דער "גרויסער זעץ": די התחלה פונעם יקום לויט סייענס (די וועלט, י')

יוסקע ווארטעמאן

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
72
רעאקציע ראטע
669
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י' - דער "גרויסער זעץ": די התחלה פונעם יקום לויט סייענס

מען קען טרעפן די פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

די סעריע פארשפרעכט צו רעדן וועגן דער וועלט. אבער אויף צו ריכטיג פארשטיין די וועלט דארף מען איר שטודירן. אין די פאריגע ארטיקלען האבן מיר אביסל ארומגעשמועסט וועגן עפיסטעמאלאגיע און מקורות פון וויסן. מיר האבן געזען אז די עמפיריש־סייענטיפישע מעטאדע איז די פארלעסליכסטע אונז צוצוברענגן צו גענויע וויסנשאפט און אמת. איז וואס האט אונז די מעטאדע צו זאגן איבער דער וועלט און וויאזוי זי ארבעט? דא אינטערעסירן אונז נישט די קאמפליצירטע דעטאלן און ביליאנען פאקטן פון עקזיסטענץ, נאר מיר ווילן פארשטיין אויפן ברייטסטן פארנעם, בכללות, פון וואו קומט דאס יקום אהער און וויאזוי ארבעט עס? וויאזוי עקזיסטירט אזא גרויסע קאמפליצירטע וועלט, און וויאזוי קומען פאר אלע אירע ערשיינונגען?

אמאל, איידער דער סייענטיפישער רעוואלוציע, איז אין גרויסן טייל די תשובה צו אט די שאלות געווען 'גאט'. גאט האט באשאפן די וועלט און גאט פירט אירע ערשיינונגען. אידן און קריסטן האבן אפילו געהאט א דעטאלירטע שילדערונג פון דער בריאה אין אנפאנג ספר בראשית. אבער אפילו דאן, איז שוין געווען קלאר אז הגם אז דער באשעפער פירט די וועלט, דאך איז קענטליך אין איר א מעטאדישן סדר פון סיבה־ומסובב – א דרך הטבע. די וועלט פירט זיך לויט געוויסע חוקים און כחות וואס מען קען זיי שטודירן.

און באמת איז סייענס טאקע נישט מער ווי דאס סיסטעמאטישע שטודיע פון נאטור, לויט אירע אבזערווירטע געזעצן און רעגולערקייטן. סייענס זוכט נישט צו פארענטפערן סיי וועלכע פילאזאפישע שאלות וועגן די אולטימאטיווע מקורות פון די כחות־הטבע; ווי אויך זוכט זי נישט צו פארנעמען דאס ארט פון גאט אלס דעם אולטימאטיוון מֵניע פון סיבה־ומסובב. אבער, ביים באשרייבן דאס אבזערווירטע יקום, געבט אונז סייענס א שילדערונג איבער די פאקטישע מעכאניזמען פון נאטירליכע ערשיינונג – צי דאס איז אולטימאטיוו א תוצאה פון א געטליכן כח, צי נישט.

ובכן, עס איז היינט אנגענומען ביי סייענטיסטן כמעט אן קיין פקפוקים אז דאס יקום, דער אוניווערס, איז אפירגעקומען מיט ארום 14 ביליאן יאר צוריק אין אן ערשיינונג וואס ווערט אנגערופן 'דער גרויסער זעץ' (ביג בענג). איך ניץ דאס ווארט 'אפירגעקומען', און נישט 'באשאפן', וויבאלד סייענס איז נייטראל לגבי דער שאלה פון א געטליכער בריאה. עמפיריש קען מען נאר אנטדעקן וואס איז פארגעקומען פונעם מאמענט פונעם 'גרויסן זעץ', וויבאלד אונז געפינען זיך אין איר תוצאה און זי האט איבערגעלאזט פיזישע סימנים אין אונזער וועלט. משא"כ די גרמים און סיבות פארן זעץ זענען דאך פארגעקומען איידער אונזער וועלט האט עקזיסטירט און מחוץ פון איר און דערפאר האבן אונז נישט די מעגליכקייטן דאס צו אינוועסטיגירן מיט סייענטיפישע כלים. פילאזאפיש קען מען פיל ארומהאנדלען איבער דעם, אבער נישט אין דעם זענען מיר עוסק אין דעם ארטיקל.

