פאר חדשים, איז פלוצלינג געווארן מאראליש, בלויז ווייל ס'איז נישט קיין זשענעסייד.
און דאס זאגט דער לינקער קארטעסז ? ווי איז דא קאנצעטראציע לאגערן? ווי קען מען נישט געוואויר ווערן ווי די באליבטע געפונען זיך פאר חדשים ? פראביר אויס צו געפונען ווי אן ארעסטאנטן איז. דריק נאר אפאר קנעפלעך אויף דיין קיבארד און זיין גאנצע אינפארמאציע שווימט ארויף ווי אויך אויף וואסער.
3. מיין פוינט איז געווען אז ווייל מ'זאגט מיט א תמימות אז מ'וויל פשוט אינפארסן די אימיגראציע געזעצן מיינט נאך נישט אז דאס איז די סיבה.
נאר די האלסט טאקע אז עס איז פאר פאשיסטישע אנשויאונגען ?
 
לעצט רעדאגירט:
אנשטאט דארף איך אנהייבן געבן לעקציעס אויף אונזערע היסטאריע פון ווייניגער פון הונטערט יאר צוריק, און נאך דירעקט פון אונדזערע זיידעס.
איך מיין מיר דא חכמים ונבונים ויודעין את ההיסטאריע פון ווייניגער ווי 100 יאר צוריק נאר עס איז געווען אן אפפס.. עס אריין צו שנירן אין דעם שמירן עס באלאנגט נישט דא.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב פאר א סיבה געברענגט א ספעציפישע משל. איך האב עס נישט צוגעגליכן צו דאס הרגענען אידן חס ושלום...

אפי' מיין משל איז אויך נישט אינגאנצן גלייך.

אבער דאס מיינט נישט אז אריינלייגן אומשולדיגע אימיגראנטן אין כמו קאנצענטראציע לאגערן ווען די פאמיליע ווייסט ניטאמאל ווי זייער מאן/טאטע/מאמע איז אנגעקומען, צומאל פאר חדשים, איז פלוצלינג געווארן מאראליש, בלויז ווייל ס'איז נישט קיין זשענעסייד.

ווער רעדט נאך אז די סיבות וואס טראמפ געט איז פשוט ליגנט, געטריבן פון ראסיזם, איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס נאך לייקענען.

די קריים ראטע איז העכער ביי אמעריקאנער ווי ביי אימיגראנטן.

דראָגס ווערט געשווערצט דורך אמעריקאנער...

און אזוי ווייטער...

אבער דו גייסט דאך מיר נישט גלייבן ווייל מיינע מקורות זענען פון די "עקספערטן", אויטאמאטיש אפגעפרעגט ביי די מאגא מאוומענט...

בקיצור, מיט איין זאך איז עס זיכער דומה, מיט דעם אז א פאשיסטישע פירער נוצט עס אלס א תירוץ צו נעמען ווי מער מאכט און אוועקנעמען פון געוויסע זייערע רעכטן, און זיך נישט רעכענען מיטן געזעץ, און צו אנהעצן זייער באזע, וכו' וכו'. דעמאלט איז עס געווען אידן, און היינט איז עס (דערווייל) לאטינאס און פאלעסטינער.

It's a trick as old as time
Nothing original about it
1. די תגובה צו וואס דו באציעסט דיך האב איך נישט געשריבן פאר דיר.

2. כאטש איך בין א רעגעסטרירטער רעפאבליקאנער בין איך ווייט פון באלאנגען צו די "מאגא" מאוומענט. אין פאקט, האב איך ביי די פריימעריעס געשטימט קעגן טראמפ.

