די ארטיקל האב איך נישט געשריבן, א חבר מיינע האט עס מיר אריינגעשיקט, סאיז מיר זייער געפאלן, איז ברענג עס איך אייך אראפ!
א שמחת יו"ט!
ארום - מישנדיג די יו"ט אויסגעבעס שטאלפירט מען זיך אן אין זייער אסאך אדווערטייזמענטס אזש ביז בלאט נומער הינדערט איז ממש נאר דא אדווערטייזמענטס,
אמאל פלעג איך קראנק ווערן דערפון, לעצטענס אבער האב איך עס אנגעהויבן גליכן, ס'איז ממש א וועלט פאר זיך, און די קריעטיוועטיקייט שיינט פון יעדן ווינקל,
האב איך באשלאסן עס צו אראפלייגן כמו שהוא, און צילייגן מיינע צוויי צענט,
אביסעלע עדס אנאליז יום טוב סוכות תשפ"ו.
נישט קיין סאך מעידזשער עדס געווען!
"נחום ליידט אויף הויכע קאלעסטראל" פון 'מקדים'.
און
"די ביסט איינגעשלאפן חוץ לסוכה?" פון 'אפסטעיט קאַלישען'.
און
"Millions of non views"
פון 'וימאן' דורך 'פיוואַט'.
דעי דריי עדס איז דעפינעטלי א "wow", נישטא קיין סאך ווי דעם.

די עד פון מקדים פארציילט אין א בילד וואס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער ווי וויכטיג ס'איז זיך צו אויסטשעקן פאר הארץ קאמפליקעישאָנס.
אפסטעיט קאַלישען איז טאקע א קאמפעני פון אפסטעיט, אבער סאָם האַו קענען די לאקאלע אויך די נאמען.

די בילד ווי א איד זיצט אויפ'ן טרעין ארומגענומען מיט גוים ברענגט טאקע ארויס די הייליגע ארבעט פון 'וימאן', טויזענטער אידן וואס האלטן זיך שטארק דורך די צענדליגע ווידיאוס און רעקאדינגס.

(קלארשטעלונג: איך בין נישט קיין שטריימל אגענט פאר קיינעם...)
"שבת איז שיין" - לערנער. די איידיע פון די עד איז א גוטע - ס'הייסט, גענומען א איד וואס איז גאנץ פאפולער געווארן, און אים אנגעטון א שיין שטיקל, אבער די עיקר פון די עד פעלט. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז די עי איי איז נישט דא קיין פראבלעם, ווייל די בילד פארציילט א געשיכטע, אבער די עיקר געשיכטע - אז אונז האבן שיינע שריימלעך - פעלט.
"שבת איז שיין - יא - באָט לערנער איז נישט..."

"נעמט עס לייכט" - קרויס. טעקניקלי איז ישועה שטריימל א שטארקע זאך צו אדווערטייזן, אבער נישט ממש פאר יום טוב, ווען די מעסעדזש דארף זיין אז "יעדער האט ליב מיינע זאכן". (נישט אזוי וויכטיג: קרויס איז שוין נישט די איינציגסטע וואס מאכט די ישועה שטריימל, קוואלעטי האבן זיי יא די בעסטע, לכאורה.)
די סיבה פארוואס איך געב עס א דיסלייק, איז וועגן ס'איז אן עי איי בילד. די עי איי עדס איז שוין לאנג דורכגעטרעטן די גרעניץ פון קלעסיק עדס, צייט עס אויפצוהערן (מיין אפיניאן).

"דער שטריימל איז שיין, דער שטריימל איז נאר פון מיללער אליין" - מיללער. זייער זייער א קלעסיק גוטע עד, צום פוינט, ברענגט ארויס מיט קלארע ווערטער וואס ער וויל, ווען א שיינע שטריימל ליגט אין די זייט, די איבריגע חלק וועגן די ניגון, כאפט יעדער אליין.
א געלונגענע עד פון פריעדקאָו.

"מי שלא ראה מלכות זו, לא ראה מלכות מימיו" - מלכות דזשודעיקא. א פראכטפולע סצענע אינעם נייע לאוקעישאָן אין מאנסי, וואס איז באמת הערליך שיין, אלץ איינער וואס איז שוין דארט געווען, קען איך זאגן אז ס'איז א עכטע 'מלכות', זיי האבן געמאכט די מאָוו.

"The king has a new crown" -
מפואר האט געריברענד. זייער א גוטע צייט צו מאכן א אנאנסירונג, און טאקע א שיינע קרוין.

"חביבין ישראל שסיבבן במצות" - כתר.
כתר'ס עדס זענען ווי זייער רעגולער יום טוב עדס, סימפל א סצענע פון א ערב יום טוב ווי מ'בויט די סוכה.

"עס טאנצט ארויס" - GB קלאודינג.
א יונגערמאן מיט א צעפליקטע שטריימל טאנצט מיט א נייע סטייל טיש בעקיטשע - וואס איך גלייב שווער אז ס'גייט אריינקומען אין סטייל, נאך וואס קיין איין סטייל וואס די דיזיינערס האבן געוואלט אריינברענגען איז אריינגעקומען קלאר.
אבער די מעסעדזש איז יא א גוטע, אז ס'איז דיפרענט, ווייל דעם טאנצט עס ארויס.

"באצירט מיט די שענסטע און די בעסטע" - גלאובערס קלאודינג.
זייער א פלעינע קלעסיק עד, עס רעד פאר זיך

שמערלינגס טשאקלאד מיט א סוכה געבויט פון א טשאקלאד באַר, איך ווייס נישט וואס ס'איז אזוי גוט פון דעם עד, אבער M/OTG מאכט יעדע יום טוב א גוטע דזשאב.