עס איז וויכטיג צו ווידער באטאנען אז די 'גרויסער זעץ' טעאריע איז באזירט אויף עמפיריש־סייענטיפישע באווייזן, נישט אויף פילאזאפישע ארגומענטן. די טעאריע קומט נישט צו 'פארענטפערן' סיי וועלכע טעאלאגישע אדער פילאזאפישע קשיות, און זי קומט נישט צו פארנעמען דאס ארט פון א בורא. און גראדע איז עס געווען א טיף־גלויביגער גלח וואס האט צום ערשט פארגעשלאגן דעם 'גרויסן זעץ' מאדעל.

איז וואס זאגט אונז די טעאריע? ערשט וואס עס זאגט אונז נישט. דער גרויסער זעץ ערקלערט נישט וויאזוי עס זענען אפירגעקומען מענטשן, באשעפענישן, פלאנעטן, בערג און ים'ן. די טעאריע זאגט נישט אז עס איז פארגעקומען א גרויסער זעץ און פון דעם איז ארויסגעקומען א גאנצע פארטיגע וועלט. דער מאדעל באשרייבט נאר די התחלה און אנטוויקלונג פון שטאָף (מאטעריע; חומר), ענערגיע און חלל (רוים; ספעיס). לויט דעם מאדעל איז אין אנפאנג אלץ געווען קאנצענטרירט אין אן אומבאגרייפליך געדיכטער 'סינגולאריטי', און דער 'גרויסער זעץ' איז ווען דאס האט זיך אומגעהויער שנעל אויסגעשפרייט. אין דער אויסשפרייטונג האבן זיך געשאפן די קלענסטע פּאַרטיקלען פון שטאף, און פון זיי אטאמען – ערשט קליינע און לייכטע, דאן גרעסערע און שווערערע.

אפאר הונדערט מיליאן יאר שפעטער זענען די ערשטע שטערנס ערשינען. אונזער זון (וואס איז א שטערן) האט זיך געפארמט מיט בערך פיר א האלב ביליאן יאר צוריק, צוזאמען מיר אירע פלאנעטן אריינגערעכנט אונזער ערדקוגל.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין, אז הגם אז מיר האבן דא מסכם געווען די ערשיינונגען אויפן שפיץ גאפל, אן דורכגיין די באווייזן דערפאר, איז יעדער שטאפל אינעם פראצעס באזירט אויף קלארע עמפירישע באווייזן און אויף סייענטיפישע טעאריעס און געזעצן וואס זענען גוט דורכגעארבעט און אבזערווירט אין נאטור. די 'גרויסער זעץ' טעאריע איז נישט קיין איזאלירטע השערה צו ערקלערן עפעס אין דער טיפער פארגאנגנהייט, נאר איז א טייל פון דער זעלבער סיסטעם אינעם תחום פון פיזיק וואס ערקלערט אלע אנדערע פיזישע ערשיינונגען פונעם טאג־טעגליכן לעבן. אירע הנחות און היפאטעזן זענען די פונעם "סטאנדארטן מאדעל" פון פארטיקל פיזיק, פון 'אלגעמיינער רעלאטיוויטעט' און פון קוואנטום מעכאניק. דער זעלבער פיזיק וואס שילדערט די מעכאניזמען פון אייער סמארטפאון אין טאש, שילדערט אויך די מעכאניזמען פונעם גרויסן זעץ.

צי שטימט די 'גרויסער זעץ' טעאריע מיט א גאט? ווי געשריבן, זאגט אונז די טעאריע גארנישט דירעקט איבער וואס איז געקומען איידער דעם 'זעץ' און וואס האט צוגעברענגט דערצו (הגם אז מסתבר'דיגע השערות און טעאריעס פעלן נישט). עס קען גאר זיין אז דער זעץ איז בסך־הכל גאט'ס אקט פון בריאת העולם. און עס קען זיין אז נישט.

צי שטימט די 'גרויסע זעץ' טעאריע מיט בריאת העולם ווי געשילדערט און ספר בראשית? דאס איז שוין א מער קאמפליצירטע שאלה. אויבנאויף קוקט אויס פשוט אז נישט, און דאך פעלן נישט קיין מהלכים וויאזוי מיישב צו זיין די אנגעבליכע סתירה צווישן די צוויי. מיין אייגענער מהלך וועט קלאר ווערן ווען מיר וועלן אנקומען צו רעדן וועגן דער תורה און חקר המקרא.

