א באזוך אין די "אקאפירטע געביטן" אין הייליג לאנד

א) איך בין א מענטש וואס האט זייער ליב צו ארומפארן, איך האב שוין דאס רגל פושט געווען אויף אסאך לענדער, זאל זיין אויף ''האלידעיס'' ברחבי אייראפע, אנדערע אויף שמחות, אמאל אפילו ראוד טריפן, אפילו אריינגעשטיפט מקומות הקדושים דא און דארט. איז דורך די יארן האט זיך אנטוויקלט אין מיר א שטארקע ליבשאפט צו נייע פלעצער און קולטורן.

לערנענדיג אין ארץ ישראל איז אטאמאטיש אויסגעקומען אז איך פאר גאנץ אפט אויף שבתים איבער פארשידענע מקומות. אנהייב בין איך געפארן צו די טיפישע דעסטינאציעס ווי יעדעס בחור וואס לערנט אין ארץ הקודש באזיכט, ווי למשל צפת, טבריה, ים המלח וכדומה, אבער מיט די צייט האב איך אנגעהויבן זיכן פאר עפעס מער... נישט סתם סאטמארע אטראקציעס...

האמיר אנגעפאנגען זיכן, פארשטייט מיט א פרעפעראציע אויף א נסיעה פריי פון אפצאל, מ'קען דאך נישט שפענדן יעדעס וואך אין די רוחות אריין, סתם אזוי איז מיין טאטע נישט דער גרעסטער פען פון א בן יקיר'ל וואס ראולט ארום אין הייליג לאנד (זאל ער זיך נאר פארשטעלן וואסערע ''קרומע שיטות'' זיין זוהנדעלע זאפט אריין וואלט דאס געווען זיין קלענסטע פראבלעם....), אפגערעדט פון די בית הנשים וואס נאר דערמאנען דאס ווארט ''שומרון'' אדער ''מתנחלים'' קען אפקאסטן א בילעט אויף אמעריקא צו די ''נארמאלע מענשהייט'', מילא הערשט א גרויס חשש אז קיין שפיר פון א אויספלוג זאל נישט דורכגיין די טעלעפאן דראטן, האב איך זיך נישט געוואגט צי ניצן טאשן געלט אויף מיין מיסיע

קוקט אבער אויס אז די בחינה פון ''בחינם באקומט מען כנים'' גייט עפעס נישט אהן ביי אחינו בני המתנחלים, דארטן איז ממש אלעס בחינם כפשוטו ממש, עס כדי כך אז ווען כ'האב געוואלט עפעס צאלן מוצאי שבת האט דער מקבל נישט פארשטאנען וואס איך וויל פון זיין לעבן האבן ביז כ'האב איהם געמאסבירט אז איך וויל פשוט שטיצן ישיבה הקדושה דקהל קדושה....

על כל פנים, זיך אריינטוענדיג אין דעם סוגיא פון ''אוועקפארן'' האב איך - לתמהון לבי - אויסגעפונען אז עס באשטייט א גאנצע שפינגעוועב פון ישובים אין ווייטן (?) צפון אינעם ארץ השומרונים, עולם בחורים וואס פארן אהין איז גאנץ קנאפ, רוב ''חברהלייט'' וועלן ארלעדיגן א שבת אין צפת העתיקה, טבריה און מאקסימום פאר טשיקאווקייט א שבת אין יבניאל ביי מיילעך שארף, די חברה וואס פראווענען אין שומרון קענען זיך געווענליך און לעבן ווי אין א קליקע, זיי זענען מער די בחורים וואס מ'זעהט נישט דווקא אין בית מדרש איבערן וואך אבער אויך נישט מיט א כלי אויפן גאס, נאר סתם אוואנטוריסטן מיט הייסע בלוט וועלכע לעבן אויף שפרינג אייזענעס

