עביוז מהו?

אוועק נעמען קינדער איז גאר א דראסטישע שריט, און עס האט גאר שווערע נאכפאלגען, דערפאר מוז די עביוז זיין אזוי שלעכט אז אוועקנעמען די קינדער זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו.
דאס איז געזאגט געווארען ווען איעדער איז שוין מסכים אז עפעס הייסט עביוז.
יעצט אז מען האנדעלט מיט נישט לאזן שפילן ספארט, אדער נישט עסן פלייש משבת לשבת, נישט לערנען פולע לימודי חול, אפילו שלאגן מיט א שיעור, איז נישט כולי עלמא מודי אז דאס הייסט עביוז. (לעגאל מעג מען שלאגן די קינדער)
איך האב זיך באצויגען צום יעניגער,

סא וואס איז יא די גרויסע עבירה?
 
אוודאי דארף מען אוועקנעמען די קינדער!

Although @מילך טראק האט א וואליד פוינט אז זיי וועלן אריבערגיין טראומא ביים אפשיידן פון די עלטערן,
דאך מוז ארויסגעברענגט ווערן אז די קינדער גייען אדורך פיזישע און מענטעל טראומא אונטער לב טהור,
בשעת זיי זענען דארט ווייסן זיי נעבעך נישט אז די וועלט טאלערירט נישט אזא מין עביוז, זיי זענען נעבעך ׳ברעינוואשד׳.

אבער ביים זיי ארויסנעמען שטעלט מען אפ פיזישע און גייסטישע טראומא וואס זייערע באטריגער ברענגען אן אויף זיי, וואס אפילו אויפן יעצטיגן מינוט קוקט עס אויס שווער פאר זיי, וועט מען אבער מיט די ריכטיגע הילף זיי קענען אויסמענטשלען און היילן די פיין וואס זיי זענען אדורך סיי ״אונטער לב טהור״ און סיי ״ביים ארויסנעמען פון לב טהור״

אבער אויב בלייבט עס ווי ביז יעצט, וועט די פיינפולע טראומא סייקל כסדר זיך איבערשפילן…💔
 
טאמער לב טהור וואלט געווען א גאר שטרענגן קהלה, ווי די נארמן זענן דאווענן בעבודה צוויי שעה א טאג, מ'עסט נאר אויף צוזאם הלאטן די גוף מיט די נשמה, א שבת הייבט זיך אן מיט צוויי שעה שיר השירים וספרי חסידות, מ'באקליידערט זיך ווי אונזער עלטער באבעס אין בבל, און מ'מאכט חתונה ביי די ברמצוה מיט מיידלעך ביי די צוועלף, וואלט איינער געהאלטן אז דאס איז אביוס? הגם אז מיר ווייסן אז די סארט זאכן האלטן זיך נישט און עליה רוחנית מוז זיין מיט די מענטש אליינס, נישט מיט די מענטש וואס מ'וואלט געוואלט זיין, ועוד ועוד.

איך קען נישט קוקן קיין ווידיאוס, עס קען מיר איינער ברענגן קראנטע אינפארמאציע פון אן אויסגעהאלטענע מענטש אז דארט טוט מען אנדערש ווי די משל? איך וואלט זייער געוואלט גלויבן, אבער פונקט ווי איך גלויב נישט אז דער ליובאוויטשער רבי איז משיח, אדער אז דער דברי יואל איז געווען די אכצענסטע דור פון נוטרי ברי"ק, קען איך נישט אננעמן די סארט מעשיות וואס גייען מפה לאוזן אויף לב טהור ביז ווילאנג עס איז נישט באשטעטיגט בעסער. יא, מ'הערט וועגן דערווייטערן קינדער פון זייער עלטערן אלס א שטראף, אבער עס ווייסט איינער פונדערויסן צו דאס איז קראנט און מאסגעבנד? אדער א מעשה פון א קינד וואס האט זיך געשלאגן מיט זיין עלטערן און באשולדיגט די וועלט?

