דעפלאציע. א ברכה אדער א קללה?

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
1,149
רעאקציע ראטע
6,640
נאכן האבן די לעצטע דריי פיר יאר אינפלאציע, הייבט זיך אן צי אנזעהן אביסל דעפלאציע, נאך וואס אייקיע, וואלמארט און בורגער קינג האבן געמאלדן אז זיי גייען שניידן פרייזן, מיין ערשטע thought איד געוועהן ב״ה ס׳הייבט זיך שוין אן אנצוזעהן סימנים פון א סטאבילע עקאנאמיע.

אבער למעשה דעפלאציע איז בכלל נישט קיין ברכה, ס׳איז א קללה גאר, נאך ערגער פון אינפלאציע, וויבאלד פרייזן הייבען אן פאלן האלטן מענטשן זיך צוריק פון קויפן, ווייל ער קען דאך עס מארגן האבן פאר ביליגער, און אז מענטשן קויפט נישט ווערט עס נאך ביליגער, קויפן נאך ווייניגער מענטשן ווייל מארגן קען עס ווערן נאך ביליגער,און אזוי גייט עס אריין אין א רשעות׳דיגע ראד.

איז אויב נישט אינפלאציע, און נישט דעפלאציע איז וואס יא? סטעביליזאציע!
 
די קענסט מענטשן וואס קויפן נישט צו שנעל ווען זאכן זענען ביליגער?
 
ועוד,

סטאבאליזאציע איז נישט קיין סטאטוס. אלעס ווערט געמאסטן מיט א בעסיס און ווי ווייט מ'רוקט זיך פון די בעיס, ווייל אנדעם קען מען גארנישט מעסטן. הכא נמי די ווערד פון געלד, דהיינו וויפיל סחורה דיין געלט קען דיך אנקויפן, קען נישט געמאסטן ווערען בזכות עצמו, נאר אקעגען די אייגענע טאג פארדעם (טרענד), אדער אפילו קעגען א צווייטן (exchange) אבער דאס איז אויך א טרענד. ס'איז נאר דא inflation/deflation (מהלך), אבער נישט קיין סטאביליזעשאן באמת (עומד), ווייל אפילו סטאביליזעשאן מיינט deflation/inflation נאר א קלענערע מאס טשעינדזש ווי פאר דעם.

וואס איז די פאונט פון דעם לומדות...?
די רמב"ם שרייבט וצריך להסדיר תפלתו קודם שיתפלל כדי שתהא שגורה בפיו, מ'זאל וויסען נישט מתפלל זיין אויף stabilization נאר פאר deflation, אז די טרענד זאל גיין און די ריכטיגע כיוון...

אויך מיר א דאגה 😂
 
די קענסט מענטשן וואס קויפן נישט צו שנעל ווען זאכן זענען ביליגער?
איך ווייס צו מענטשען האלטן זיך יא אדער נישט אפ. אין פאקט איז ווען פרייזן פאלן זענען דא ווייניגער סעילס, אזוי האט היסטאריע געוויזן. אבער, עס איז נישט נאר דאס. ווען עס איז דא ווייניגער קונדן איז דא ווייניגער סערווירער (דזשאבס) עס איז דא ווייניגער דזשאבס איז דא ווייניגער פראדוקציע וכן הלאה. געלט ווערט מער ווערד, קומט אויס אז מען באצאלט טייערער געלט פאר ביליגערע הלוואות (וואס מען האט גענומען אין צייט ווען געלט האט זיך אינפלאציאנירט) מענטשען קענען ממש נישט צוריק צו צאלן טייערע געלטער פאר ביליגע (נעם אריין אינטערעסט אויכעט)
 
נאכן האבן די לעצטע דריי פיר יאר אינפלאציע, הייבט זיך אן צי אנזעהן אביסל דעפלאציע, נאך וואס אייקיע, וואלמארט און בורגער קינג האבן געמאלדן אז זיי גייען שניידן פרייזן, מיין ערשטע thought איד געוועהן ב״ה ס׳הייבט זיך שוין אן אנצוזעהן סימנים פון א סטאבילע עקאנאמיע.

אבער למעשה דעפלאציע איז בכלל נישט קיין ברכה, ס׳איז א קללה גאר, נאך ערגער פון אינפלאציע, וויבאלד פרייזן הייבען אן פאלן האלטן מענטשן זיך צוריק פון קויפן, ווייל ער קען דאך עס מארגן האבן פאר ביליגער, און אז מענטשן קויפט נישט ווערט עס נאך ביליגער, קויפן נאך ווייניגער מענטשן ווייל מארגן קען עס ווערן נאך ביליגער,און אזוי גייט עס אריין אין א רשעות׳דיגע ראד.

איז אויב נישט אינפלאציע, און נישט דעפלאציע איז וואס יא? סטעביליזאציע!
מען האט נאך א וויטע וועג צו גיין ביז מען וועט ארויסקריכען פון אינפלאציע, האסט נאך אסאך שטאפלען פאר דיפלאציע. (נישט יעדע מאל א זאך ווערט ביליגער דארף מען שוין גלייך שרייען "דיפלאציע")
 
Back
Top