3. דאס אז מען נוצט באמבאסטישע סטעיטמענטס וואס זענען נישט אינגאנצן אין איינקלאנג מיטן אמת איז ליידער אן אפט באנוצטער מיטל אין פאליטיק, ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז נישטא קיין לעגעטימע סיבות עס צו שטיצן.
איך למשל שטיץ שטארק דאס באפעסטיגן אונזערע גרעניצן צוליב די פאלגענדע סיבות:
1. אפענע גרעניצן מיינט פרייהייט פאר כל מיני שפיאנען, טעראריסטן וכדומה אריינצושפאצירן באוועמערהייט.
2. אפענע גרעניצן מיינט א געוואלדיגער קאמפעטישן פאר לאו סקיללד אמעריקאנער (וואס מאכט זייערע וועידזשעס נידריגער אדער נאך ערגער נישט טרעפן קיין דזשאב בכלל).
3. אין אונזער יעצטיגער סיסטעם וואו אומלעגאלע קענען באקומען מערערע רעגירונגס פראגראמען איז עס פשוט נישט קיין יושר אז מענטשן וואס האבן גארנישט מיט דעם לאנד זאלן זיך באנוצן מיט אירע סערוויסעס.
4. אפענע גרעניצן מיינט א ים פון כל מיני מסוכנדיגע שווערצערייען.
5. והעולה על כולנו: די קולטור פון א לאנד קומט פון אירע מענטשן נישט פון איר לופט. איך האב ליב די אמעריקאנער קולטור און איך זוך עס נישט אויפצוטוישן מיט די מעקסיקאנער קולטור (אויב יא וואלט איך געגאנגען וואונען אהין, ס'איז פיל ביליגער). איך האב נישט קיין פראבלעם מיט מענטשן פון קיין שום ראסע אזוי לאנג ווי זיי פרובירן ווערן א חלק פון אונזער קולטור. צופיל אימיגראציע פון אנדערע קולטורן -נישט קיין נ"מ וועלכע- טוישט די קולטור, און ווי געזאגט, דערווייל איז די אמעריקאנער קולטור מיר בעסער ווי די קאלאמביאנער.
(יא איך ווייס אויך אז מיר ארטאדאקסישע אידעלעך זענען אויך אן אנדער קולטור, און איך וועל מוזן מודה זיין אז טאמער וועלן שווערע מיליאנען חסידישע אידעלעך אריינשפאצירן דא איין טאג וועט עס מיר זיין היפש אומבאקוועם).

כלפי מה דברים אמורים?
כאטש דו ביזט אפשר גערעכט אז געוויסע פון די טענות פון טראמפ קעגן אומלעגאלע איז נישט גערעכט אדער אויפגעבלאזן, איז עס נישט פשט אז ס'איז נישטא קיין לעגעטימע סיבות צו זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע.

צו זיין אויפריכטיג וועל איך צולייגן אז כאטש כ'האב געשטימט אין די פריימעריעס קעגן טראמפ בין איך למעשה נישט צו שטארק מאוכזב פון אים.
כ'האב די פלעצער וואו איך האלט אז ער פארט גאר שיף (אפגערעדט פון זיין שפראך), פון די אנדערע זייט וואלט איך אין נישט געטוישט מיט ביידן, אבאמא אדער אפילו געוויסע רעפאבליקאנער.

(ביטע נישט אריינגיין יעצט אין קולטור ווס ראסע, איך וויל נאך שלאפן היינט באנאכט...)
 
לעצט רעדאגירט:
דו מישט דא צוזאם נאציס געסטאפא, און די אונגארישע קרעקדאון וואס איך האב צוגעגליכן... אבער ביסט גערעכט מיט דעם אז ס'איז קיינמאל נישט גוט צו צוגלייכן.
כ'האב דיר דא אויסגעמישט מיט אן אנדערע שרייבער. אנטשולדיגט.
 
(יא איך ווייס אויך אז מיר ארטאדאקסישע אידעלעך זענען אויך אן אנדער קולטור, און איך וועל מוזן מודה זיין אז טאמער וועלן שווערע מיליאנען חסידישע אידעלעך אריינשפאצירן דא איין טאג וועט עס מיר זיין היפש אומבאקוועם).
זענען מיר אריין געקומען נישט לעגאל אין די טויזענטער אדער מיר זענען אדורך דעם עליס איילענד. איך מיין אז א יעדעס איד וואס וואוינט דא עמטליך האט פרובירט צו אימיגרירן געזעצליך.
 