אוצר ועושה, דורך א טשוואקס א טשוועקל האב איך זיך אנגעטשוואקט אין אזא איינעם, יענער האט מיר אפגעשיקט א גאנצע ליסטע פון נומערן אין פארשידענע שטעטלעך און ישובים וואס איך האב פון זיי קיינמאל (ליידער) געהערט, איינע פון זיי האט אבער אויסגעשטעקט, קודם פאר די פשוטע סיבה אז מ'קען רופן ווען אימער, אפילו אויף דאנערשטאג, נאך א סיבה ווייל איך האב פונקט געליינט אין דעם הייליגן ירחון פון ''קדושת ציון'' איבער א שטעטל ''חומש'' אין שומרון וואס איז ליידער חרוב געגאנגען ביי די טרויעריג בארימטע ''התנתקות'' אין יארע 05' דורך די ציונים הארורים, שטייט דארט אז אסאך פון די פארטריבענע האבן זיך באזעצט אין שבי שומרון, האב איך פארשטאנען אז עפעס אינטערעסאנט שטעקט דארט (שפעטער האב איך אויסגעפונען אז דער שרייבער פון יענע ארטיקל וואוינט טאקע דארט אין שבי שומרון) , חוץ א מעשה איז איר געאגראפישע ווינקל א זעלטנהייט, זי איז דאס איינציגסטן ישוב אין שומרון וועלכע זיצט העכער שכם, טאקע אויפן שאסיי צווישן שכם - דשענין - טול כרם ליגט איינגעקוועטשט א קליינטשיקע שבי שומרון ווי א נישטיגע פינטל אויף די מאפע

איצטער הויבט זיך אן א פרישע תורה, ווי טרעפט מען בחורים אינטערעסירט צו פארן צו עפעס א פאריקטן שטעטל פון ''נישט היימישע'', עטליכע בחורים האבן אריינגעגעבן זייערע קאנדידאטור אבער ווי חכמים האבן זיי געבעטן רשות פון די עלטערן וועלכע האבן גלייך אפגעפסל'ט דעם געדאנק כלאחר יד,אני הקטן האב ערקלערט פאר מיין פאטער אז איך פאר צי א ישוב ''נעבן עמנואל'', א חרדישע שטאט אין שומרון, דער פאטער זאל מאריך ימיך זיין האט נאר געוויסט צו זאגן אז ווען מען האט געבויט עמנואל האט עס געהייסן א מקום מסוכן, ''ווייסעך נישט'' האב איך איהם אזוי כלאחר יד אפגעפאטערט, און אזוי האט זיך די נידון אפגעענדיגט אין גוטע טערמינען

שוין, ענדליך האבן מיר אזוי נישט מיר נישט דיר צוזאם געקראצט פינעף חברים און ביידע, מ'לאזט זיך ארויס, פארשטייט זיך אז דעם אויסגעוועלטן באס האבן מיר ווי חסידישע אידן פארפאסט, איז - ווי פאר א חלק פונעם אויספלוג - האבן מיר געמאכט א אפשטעל ביי ''קניון רמות'', א ריזיגע היימישע מאל ביים גרעניץ פון ירושלים, אן אייזיגן קאווע און א פלעשל וואסער און היידע, זעמער אויפן וועג

די ארגינעלע פלאן איז געווען צו נעמען א באס קיין ''קדומים'', א גרעסערע שטעטל דערנעבן און פון דארט טוישן באסעס ווייל קיין דירעקטע באסעס פון ירושלים קיין שבי שומרון איז נישט פארהאן, וויבאלד אבער מיר האבן ווי אויבנדערמאנט פארפאסט אונזער באס איז פון קדומים קיין פאבליק טראנספארטאציע שוין נישט געווען ווען מיר זענען אנגעקומען אהין, האבן מיר נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמוזט שטעלן פאר ''טרעמפים''

''טרעמפים'' איז א פענאמענען וואס קען נאר באשטיין אין א אידיש לאנד, בעצם וועט מען אייביג קענען זעהן מענטשן בעטן פאר א היטש אויף די שטראזן, זאל זיין אונטער א געבאקענע זוהן אדער שפעט אינמיטן נאכט
ס'דא אבער צייטן וואס ווי מען זאגט ''די גאנצע לאנד היטשט'', פון פרייטאג נאכמיטאג ביז זונטאג אינדערפרי איז קיין טראנספארטאציע נישט פארהאן על כל פנים אויף א מאסנשטאבליך פארנעם זיכער נישט
ס'קענען שטיין צענדליגע מענטשן ביי א ''צומת'' אדער א ''מחלף'' (ביידע מיינען דשאנקשאנס) און ווארטן פאר ריידס פון איין עק לאנד ביז צום אנדערן, די אטאריטעטן האבן שוין אפילו געשטעלט ספעציעלע סטאנציעס אידענטיש צי באס סטאנציעס ווי מ'קען האבן א דאך אויפן קאפ, ביי יעדעס סטאנציע איז דא בארידאקעס אפצוהאלטן פון פאלעסטינע טעראריסטן וועלכע צופירן זיך ביים רעדל, אין דעם עבר האבן שוין שרעקליכע מעשיות פאסירט ביי אזעלכע פלעצער, דעריבער שטייען ביי יעדע צומת א צוויי דריי סאלדאטן אנצוהאלטן די געמיטער