סיִ טראָ וויזשאָן סענטער מיט די עד ווי א אינגעלע לייגט צו גלעזער אויף זיך, און ס'ווערט קלאר. דעיס איז א סעמפל פון א עד וואס ווערטער זענען פלעין איבריג.

ע'נאד דריי גוד מיט שיינע סחורה ארויסגעשטעלט צו האלטן א גוטע ברענד, אויך פאר מארקעטינג.

און יו עס מאביל שטייטצעך מיט די קריעטיוו אתרוג אין פארעם פון אן 8, פאר די אכט דאלער פלען.
די חסידישע גארטל אויפ'ן אתרוג מאכט די עד...

"ענני הכבוד" א געלונגענע עד פון 'ללכת' טרעוועל.
ווי מ'זאגט אין ענגליש: די לימיט איז די סקייֵ - אט דאס פארציילט די בילד.

"אגאנץ יאר חול המועד" - פלען איט רייט מיט א עד וואס פארציילט גארנישט מיט גארנישט.
אויב איינער קען מסביר זיין וואס ס'גייט פאר אויף דעם בילד וואלט געווען א גוטע זאך...

און "J&J קאפעטשינאו" מיט די זעלבע עד פון די לעצטע פאר יאר ווי א פאלשע עי איי מענטש טרונקט מיטן קאפ ארויף, וואס חוץ אז ס'איז זייער נישט קלעסיק, איז עס נישט קיין גוטע בילד. זאגט אבער יא די מעסעדזש אז דאס געט ענערדזשי ווען מ'טרונקט עס.
ס'זעט טאקע נאך אויס ווי געמאכט לאנג צוריק ווען אין די זייט האט עס נאך די אלטע נאמען "MEDIAOTG" און נישט אזויווי היינט "M/OTG".

"שרייטס אלע ער גייט"... זאהלער ווייטעמינס מיט א גאנצע סעריע עדס וועגן גיין שנעל צום רבי'נס טיש...
געמאכט דורכן אלעמען באקאנטן סעמקאָפ מידיע.

"האָפלאַ" מיט זייער יום טוב עד. זייט פיוואט האט פאריגע זומער א שטיק צייט נישט געמאכט זייער מארקעטינג, איז זייער עדס אויף א נישט פראָפעשעֶנעל וועג, אפילו דעי וואס פיוואט מאכט יא.

"סוכת בעורו של לויתן" - 'העריטידזש' מיט א הערליכע רייכע עד, אנגעפילט מיט שיינע זילבער שטיקלעך. שארף צום פוינט.

"א דעלי סאלאט פאר פארשפייז, ס'איז מסורה" - 'מסורה' פלייש וואס איז יעצט ארויף אויפ'ן מארקעט מיט געלונגענע עדס וואס פארציילן אז ס'איז א מסורה צו טון אזוי. שמעקט אביסל סעמקאָפ סטייל.
(גראדע האט מסורה גוטע סחורה, טשעק עס אויס...)

"piece of cake" -
די פּינקע מאָווינג קאמפעני וואס יעדער קען אזוי גוט.
נישט קיין עד, נישט קיין מעסעדזש, נאר פינק, פינק, און נאכאמאל פינק. דעיס ליגט אין מוח. און אינאייוועגס איז עס שוין א עד אויך פאר 'פלאַמס' וואס האט געריברענד אויף א פּינקע פארמאט.

"פלאַמס" טאקע מיט א שיינע פּינקע עד, אין פארעם פון א קאנטעינאר.

"סאָפפער פאר צוויי" - פּעפּערקראָסט מיט א סימפל שטארקע עד ווען א שטייפע שטיקל סטעיק רעדט צו יעדעם. פאר די ברענד פארשטייט זיך.

"טרעֶמפ" - אויך א שטארקע עד וואס רעדט אן קיין צוגעלייגטע ווערטער, ווען יעדער קען זען, אז די אמאליגע טעקסי איז שוין לאנג פארטוישט געווארן מיט אובער און לופט קאר סערוויס.

"אינק העמדער" - לייבי ווידער זעט אויס זייער שיין און צוגעפיצט.
זעסט נאך עפעס אין די עד ?
אה, אויך ריידס אין די בעקגראונד.

"א יו"ט סעודה אן מים חיים, איז ווי טשולענט אן קיין בונדלעך". אן אלט-סטיל מעסעדזש אין מארקעטינג, אבער זייער גוט און וועֶליד.

"די תורה איז פיין, די תורה איז שיין..." - ישיבה לב אבות נוצט די זעלבע איד וואס זינגט דעם ניגון.
ווען הערשי וויינבערגער ווייסט ווען אז מ'גייט נוצן דעם איד פאר עדס, וויפיל וואלט ער געצאלט אז ער זאל זינגן זיינס א ניגון...

"It's not impossible, it's imperial" -
אימפיריעל סטאָון מיט א שטארקע מעסעדזש וואס ערקלערט די בילד פון אזא גרויסע שטיין.
פון די בעסטע עדס אין מיין אפיניאן.

"געוואוסע קוקן מיך אן אנדערש" ליינט זיך ארויס פון א בילד פון א זיסער דאון סינדראָם אינגעלע, דאס געט נישט קיין ספק אז ס'איז "HCS", און יא, א בלאט שפעטער איז א פאזיטיוו מעסעדזש אז שמייכלען איז יעדער די זעלבע.

"Tailored to suit your sound" -
מענדי הערשקאוויטש בענד מיט זיין אינספיראציע וועגן זיין מיוזיק, פול מיט קריעטיוועטי.
די העמדער הענגן שווארצע און ווייסע ווי א פיאנא וואס האט אזא מייסטער פראדוצירער.
פאר קאַמענטס, שיק דא.

[email protected]
א גוטן מועד !!