עס פעלט אזויפיל אינפארמאציע אויף די גרופע, נאך די גאנצע פרסום, אז עס איז מיר שווער צו האבן א מיינונג.
 
דא האסטו צוויי ווידיאו׳ס וואס אנטלאפענע דערציילן.
איך מיין אז זיי האבן עטוואס גענוג באווייזן.

מענדי לוי 👇

View: https://youtu.be/m95BTIEpvOc?si=LyoEjEWlkziZquLI

יואל לוי 👇

View: https://youtu.be/fMLBIwiEv3I?si=lmlGXYQ6ne5h6IIu
 
א בריוו, אן ארטיקל, עפעס פון א קראנטע עדאלט וואס האלט נישט קיין חשבון מיט קיינעם. נישט איינער וואס איז פון דארט אנטלויפן. איך פארשטיי אז ער איז פארווייטאגט, אבער וואס מיר ווייסן אויף אנדערע דיוויענטס איז פיל מער ווי די גרופע.

מיין נישט אז איך האב עפעס מיט זיי. דער הלברנס איז געווען א פוסטע עם הארץ און א שלעכטע מענטש, כמבואר בספריו, כתביו, און די ווידיאוס וואס זענן פארשפרייט פון אים. אבער דו ווילסט מיר טאקע זאגן אז עס גלויבט זיך אזוי לייכט אז גרופעס פון מענטשן נעמן קינדער צו סעקסואל אביוזן? מיר ליגט עס נישט אויפן שכל, עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין. חתונה מאכן יונג? יא. אבער סתם אביוזן פאר שוואוילטאג?! אז עס זענן דא אזעלכע יחידים גלויב איך. אבער אז זיי קענן צוזאם קומן און פירן א גרופע אזוי איז מיר צו שווער צו פארשטיין.
 
וויאזוי זאל איינער וואס איז נישט אנטלאפן פון דארט וויסן?
 
דא האסטו צוויי ווידיאו׳ס וואס אנטלאפענע דערציילן.
איך מיין אז זיי האבן עטוואס גענוג באווייזן.

מענדי לוי 👇

View: https://youtu.be/m95BTIEpvOc?si=LyoEjEWlkziZquLI

יואל לוי 👇

View: https://youtu.be/fMLBIwiEv3I?si=lmlGXYQ6ne5h6IIu
שכוח פאר'ן עס ברענגן, אבער האבענדיג געקענט ביידע פון די ברודער'ס ווען זיי זענען געווען אין טאהש גלייך נאכ'ן ארויסקומען פון דארט, און נאכדעם אין מאנטרעאל ווי זיי דרייען זיך נאך ביז היינט.
איז מיר זייער שווער צו גלייבן זאכן נאר אויף זייער ווארט
און ווען מ'וויל טוהן אזאלכע געפערליכע זאכן ווי אפרייסן קינדער פון עלטערן דארף מען אסאך מער ווי דעם
איך מיין ח"ו נישט זיי אראפ צורייסן נאר איך וואלט געדארפט שטערקערע פרוף ווי דעם
 
געוויסע זאכן קענסטו יא זען דארט, אין די ווידיאו׳ס,
לדוגמא קליינע מיידלעך אין קעידשעס
 
וויאזוי זאל איינער וואס איז נישט אנטלאפן פון דארט וויסן?
אונס רחמנא פטריה, נישט כמאן דעביד.

איך זאג נאר אז איך האב קיין עמטליכע ראיה נישט געזען. דער לעווי רעדט פון אן עקסטרעם פארפרומטע גרופע, וואס שמייסט מיט א פאסיק. דאס איז טאקע שלעכט. וויאזוי דארף איך יעצט גלויבן אז עס טוט זיך א סיסטעמאטישע סעקסואלע אביוז סיסטעם? עס איז מעגליך אז שלמה הלברנס האט יא געטון זאכן, הגם אז מענדי לעווי קען נישט דערציילן מער ווי ברענגן קינדער צו שלאפן אין א בעט מיט אים. אבער אפילו ער קען נישט דערציילן מער ווי דעם.