על כל פנים, אנקומענדיג אין צומת אריין האבן מיר אנגעטראפן צוויי סאלדאטן, איינער פון זיי א אסאך ישיבה וואס איז אין די מלואים, ער גייט מיט די גאנצע טראגע, א היימיש ליטוויש פנים מיט בארד אין פיאות און ישיבה ציצית הענגען אראפ פון די זייטן, ער האט שטארק מחשיב געווען די בני ישיבה, קיין פינטל שנאה אדער האס האט זיך נישט אנגעזען אויף איהם, ווען ער האט געהערט אז אונז זעמער ''חוצניקים'' איז ער ממש ארויס פון די כלים אונז אויפצוקלערן אז טראץ ישראל איז דאס איינציגסטע פלאץ ווי מ'קען זיין א איד

הכלל, נאכן ווארטן א שטיק צייט, ווען צו מיין שרעק פארן אריבער כמעט נאר קארן מיט ווייסע פלאטעס (וואס באדייט אז זיי באלאנגען צי אונזערע קוזינען (לעומת די געלע ישראלישע פלאטעס), האט זיך אפגעשטעלט אן אלטן ווייסע דשאלאפי, אן אלטן פארל זיצט אינעווייניג, ס'רעבעצין זיצט ביים רעדל כנהוג און דער אלטיטשקער זיצט נעבן איר מיט א בינטל בלומען, אינטערגעשפילנדיגע פאטריאטישע לידער פון די זיבעציגער יארן האבן אונז אריינגעברענגט אין די ''ווייב''

על כל פנים נאך אזא פופצן מינוט אויף שרעקעדיגע וועגן זענען מיר אנגעקומען אין שטעטל אריין, ווי אסאך פון די שטעטלעך אין די שטחים פלאטערט אויך אין שבי שומרון מיט שטאלץ דעם מיליטערישן פאן פונעם צה''ל, א גאנצע מיליטערישן ''בסיס'' היט אפ ביים אריינגאנג פון שטעטל, אין א פארקינג לאט דערנעבן האב איך אויפגעכאפט, צווישן אנדערע טרעקלעך, צוויי טאנקען פארקירט אזוי נישט מיר נישט דיר, ווי כאילו ס'איז א העכסט נארמאלע בילד, שפעטער האב איך געמערקט אז דער בסיס ווירבלט מיט טאנקען און מיליטערישע טרעקלעך, דאס איז געווען מיין ברויכען הבאים אין שטעטל אריין

איז קודם אביסל היסטארישע און דעמאגראפיע דעטאלן אויפן שטעטל.
נאכן זעקס טאגיגן קריג האבן די ווייט-רעכטע מתישבים אויפגעשטעלט ישובים אויף די לענג און ברייט פון די ''בנימין'' און ''יהודה'' רעגיאנען, ביידע אין דרום פון די אקאפירטע געביטן, אויף שומרון האבן זיי אבער נישט געוואגט אנצירירן, אין ניינצן אכט און זיבעציג האבן זיך זאכן אבער געטוישט, חול המועד סוכות תשל''ח האט דער ''אירגון אמנה'' געשלעפט ארום צוויי הונדערט אידן אויף צי אייננעמען שומרון, יענמאלט האט מען פארכאפט דעם סבסטיה באן סטאנציע (דער ענגלישע מאנדאטארישע רעגירונג האט אויפגעשטעלט אין די לאוואנט - ווי דער מערב זייט פונעם מיטל מזרח ווערט גערופן - א באן ליניע וועלכע האט דורכגעשניטן שומרון ביז ירושלים), סבסטיה איז א חרובע פאלעסטינע שטעטל אויף די חורבות פון שומרון העתיקה, עיר הבירה פון עמרי מלך ישראל

די סיבה פארוואס די רעכטע עקסטרעמיסטן האבן פארשטאנען אז יעצט איז זייער מאמענט איז געווען א פשוטע, ביז דעמאלט האבן די לינקע חברה געהערשט מיט א אייזערנעם פויסט אויף דאס גאנצע מדינה.
אין די שפעטע זיבעציגער יאהרן איז ארויף אויפן טראן דער שפאבערישער רעכטע פירער פון ליכוד מנחם בעגין, דער רעכטע לאגער, זייענדיג שיכור פון זיין געווינס, האט זיך צעפירט די הענט

טראצדעם וואס עס איז זיי נישט געלונגען צו פארבלייבן אין סבסטיה האט מען נאכגעגעבן צו בויען א ישוב אויף א דערנעבנדיג בערגל צונויפגעשטעלט פון קאנפיסקירטע אראבישע פעלדער אין די אומגעגנט, והנה, א שטעטל אין שומרון, טאקע מיט א צוגעפאסטע נאמען ''שבי שומרון'' - די צוריק קערער פון שומרון

די סיבה פארוואס די דאזיגע שטח איז געוועלט געווארן צום באניץ פון שטעטל איז וויבאלד עס איז שוין געשטאנען אויפן שטח פארשידענע בנינים, די ירדנישע מיליטער האט געהערשט אויף שומרון און געבויט מיליטערישע אינסטעטוציעס, איינס פון זיי איז געווען א מיליטערישע באזע אויפן שטח פון שבי שומרון.