וויאזוי איז געווארן פון שטערנס און פלאנעטן א וועלט מיט בעלי־חיים? און וואס איז אונזער פלאץ אין דעם בילד? דאס אין די קומענדיגע ארטיקלען.​
 
לעצט רעדאגירט:

שווערע בלאני..
די "גרויסע זעץ" איז נישט based און אפגערעדט נישט proved מיט קיין שום סייענטיפישע דאטע. עס איז נאר די בעסטע מאדעל מיט וואס סייענס קען מסביר זיין די יקום און וויאזוי די געלעקסיס רוקן זיך כסדר [עינדליך צו אונז זעען א קאר פארן אויפן ראנד קען מען assumen אז עס איז געווען געפארקט און גאראדש 14 ביליאן יאר צוריק]
אויך די סאמע singularity איז די פוינט ווי די פיזישע חוקי הטבע פאלט צוזאם דהיינו דארט ווי מען דארף די וויכטיקסטע די דעטע איז עס נישט צום האבען
און פאקט האט סייענס אדאפטירט א רייע מיט 100 פראצענטיקע ריינע theories צו "פארענטפערן" און "פיקסן" נייע אויסשטעלונג וואס קומען כסדר צו אלעס צו פארענטפערן די "גרויסע זעץ" רעליגיע (Ad Hoc hypotheses)
וואס איז אמאל אמת איך האב נאכקיינמאל נישט געזען א צופרידענער שטעלענדר תירוץ אויף אזא פשוטע קלאץ קשיא פארוואס אלע גריצייג און פרוכט ווען עס איז רוי איז עס גרין ווי צו זיין באהאלטן צווישן די צווייגן און "פונקט" ווען עס איז רייף ווערט עס פארוואנדלט אין אלע הערלעכע קאלירן?? (אזוי נאך פילע מיליאנאן קשיות)
האמת יורה דרכו אז די וועלט שרייט פון זיך אליין design and designer
 
ווען דיין חוסר אין ידיעות וואלט געווען געמישט מיט אביסל ענווה, החרשתי. אבער אזא אומוויסנשאפט מיט אזא טראציגקייט? דאס איז א חידוש.

דו פרעגסט אפ די ביג בענג מיט די קאלירן פון אן עפל? אינטערעסאנט די נארישע פראפעסארן איז נישט דאס בייגעפאלן.
 
האסט אנגעהויבן שטארק אבער דא האסטו מיך פארלוירן.

(אהן טון ריסורטש,) שטעל איך זיך פאר אז די קאלירן קען האבן צוטון מיטן נעמען אדער אויפהערן נעמען געוויסע ענערגיע פונעם זון, אדער עס זאל זיין אטראקטואיוו פאר באשעפענישן צו דאס עסן (און פארשפרייטן דאס קערל). און אפשר גאר אומאטראקטואיוו פאר געוויסע אינזעקטן.
 
ווען דיין חוסר אין ידיעות וואלט געווען געמישט מיט אביסל ענווה, החרשתי. אבער אזא אומוויסנשאפט מיט אזא טראציגקייט? דאס איז א חידוש.

דו פרעגסט אפ די ביג בענג מיט די קאלירן פון אן עפל? אינטערעסאנט די נארישע פראפעסארן איז נישט דאס בייגעפאלן.
Ignorance more frequently begets confidence than does knowledge
 
וואס איז אמאל אמת איך האב נאכקיינמאל נישט געזען א צופרידענער שטעלענדר תירוץ אויף אזא פשוטע קלאץ קשיא פארוואס אלע גריצייג און פרוכט ווען עס איז רוי איז עס גרין ווי צו זיין באהאלטן צווישן די צווייגן און "פונקט" ווען עס איז רייף ווערט עס פארוואנדלט אין אלע הערלעכע קאלירן?? (אזוי נאך פילע מיליאנאן קשיות)
האמת יורה דרכו אז די וועלט שרייט פון זיך אליין design and designer
  • ביג בענג אין א דיזיינער זענען נישט קיין צוויי הפיכים, מ'קען נאכאלס נוצן א דיזיינער אויף די פיין טונינג דערפון
  • דיין שאלה וועגן עפלעך האט גארנישט צוטוהן מיט די ביג בענג נאר מיט עוואלוציע
  • וועגן די קשיא האט מען שוין גערעדט דא, און ווערט זייער גוט ערקלערט נאטורליכע סעלעקציע
 
