נישט אז דאס אז מען קען לויפן צי די באנק מאכט אז עס זאל זיין אן אילאזיע, עס ווייזט אויף אז עס איז אן אילאזיע! (אפי' ווען מען לויפט למעשה נישט צי די באנק!)
אבער די פאקט אז אינצווישן נוצט מען די געלט דאפלט 'ווייזט' אויך אז די אילוזיע האט באשאפן עכטע געלט צום באנוץ! (טאקע נישט רעפרעזענטירט ביי עכטע ארבייט..)
קיין שום געלט ווערט נישט "גענוצט" דאפלט, ווען די באנק פאבארגט די הונדערט טויזנט דאלאר וואס די האסט געגעבן פאר די גראסערי, האט די גראסערי אייגנטומער מער נישט די געלט! איי ער קען דאך יעצט נוצן הונדערט טויזנט דאללער מער ווי פריער ווען ער וויל? טאקע ווען ער גייט וועלן ניצן זיין געלט גייט די באנק דארפן בארגן פון א צווייטן וואס ניצט נישט יעצט זיין געלט!
נישט ממש! ווען דער גראסערי אייגענטומער נוצט די געלט וואס איך געב אים נוצט ער דאך ווייטער זיין דעביט קארטל, און ווילאנג מענטשן נוצן דעביט קארטלעך צו קויפן און באצאלן איינער דעם צווייטן אן אריינטרעטן אין באנק - פארט אלעס כשורה, און דא איז פאקטיש דא צוויי דאלאר פאר די איינס וואס איך האב געלייגט אין באנק לכתחילה. און טאקע מיט די הנחה אז רוב מענטשן טרעטן נישט אריין אין באנק אפצונעמען זייער קעש קען אזא סיסטעם אנגיין ווילאנג מיר אלע גלייבן דערין.
איך ווייס נישט ווער עס איז דא צומישט.
אין א וועג קענסטו עס אנקוקן ווי קיינער האט נישט 'זיין' געלט ביי די באנק, נאר עס איז כאילו דא אזא גרויסע שיסל וואס יעדער וואס לייגט אריין געלט לייגט עס דארט, און יעדער וואס נעמט געלט נעמט פון דארט, און די באנק האלט פשוט חשבון וויפיל יעדער האט אריינגעלייגט אדער ארויס גענימען, און וויבאלד עס איז דא אסאך געלט וואס מענטשן לאזן ליגן דארט אן ארויס נעמען קען זיך די באנק ערלויבן צי פארבארגן די געלט אויף פראצענט אז זיי זאלן אויך מאכן עפעס געלט.
מענטשן נעמען עס אפשר טאקע נישט פיזיש ארויס, אבער דיגיטאל נעמען זיי עס שוין איינמאל ארויס! אזויווי פריער געשמועסט ווען איך גיי אין גראסערי האב איך דורך מיין דעביט קארטל ארויסגענומען די געלט פון מיין אקאונט און אריינגעשטעלט אין די געשעפטסמאנ'ס. מארגן טוט ער די זעלבע אינעם שיך געשעפט, און א טאג דערויף קויפט דער שיך געשעפט אייגענטומער מצות מיט זיין קארטל. קומט אויס די געלט איז פאקטיש ארויס פון מיר אריין צום גראסערי, ארויס פון גראסערי אריין צום שיך געשעפט. אא"וו. וואס האבן מיר דא אלע געטון? נישט גענוצט קיין געלט? וואס דען? פארוואס האט דער גראסערי מאן מיר מסכים געווען צו אוועקגעבן עסן? אודאי געוויס ווייל איך האב נעכטן שווער געארבייט און יעצט פארדינט ער מיין אפגעהארעוועטע געלט.
יעצט, ווען דער באנקיר נעמט מיינע באנקנאטן (וואס זיצן רואיג ביי אים) און ער פארבארגט עס - אן מורא האבן אז דער גראסערי מאן אדער שיך געשפעטסמאן וועלן עס אפמאנען אין די נאנטע צוקונפט - האט ער יעצט 'באשאפן' נייע געלט. ווייל אין אמת'ן דאף די געלט גיין צו דעם געשעפטסמאן אין די רגע וואס ער שפאצירט אריין, נאר וויבאלד מיר אלע ווייסן און טראסטן אז ער גייט זיך נישט באווייזן, האט דער באנקיר מחליט געווען צו פארבארגן די געלט פאר עפעס וואס האט נאכנישט קיין שום עכטע וועליו.
דער ביזנעס וואס האט געבארגט די געלט פון באנק האט יעצט אין באזיץ עכטע קעש וואס למעשה רעפרעזענטירט עס נישט קיין שום 'עכטע ארבייט'. ווען ער קויפט דערמיט סחורה האט ער נישט באמת באצאלט מיט קיין ארבייט נאר מיט פיוטשער ארבייט/ביזנעס. און דא ליגט די הינט באגראבן.
כל זמן ער בויט זיין ביזנעס גענוג שנעל און גוט לוינט זיך די שפיל פאר יעדעם, אויב אבער זעצט ער אן גייט די באנק בלייבן מיט א דעפיציט פון געלט וואס זיי האבן באשאפן אבער נאכנישט געדעקט..
אין אנדערע ווערטער, for all practical purposes איז דא דא נייע געלט אין די עקאנאמיע. הגם איך בין מסכים אז לעת עתה איז עס אן אילוזיע (אדער בלויזע פאטענציאל - ווי איך רוף עס), אבער געלט איז דא פאקטיש דא און צוויי אנדערע מענטשן נוצן דעם זעלבן דאלאר צו קויפן צוויי אנדערע אייטעמס (איך קויף עסן אין גראסערי און דער ביזנעסמאן קויפט איין סחורה פאר זיין ביזנעס)!