זענען מיר אריין געקומען נישט לעגאל אין די טויזענטער אדער מיר זענען אדורך דעם עליס איילענד. איך מיין אז א יעדעס איד וואס וואוינט דא עמטליך האט פרובירט צו אימיגרירן געזעצליך.
דאס איך בלויז געזאגט כלפי די קולטור חלק וואס ביי דעם מאכט נישט צופיל אויס לעגאל אדער אומלעגאל. דארט ווענדט זיך עס ענדערש ווי סאך ס'קומען אריין אויף אמאל.

און טאקע דערפאר שטיץ איך אויך נישט קיין גאר הויכע נומער פון לעגאלע אימיגראנטן.
איך האלט אז אימיגראציע איז גאר געזונט פאר א לאנד אבער נאר טאמער ס'איז באלאנסירט און לעגאל.
 
דאס איך בלויז געזאגט כלפי די קולטור חלק וואס ביי דעם מאכט נישט צופיל אויס לעגאל אדער אומלעגאל. דארט ווענדט זיך עס ענדערש ווי סאך ס'קומען אריין אויף אמאל.
כ''ש די אימיגראנטן זענען לעגאל קענסטו קיין טענה נישט האבן, אפי' די קולטור טוישט זיך.
 
עטץ זאלסט מיר מוחל זיין, אבער עטץ רעדטץ פון טראמפ כאילו עס האנדלט זיך פון נאך א פאלאטישן מיט זיינע פאליסיס און טוויסטס. רבותי מען רעדט פון א מטורף, די וועג וויאזוי ער כאפט מענטשן מיט זיין אייס, מאסקעס און אומאידענטיפיצירט, ווי וואלד רויבערס, פשוט די אנבליק און די מעסעדזש וואס עס גיט טויג נישט, דאס כאפן מענטשן אינדרויסן פון קארט, זאג, זענט עטץ נארמאל? דאס שאפט אן אומגיזונטע אטמאספערע אין א דעמאקראטיע, און לויט אן עי איי אנפרעג קומט אויס אז נאנט צו 50 פראצענט פארכאפטע זענען נישט אומלעגאל, אדרבה מאך דו אליינס אן עי איי אנפרעג. מען קען נישט סתם אזוי מתיר זיין די רצועה און שאפן אן אנדרולומוסיא מיטן ניצן א ווארט ״אומלעגאל״, וואס א מין געשעפט איז דאס;

און די מיליטער וואס ער שיקט ווילד ארום אין שטעט; זיין אומ׳אחריות׳דיגע רעטאריק; וויאזוי ער ווארפט זאמד אין די אויגן און א פחד אויף זיינע קעגנערס; זיין אומ׳אחריות׳דיגע געפירעכטץ און פירערשאפט וואס איז אינגאנצן ארויס פון די ליניע פון טראדיציאנאלע פרעזידענטשאפט, ווי א צעלאזענע פיילעט, די טראדיציאנאלע דיפלאמאטישע וועג פון הנהגה איז איינגעפירט געווארן נישט ווייל ס׳איז אינטרעסאנט נאר ווייל אזוי ארבעט א הנהגה פון א ריזיגער פארקערפערונג; זיין מוגזם׳דיגע פארדרייען פאקטן שמש בצהריים זאגן אויף יום לילה און לילה יום; מוגזם׳דיגע אפענע האס; זיינע קולטישע טענדענצן און זיך מאכן א כל יכול; ועל כולם, אוי ואבוי, די גאנץ קלארע צייכנס אז ער פלאסטערט אויס א וועג צו unchecked power וואס לדעתי איז דאס איבעריג מסביר צו זיין, מען דארף נישט קיין גאנצעטע הסברים דאס צו זעהן
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top