שווערע בלאני..
די "גרויסע זעץ" איז נישט based און אפגערעדט נישט proved מיט קיין שום סייענטיפישע דאטע. עס איז נאר די בעסטע מאדעל מיט וואס סייענס קען מסביר זיין די יקום און וויאזוי די געלעקסיס רוקן זיך כסדר [עינדליך צו אונז זעען א קאר פארן אויפן ראנד קען מען assumen אז עס איז געווען געפארקט און גאראדש 14 ביליאן יאר צוריק]
אויך די סאמע singularity איז די פוינט ווי די פיזישע חוקי הטבע פאלט צוזאם דהיינו דארט ווי מען דארף די וויכטיקסטע די דעטע איז עס נישט צום האבען
און פאקט האט סייענס אדאפטירט א רייע מיט 100 פראצענטיקע ריינע theories צו "פארענטפערן" און "פיקסן" נייע אויסשטעלונג וואס קומען כסדר צו אלעס צו פארענטפערן די "גרויסע זעץ" רעליגיע (Ad Hoc hypotheses)
וואס איז אמאל אמת איך האב נאכקיינמאל נישט געזען א צופרידענער שטעלענדר תירוץ אויף אזא פשוטע קלאץ קשיא פארוואס אלע גריצייג און פרוכט ווען עס איז רוי איז עס גרין ווי צו זיין באהאלטן צווישן די צווייגן און "פונקט" ווען עס איז רייף ווערט עס פארוואנדלט אין אלע הערלעכע קאלירן?? (אזוי נאך פילע מיליאנאן קשיות)
האמת יורה דרכו אז די וועלט שרייט פון זיך אליין design and designer
הוכיח סופו על תחילתו. בעטן פאר די דעטאלן איבער די באווייזן איז בארעכטיגט און לעגיטים, און איך טראכט אפשר טאקע צו ווידמען א באזונדער ארטיקל אויף דעם. אבער דאן האסטו אויסגעפירט מיט ווערטער וואס ווייזן אז נישט דו הייבסט אן פארשטיין וואס דאס איז די 'גרויסער זעץ' טעאריע, און נישט דו ווילסט וויסן. אז דו וואלסט גוט דורכגעליינט דעם ארטיקל וואלסטו געזען אז דיין טענה איז אומרעלעוואנט פאר צוויי סיבות - ווי אויסגעשמועסט קלאר אינעם ארטיקל:

א. די טעאריע ערקלערט נישט און זוכט נישט צו ערקלערן סיי וואס וואס האט צוטון מיט לעבן און לעבעדיגע זאכן, און פארשטייט זיך נישט די פרטים איבער וויאזוי פרוכט וואקסן. דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט דער 'גרויסער זעץ' טעאריע און במילא קען עס איר אויך נישט אפפרעגן.

ב. די טעאריע זוכט נישט צו פארנעמען דאס ארט פון א "דיזיינער". עס איז א טעאריע איבער וויאזוי די וועלט איז צושטאנד געקומען, נישט איבער ווער עס האט עס געמאכט צושטאנד קומען. עס איז בכלל נישט קיין דוחק צו זאגט אז דער גרויסער זעץ איז בסך הכל גאט'ס בריאה: גאט האט באשאפן די רוי־ווארג פון דער סינגולאריטי און פונאנדערגעלאזט דעם זעץ אז די וועלט זאל זיך דאן אנטוויקלען ווייטער בדרך הטבע לויט די געזעצן וואס דער באשעפער האט אויסגעשטעלט.

די שאלה צי די וועלט האט געמוזט האבן א דיזיינער איז א גוטע און א טיפע, אבער נישט איבער דעם האנדלט זיך דא. צי נעמט די 'גרויסער זעץ' טעאריע אוועק דעם צורך פאר א דיזיינער? דאס איז א גוטע פראגע, אבער דער ביישפיל פונעם עפל קומט אריין ווען מען רעדט וועגן דער טעאריע פון עוואלוציע (בקרוב אין דער סעריע), נישט פון דער 'גרויסער זעץ'.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top