די ערשטע תושבים זענען געווען ווי אויבנדערמאנט רעכטע עלעמענטן פון נתניה (נתניה איז געאגראפיש דער נענטסטער גרויסע שטאט), ביז היינט איז דאס איינציגסטע ווייט שטרעקיגע באס ליניע קיין נתניה.
אין די שפעטערדיגע יאהרן האבן זיך אסאך עולים פון פארשידענע מדינות זיך באזעצט אין שבי שומרון צוליב א ''מדרשה'' זיך צו לערנען עיברית וועלכע איז הויפטקווארטירט אין שטעטל, עד היום איז שבי שומרון א געמיש פון קאלירן, פון אמעריקאנע ענגליש רעדנדע, תימנע עולים, ביז די ''בני מנשה'' פון אינדיע און די אינדיאנע אינקא גרים פון פערו (ברייט באשריבן אין ''משפחה'' דעם פארלאפענעם שבועות).
דער שטעטל פארמאגט היינט א באפעלקערונג פון עטוואס איבער טויזנט איינוואוינער, מערסטנס ''דתיים'' ווי אויך אסאך ''חרדלים'' - די היימישע פון זיי.
אין די לעצטע פאר יאהר זינט בצלאל סמאטריטש איז ארויף אין מאכט פונעם רעכטן לאגער איז ער מאשר נאך און נאך ישובים, בויעט נייע און באשטעטיגט אלטע אומלעגאלע ''גבעות'', צווישן אנדערע האט ער געגעבן די נויטיגע פערמיטן צי בויען נאך צענדליגע הייזער אין שבי שומרון
 
זייער שיין

כ'האב געמיינט אז פון תחנה המרכזית - ירושלים איז דא באסעס צו יעדע מושב
 
צומת'' אדער א ''מחלף'' (ביידע מיינען דשאנקשאנס)
צומת איז א דזאנקשין (רויט לייט אדער סטאפ סיין איז אויך בכלל) מחלף איז א אינטערסעקשין (די הייוועיס פארן איבער/אונטער איינער די צווייטע מיט רעמפס צו אלע זייטן)
ראה כאן
 
לעצט רעדאגירט:
צומת איז א דזאנקשין (רויט לייט אדער סטאפ סיין איז אויך בכלל) מחלף איז א אינטערסעקשין (די הייוועיס פארן איבער/אונטער איינער די צווייטע מיט רעמפס צו אלע זייטן)
ראה כאן
לאו דווקא, על פי רוב זענען די באס סטאנציעס צוטיילט, איין זייט הייסט מחלף און די אנדערע צומת
 
הערליך דו האסט א (קאצקע) ציקערדיגע שפראך
 
לאו דווקא, על פי רוב זענען די באס סטאנציעס צוטיילט, איין זייט הייסט מחלף און די אנדערע צומת
סנישט קלאר ווען זיי געבען די נאמען צומות טון ווען מחלף
אבער ס'נישט איינס קעגען די צוויטע
געווינטלעך אינדרויסען פון א שטאט וועלען אלע הייסען צומות
 
אז מ'רעדט שוין, וואס אין די וועלט מיינט ''אופקטירטע געביטען''?
 
שטחים שהיו כבושים.
לדוגמה: בני ברק היה שטח כבוש מאז חורבן בית שני עד ה'תש"ח
ירושלים חברון שכם ומערב רמת הגולן היו כבושים עד ה'תשכ"ז
ורמת הגולן המזרחי היה כבוש עד ה'תשפ"ה
רצועת עזה עדיין לא ברור מתי ייגמר הכיבוש
ונחלת ראובן גד מנשה וארצות אדום וסוריא הם עדיין כבושים ובאופק לא נראה מתי הם ישתחררו
----
מובן?
 
