View attachment 8366
$50,000 פאר יעדער וואס שרייבט זיך איין צו טוהן רשעות פאר אומשולדיגע מענטשען…!!!
וואו באקומט אזויפיל געלט פארן זיך אויפסיינען אין עני גאווערמענט עידזשענסי?
פארדעם האבן די רעפובליקאנער געלט! פלוצלינג האבן זיי נישט קיין פראבלעם צו שפענדען גאווערמענט געלט. אלע אנדערע זאכן האבן זיי געשניטן און האלטן נישט ביים שפענדען קיין געלט, נישטא קיין געלט פאר מעדיקעיד, נישטא קיין געלט פאר סייענס פראגראמען, פאר Solar פראגראמען, ניטאמאל פאר FEMA פאר עמערדזשענסי׳ס. נאר פאר ראסיזים האבן די רעפובליקאנער געלט! דארטן האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם צו ווארפן ביליאנען… ווייל דעס גייט מאכן אמעריקע גרעיט… אוואדי!!!
די רעפובליקאנער טענה׳ן אייביג אז אמעריקע האט אזויפיל טריליאנען אין חובות און זיי האבן נישט קיין געלט פאר פראגראמען פאר די ארימע, אבער צו פייניגען אומשולדיגע מענטשען און געבן א ריזיגע טעקס ברעיק פאר די עליטע דארטן האבן זיי פלוצלינג געטראפן געלט…!!!
יא יא דארט גייען די טעקסעס וואס אונז באצאלן, צוקענען פייניגען אומשולדיגע מענטשען!!! מענטשען וואס אונז דארפן האבן פאר אונזער עקאנאמיע!!! מענטשען וואס האבן קיינמאל קיינעם נישט געטשעפט!!! אלעס נאר פאר פארשטינקענע פארדארבענע איינגעבאקענע ראסיזים!!!
און פארשטייט זיך אז אויב די גאווערמענט באצאלט איינעם אזוי סאך געלט און מ׳דארף גייען אנגעטוהן מיט מאַסק, מיינט עס אז מ׳דארף עפעס טוהן וואס איז נישט אינגאנצען אויסגעהאלטן, ווייל אין קיין שום פלאץ אין די וועלט דארפן די פאליציי נישט גייען מיט קיין מאסקס אדער באקומען אזויפיל געלט פשוט פארן זיך איינשרייבן…