איך בין גרייט צו גלויבן, אבער מענדי לעווי ברענגט נישט די סחורה.
 
יעצט זאגסטו א צווייטע זאך אז מענדי לעווי זאגט גארנישט פריער האסטו געזאגט אז די ווילסט נישט גלייבן קיינעם וואס קומט פון דארט
די יוד וואס רעדט דא איז דארט געווען א קורצע צייט און ער פארציילט אויך פון אפטיילן די קינדער און פייניגן א יונגע מיידל און א בעיסמענט פון איינעם פון די הנהלה אז זי זאל מסכים זיין צו א שידוך

און דא האסטו נאך איינער פון דארט וואס פארציילט
 
לעצט רעדאגירט:

זייער אינטערעסאנט
אבער רוב פון די זאכן קענסטו זעהן ביי געוויסע חסידישע הויפן אויך, און קיינער רופט זיי נישט א קולט
חוץ די SA וואס דאס האט מען ווייטער נאכנישט געפרוווט
נישט אז איך האלט אז זיי זענען גרויסע צדיקים, אבער איך וואלט מיך זייער געפרייעט צו זעהן עכטע פרוף צו קענען דזשאסטעפייען די צוטיילן משפחות
 
איך קען דיר ענטפערן וועלכע שאלות דו האסט. קום צו מיר אין אישי.
 
זייער אינטערעסאנט
אבער רוב פון די זאכן קענסטו זעהן ביי געוויסע חסידישע הויפן אויך, און קיינער רופט זיי נישט א קולט
חוץ די SA וואס דאס האט מען ווייטער נאכנישט געפרוווט
נישט אז איך האלט אז זיי זענען גרויסע צדיקים, אבער איך וואלט מיך זייער געפרייעט צו זעהן עכטע פרוף צו קענען דזשאסטעפייען די צוטיילן משפחות
ס׳דאך נישטא קיין אמת׳ע צדיקים מנהיגים היינט און ס׳איז א גרויסע סכנה צו איבערגעבן די הנהגה פאר א יחיד/יחידים וואס זאלן האבן די גאנצע שליטה. אנדערע חסיד׳ישע פלעצער, הגם ס׳אויך דא א יחיד העומד בראש, האט ער למעשה אביסל מורא צו טון וואס ער וויל און רעכנט זיך ווי נישט ווי מיטן ׳מה יאמרו הבריות׳ - משא״כ אזא פארמאכטע פלאץ ווי מ׳פרעדיגט אמונה אין א בשר ודם.. קענסטו זיין זיכער אז מ׳נעמט עדווענטעדזש פון די מאכט און דער עולם ווערט עביוזד ביודעים ובלא יודעים.
 
הונדרעט פערצענט ריכטיג.
למעשה, זאל מען אווקע נעמן די קינדער פון איינער וואס פארשטייט נישט ווי אונז?
 
לויט ווי איך פארשטיי קען יעדער טאטע מאמע וואס איז גרייט זיך אפצוטיילן פון די קולט נעמען די קינדער צו זיך
 
הונדרעט פערצענט ריכטיג.
למעשה, זאל מען אווקע נעמן די קינדער פון איינער וואס פארשטייט נישט ווי אונז?
אוועקנעמען דו קינדער איז נאר נאכן גובה עדות זיין און הערן ערשטהאנטיג פון געפערליכע זאכן וואס קומען דארט פאר.

וועסטו מיר פרעגן וואס די זאכן זענען זאג איך דיר אז די וואס האבן אפגעמאכט אז מען מעג, זיי האבן גובה עדות געווען און זיי פארציילן נאר דו האסט אפגעמאכט נישט צו גלייבן.

זאג מיר, אז מען לייגט א קינד אין שטאל איז דאס נישט גענוג?
 
Back
Top