שטחים שהיו כבושים.
לדוגמה: בני ברק היה שטח כבוש מאז חורבן בית שני עד ה'תש"ח
ירושלים חברון שכם ומערב רמת הגולן היו כבושים עד ה'תשכ"ז
ורמת הגולן המזרחי היה כבוש עד ה'תשפ"ה
רצועת עזה עדיין לא ברור מתי ייגמר הכיבוש
ונחלת ראובן גד מנשה וארצות אדום וסוריא הם עדיין כבושים ובאופק לא נראה מתי הם ישתחררו
----
מובן?
פארוואס עפעס איז ירושלים און חברון ש
א שטח כבוש, אידן האבען אלעמאל געווינט דארט, (עיר העתיקה איז אפשר געווען ביי די ארבערס מתש''ח ביז תשכ''ז)
 
פארוואס עפעס איז ירושלים און חברון ש
א שטח כבוש, אידן האבען אלעמאל געווינט דארט, (עיר העתיקה איז אפשר געווען ביי די ארבערס מתש''ח ביז תשכ''ז)
למה על בני ברק אתה לא שואל למה אני מכנה אותו כבוש עד ה'תש"ח??
אכן יהודים גרו שם כמעט כל השנים אבל היה כבוש בידי ה ביזנטים מוסלמים וכו' עד הבריטיים וכעת בעזרת הא-ל יתברך שמו שוחרר.
עיר העתיקה איז אפשר
סתם שואל מה זה ירושלים אצלך? הכפרים שקוראים בהם מגילה בט"ו מפני שהם סמוך ונראה לירושלים? אצלי ירושלים זה ירושלים שנתקדש בלחמי תודה ושיר מהחומה השלישי ליד מאה שערים בצפון עד אחר הביצה השני בהר הזיתים במזרח וכו'
 
לעצט רעדאגירט:
למה על בני ברק אתה לא שואל למה אני מכנה אותו כבוש עד ה'תש"ח??
אכן יהודים גרו שם כמעט כל השנים אבל היה כבוש בידי ה ביזנטים מוסלמים וכו' עד הבריטיים וכעת בעזרת הא-ל יתברך שמו שוחרר.
אויב אזוי איז גאנץ ארץ ישראל א שטח כבוש-און דווקא שומרון המדבור איז נישט!
 
אויב אזוי איז גאנץ ארץ ישראל א שטח כבוש-און דווקא שומרון המדבור איז נישט!
על הנקודה שלך, נכון.
רש"י תחילת פרשת בראשית כבר כותב כן. ועכשיו נא להמשיך ללמוד הרש"י עד הסוף מה שדרש מהפסוק כח מעשיו הגיד לעמו. וד"ל.
 
אויב אזוי איז גאנץ ארץ ישראל א שטח כבוש-און דווקא שומרון המדבור איז נישט!
לכאורה היה לך לכתוב רוב ארץ ישראל, מפני שהרי השומרון הם חלק מארץ ישראל, למוד חומש פרשת מסעי.
 
איינגעשטאנען זענען מיר אין ישיבה נחלת יוסף, קוואטירט ביים סאמע עק פון שטעטל, טאקע ממש נעבן די נייע געגנט וואס בויט זיך אין גרויסן, די הויפט געביידע איז דער ירדנישע פאליציי אפיס וועלכע איז לכאורה געשטעלט געווארן אויף דעם ארט צוליב איר סטראגעטעגישן געוויכט שטייענדיג אויפן סאמע שפיץ בארג אראפקוקנדיג אין ברייטן טאל אריין.
די ישיבה ווערט געפירט דורך הגאון ר' יהושע שמידט שליט''א דער געוועזענער ר אין שטאט וועלכע איז צוליב זיין פרומקייט אראפגעשטעלט געווארן פון זיין פאזיציע, שפעטער האט זיין אייניקל מיר פארציילט אז אין די גאס איז דא א שמיענ אז ער פירט אן קולט אין ישיבה און אסאך פאליטיקאנטן און רבנים פון די ציונות הדתית ווייזן איהם א ריקן, אויף אזוי ווייט אז מען רופט איהם שוין נישט צי קיין אסיפות הרבנים, איך האב אבער גארנישט געזען שבת וואס קען ווייזן אויף קולטישע קולטורן, און גלייבט מיר, איך פארשטיי גאנץ גוט צו א קולט.

דער רב, וועלכע איז א תלמיד פון הגאון הישיש ר' דוב ליאור שליט''א ראש ישיבת ניר אין קרית ארבע-חברון פון די זקנים המנהיגים אין די ציונות הדתית און א תלמיד מובהק פון הגאון רצי''ה קוק זצ''ל, איז יוזם הרעיון פונעם ''שיטת הסימנים'', א ברייט באניצטע מהלך אין לערנען, עס ארבעט אז יעדע בלאט ווערט אנגעצייכנט מיט א ראשי תבות פון א סוגיה אויפן בלאט איר צו געדענקען, בבחינת רבי יהודה היה נותן בהם סימנים, אין ישיבה (אגב, סיי קטנה און סיי גדולה) לערנט מען טאקע אויף דעם מהלך ביי בקיאות סדר און די חברה זענען בקיאים מופלגים.

