טאמער לב טהור וואלט געווען א גאר שטרענגן קהלה, ווי די נארמן זענן דאווענן בעבודה צוויי שעה א טאג, מ'עסט נאר אויף צוזאם הלאטן די גוף מיט די נשמה, א שבת הייבט זיך אן מיט צוויי שעה שיר השירים וספרי חסידות, מ'באקליידערט זיך ווי אונזער עלטער באבעס אין בבל, און מ'מאכט חתונה ביי די ברמצוה מיט מיידלעך ביי די צוועלף, וואלט איינער געהאלטן אז דאס איז אביוס? הגם אז מיר ווייסן אז די סארט זאכן האלטן זיך נישט און עליה רוחנית מוז זיין מיט די מענטש אליינס, נישט מיט די מענטש וואס מ'וואלט געוואלט זיין, ועוד ועוד.
איך קען נישט קוקן קיין ווידיאוס, עס קען מיר איינער ברענגן קראנטע אינפארמאציע פון אן אויסגעהאלטענע מענטש אז דארט טוט מען אנדערש ווי די משל? איך וואלט זייער געוואלט גלויבן, אבער פונקט ווי איך גלויב נישט אז דער ליובאוויטשער רבי איז משיח, אדער אז דער דברי יואל איז געווען די אכצענסטע דור פון נוטרי ברי"ק, קען איך נישט אננעמן די סארט מעשיות וואס גייען מפה לאוזן אויף לב טהור ביז ווילאנג עס איז נישט באשטעטיגט בעסער. יא, מ'הערט וועגן דערווייטערן קינדער פון זייער עלטערן אלס א שטראף, אבער עס ווייסט איינער פונדערויסן צו דאס איז קראנט און מאסגעבנד? אדער א מעשה פון א קינד וואס האט זיך געשלאגן מיט זיין עלטערן און באשולדיגט די וועלט?
עס פעלט אזויפיל אינפארמאציע אויף די גרופע, נאך די גאנצע פרסום, אז עס איז מיר שווער צו האבן א מיינונג.