אנקומענדיג הונטער דעם הויפט בנין האט אונז אפגעווארט א אויגפארכאפנדע פאנאראמע אין צוגאב צי א קליינע פויגל פארם פיל מיט שטייגן פאר פאפיגייען און קאטשקעס.
דערנעבן איז דא א קליינע שביל וועלכע פירט צי די דארמיטארי, אנשטאט א גרויסע בנין איז דארט אויפגעשטעלט א קליינע קריה פון זעקס הייזקעלעך ווי די בחורים שלאפן, דריי פאר ישיבה קטנה וכנגדם פאר די ישיבה גדולה, יעדעס הייזקל אנהאלט א קיכל און פינעף שלאף צימערן.
אפגעווארט האט אונז א עלטערע בחור וועלכע האט אונז אנגעוויזן אונזערע פריוואטע שלאף צימערן, נאר שפעטער בין איך דערגאנגען אז עטליכע בחורים האבן געטוישט צימערן פאר אונזער באקוועמליכקייט, די ישיבה שטעלט צו בעט געוואנט אזוי אז מיר האבן נישט געברויכט מיט שלעפן גארנישט.


נאכהער האט ער אונז אריינגענומען אין עס זאל און סערווירט ''טועמיה'' וואס איז באשטאנען פון קארן פלעיקס מיט מילך.
דער בנין פון עס זאל איז א קליינטשיק איין שטאקיגע, ענהאלט א עס זאל באצירט מיט בילדער פון פארשידענע גדולים ישראל פון אלט שיכטן, א קאמערציאלע קאך, און א אוצר הספרים\לייבערי פיל מיט ספרים פון יעדע שטרעמונג, קאמיקס ביכער און א גרויסע פיש טאנק

נאכן אפעסן צו די זעט (לפחות די אויבער חכמים וועלכע פארנעמען קארנפלעקס אין א לאנגע פרייטאג נאכמיטאג) האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע אויסשפיאנירן דעם שטעטל, געהאלטן א דרשה אינעם ליידיגן שוהל איבער די גרויסקייט פון יום ירושלים (די גאנצע בית מדרש איז לכבוד יום טוב געווען באצירט מיט פענער אין די לופטן אין פארעם פון א גרויסע מגן דוד), געהוידעט און געגליטשט אינעם לאקאלן שפיל גארטן (א אויספלוג גיבט אזא לויזע הרגשה פון זיך אויסגעבן מיט אלס און אלעמען, אפילו א נארישע פארק גיבט א ספעציעלע גלאנץ), און שפאצירט צי א ''מצפה'' ביים עק פון שטעטל וועלכע קוקט ארויס
אויף די ארומיגע אראבישע שטעטלעך
א מקוה איז דא א שטאטישע אבער די בחורים'לעך אין ישיבה האבן אליין געבויט א א קליין געביידע מיט א פיצינקע בור טבילה, א שויער, און א קליין באנק זיך אנציטוהן, די גאנצע ''מבנה'' האט אפגעקאסט בלויזע פופציג טויזנט שקל (בערך דרייצן טויזנט דאלער), און די חברה נוצן עס ביז צום מאקסימום, בעפאר יעדע תפילה איז דא א עולם וואס גייט אין מקווה
הונטער די מקווה איז דא א שמאלע וועג אראפ צי דו ''דרך הביטחון'' וואס נעמט ארום די שטעטל, די פאנאראמע דארט איז עפעס אויסערגעווענליך, אראפגייענדיג האב איך טאקע פונקט אנגעטראפן די ביטחון (א בחינה פון ''שומרים'') אדורכפארן, זעענדיג ווי איך נעם בילדער האט זיך די קאר אפגעשטעלט, דער בעל עגלה, א שווארצער עטיאפיער האט מיר געגעבן א גאנצע שיעור אויף די וואכעדיגע פרשה און אהבת ישראל וארץ ישראל, צוגעענדיגט האבן מיר פארשטייט זיך מיט א שיינען סעלפי צוזאמען.

א טובל אריין א טובל ארויס און אין בית המדרש קאכט זיך שוין א דאווענען, אריין טרעטנדיג האבן מיר אנגעטראפן א געמיש פון אנגעטואכטס, היות די שיטה אין די חרדלישע וועלט איז אז יעדער קען בעצם טראכטן און טוהן וואס ער וויל כל זמן עס איז אין דו ראמען פון אידישקייט קען מען טרעפן דארט יעדע לבוש און מהלך אין חסידות, צווישן אנדערע זענען דא חברה וואס גייען מיט קאפטענעס, אנדערע מיט הויזן זאקן אנדערע נאר מיטן הוט און בעקיטשע, די איבריגע גייען די טראדיציאנאלע כיפה סרוגה און ליכטיג ברוינע הויזן מיט אדער אן א גארטל
די עצם דאווענען איז מיט א גרויסן קאך אויפן קארליבאך נוסח, א רקידה'לע אינמיטן דאווענען איז א העכסט נארמאלע ערשיינונג, דאס דאווענען אליין נעמט גאר לאנג אבער גאר אונטערעסטנט איז געווען אז די מצב דארט איז זייער א לייכטע, נישטא קיין פרעשור אויף צי זיצן און קאכן נאר כל אחד כדאית ליה, וויפיל נערוון ער פארמאגט

נאכן דאווענען האט מען אונז אריינגעפירט צום אנגעגרייטע עס זאהל, גאר אינטערעסאנט איז געווען די חלק אז אלעס אין קיך ווערט געפירט דורך די בחורים, נישטא קיין שלאס אויפן טיהר און יעדער קען אריינגיין נעמען וואס אימער ער וויל, די סעודות זענען - כדרכם פון די ישראלישע סעודות - אויף אן ארימע שטייגער, ס'עיקר זעק פון חלה און אסאך ''סלטים'' - א מעניו פון דיפס וואס באשטייט מייסטנס פון חומוס טחינה און חצילים, נאכן זיך אנשטאפן מיט חלה ברענגט מען אריין געבאקענע פיש, ''סלמון'' איז זייער טייער אין לאנד (ווען כ'האב אין איינע פון די שבתים פארציילט אז ביי אונז סערווירט מען יעדעס וואך סעלמאן - אפילו אין ירושלים - האט יענער געעפנט ריזיגע סאלי אויגן אויף מיר, כאילו כ'בין פון די ראטשילדס.....) מילא שטעלט מען ''קרפיון'', קארפ פיש, די טראדיציאנאלע ישראלישע פיש, איבערגעשמירט מיט אזא פרענקישע געמויזעכטס.
טרינקען איז דא אין קאך גאנצע ''שישיה'ס'' פון כל מילי דמיטב, קאקא קאלא, סעלצער, סעוון אפ און נאך, די דארפישע חברה טרינקען אבער נאר פטל פון א גרויסע פאס, אנהייב האבן מיר געמיינט אז ס'איז פאר עפעס א מסיבה אדער וואס, פרעגנדיג האט מען אונז אבער קלאר געשטעלט אז ס'איז קיין פראבלעם צו נעמען, די חברה זענען פשוט מסתפקים במיעוט אן זייער וויסן, אזעלכע דארפסלייט וואס כאפן ניטאמאל זייערע פשטות.
במשך'ן סעודה בין איך געזעסן נעבן איינע פון די מגידי שיעור זיך אריינטוענדיג אין א טיעפע שמועס איבער ציונות בכלל און הרב קוק בפרט, יענער האט געענטפערט בטוב טעם ודעת נישט מורא האבנדיג פון די שטעכעדיגע פראגעס וועלכע איך האב געשטעלט, מיר האבן גערעדט איבער מרכז הרב, הרב קוק, די חרדלי''ם און אלעס ארום, יענער - וועלכע האט זיך שפעטער ביים דרשה זיינער ארויסגעשטעלט צו זיין א היפּשער תלמיד חכם - האט מיר פארשטיין געגעבן מיט וואס די ישיבה איז אנדערש ווי אלע אנדערע ישיבות אין די וועלט פון ציונות הדתית, קודם כל לערנט מען דארט מיט די ספעציעלע שעות הסימנים ווי אויבן דערמאנט, אבער אין ט פאליטישן און השקפה'דיגן זונען איז עס דאס איינציגסטע ישיבה וואס שטייט אונטער די עוצמה היהדות פאן, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער די סאמע פרומסטע וואס איז דא.

די חברה זענען אזעלכע חרדלי''ם אז ביז נישט צו לאנג צוריק האט נישט עקזיסטירט אזא זאך אז א בחור זאל גיין אין מיליטער פון דארט, נאר פון גרויס דרוק אין געלט איז דער ראש הישיבה איינגעגאנגען אויף דעם אז עטליכע שוואכערע בחורים זאלן גיין אין מיליטער נאך א יאר און א האלב אין ישיבה, אזוי האט דאס ישיבה באקומען דעם ''הסדר'' טיטל (כ'האף צו באשרייבן אמאל א ריכטיגע הסדר ישיבה און פארשטיין געבן פינקליך וואס דאס מיינט), סך הכול גייען פינף בחורים א יאהר אין מיליטער און דאס אויך נאר נאכן זיך באראטן מיטן ראש הישיבה שליט''א.

נאך א פרט פון שטיין אונטער ''עוצמה היהודית'' איז דער אפציעלער נשיא הישיבה, הגאון ר' דוב ליאור שליט''א איז א ראדיקאל רעכטער פוסק הדור אפילו ביי די מזרחי'שע קרייזן, ער איז געווען דער מייסד פון די גרויסע ישיבה ''ניר'' אין קרית ארבע הוא חברון, היינט פירט א קהילה אין מזרח ירושלים, ער האט גאר ראדיקאלע שיטות ווי למשל ארויפגיין אויפן הר הבית, ער האט שטארק געשטיצט די הקרבת שתי היים דעם פארגאנגענעם

הכלל, נאך א לענגערע סעודה האט מען אונז צוריק אריינגעפירט אין בית מדרש אריין צום ''טיש'' וועלכע דער ראש ישיבה פירט א יעדעס וואך, דער ראש ישיבה איז דאן געווען אין אמעריקא נאך געלט מילא האט איינע פון זיינע קינדער געפירט די מצב, יענער גייט מיט דעם טראדיציאנאלע כיפה סרוגה אנע שטריימל אבער מיט א ווייסע בעקיטשע זייענדיג אן אנהענגער פון מהרא''ש מברסלב - יבניאל, משקה פון אלע מינים איז געווען לרוב, דער בן הרב האט געשאשקעט איין כוסא נאכן צווייטן, קוקט אויס אז ער נעמט נישט אן די שארפע ברסלבע איסור אויף טרינקען, און אזוי מיט'ן פנים רויט ווי א בוריקע האט ער געהאלטן א פלאם פייערדיגע דרשה אויפן פרשה, פארשטייט זיך אלעס ארום קדושת הארץ ווי איינגעפירט.

א גאר אינטערעסאנטע ספעקטאקל איז דאס איינגעפירעכטס פון מאכן סיומים, לויט די אויבנדערמאנטע שעות הסימנים מאכן די חברה אומצאליגע סיומים, טייל בחורים האבן שוין אפילו מסיים געווען די תלמודים, אויף די שבת וואס איך האב פארוויילט איז נאר געווען צוויי סיומים ווייל ווי אויבנדערמאנט איז עס געווען א ''שבת חופש'' און די ישיבה איז געווען כמעט ליידיג, איינער האט געמאכט א סיום אויף א מסכתא אין ירושלמי זרעים און שולחן ערוך אורח חיים, נאך איינער האט געמאכט א סיום אויף א מסכתא אין בבלי, ווען כ'האב זיי געגעבן מזל טוב האבן זיי מיר אנגעקוקט אביסל מאדנע, שפעטער האב איך מיך געכאפט אז די סיומים זענען א וועכנטליכע ערשיינונג, נישט קיין סאמאטוכע, שטעל דיך פאר איינער גיבט דיר אפ א מזל טוב פארן באקומען א הונדערט אויף א בחינה, כ'מיין..... ס'איז מער א בושה ווי א קאמפלימענט, אין אנדערע ווערטער זאג איך איהם אז א הונדערט ביי איהם איז א סעלעבראציע...
נאך א אינטערעסאנטע נקודה איז אז ירושלמי איז א געהעריגע חלק אין די תורה, נישט קיין לימוד פאר עלטערע בעלי בתים וואס זיכן א ווייב אדער ישיבה קטנה בחורים וואס זיכן טשיקאווקייט, און לערנען שולחן ערוך מיינט נישט דווקא פיר יאר הלכות שבת אין כולל אדער זיך מוטשען אויף משנה ברורה, אלע חלקים אין די תורה האבן פלאץ פאר יעדעם איינעם אין יעדעס פלאץ.

סוף טיש האב איך פאר װעגן א לענגערע שמועס מיט עטליכע בחורים וועלכע זענען געווען אויסן צו וויסן ''איזה חסידות אתה'', איך האב זיי פונקטליך אראפגעלייגט די קארופציע פון די חסידישע וועלט, פשוט, זאלן זיי זיך נאר נישט איינרעדן אז די גראז באנונז איז גרינער
 
Back
Top