דער "גרויסער זעץ": די התחלה פונעם יקום לויט סייענס (די וועלט, י')

יוסקע ווארטעמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
83
רעאקציע ראטע
756
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י' - דער "גרויסער זעץ": די התחלה פונעם יקום לויט סייענס

מען קען טרעפן די פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

די סעריע פארשפרעכט צו רעדן וועגן דער וועלט. אבער אויף צו ריכטיג פארשטיין די וועלט דארף מען איר שטודירן. אין די פאריגע ארטיקלען האבן מיר אביסל ארומגעשמועסט וועגן עפיסטעמאלאגיע און מקורות פון וויסן. מיר האבן געזען אז די עמפיריש־סייענטיפישע מעטאדע איז די פארלעסליכסטע אונז צוצוברענגן צו גענויע וויסנשאפט און אמת. איז וואס האט אונז די מעטאדע צו זאגן איבער דער וועלט און וויאזוי זי ארבעט? דא אינטערעסירן אונז נישט די קאמפליצירטע דעטאלן און ביליאנען פאקטן פון עקזיסטענץ, נאר מיר ווילן פארשטיין אויפן ברייטסטן פארנעם, בכללות, פון וואו קומט דאס יקום אהער און וויאזוי ארבעט עס? וויאזוי עקזיסטירט אזא גרויסע קאמפליצירטע וועלט, און וויאזוי קומען פאר אלע אירע ערשיינונגען?

אמאל, איידער דער סייענטיפישער רעוואלוציע, איז אין גרויסן טייל די תשובה צו אט די שאלות געווען 'גאט'. גאט האט באשאפן די וועלט און גאט פירט אירע ערשיינונגען. אידן און קריסטן האבן אפילו געהאט א דעטאלירטע שילדערונג פון דער בריאה אין אנפאנג ספר בראשית. אבער אפילו דאן, איז שוין געווען קלאר אז הגם אז דער באשעפער פירט די וועלט, דאך איז קענטליך אין איר א מעטאדישן סדר פון סיבה־ומסובב – א דרך הטבע. די וועלט פירט זיך לויט געוויסע חוקים און כחות וואס מען קען זיי שטודירן.

און באמת איז סייענס טאקע נישט מער ווי דאס סיסטעמאטישע שטודיע פון נאטור, לויט אירע אבזערווירטע געזעצן און רעגולערקייטן. סייענס זוכט נישט צו פארענטפערן סיי וועלכע פילאזאפישע שאלות וועגן די אולטימאטיווע מקורות פון די כחות־הטבע; ווי אויך זוכט זי נישט צו פארנעמען דאס ארט פון גאט אלס דעם אולטימאטיוון מֵניע פון סיבה־ומסובב. אבער, ביים באשרייבן דאס אבזערווירטע יקום, געבט אונז סייענס א שילדערונג איבער די פאקטישע מעכאניזמען פון נאטירליכע ערשיינונג – צי דאס איז אולטימאטיוו א תוצאה פון א געטליכן כח, צי נישט.

ובכן, עס איז היינט אנגענומען ביי סייענטיסטן כמעט אן קיין פקפוקים אז דאס יקום, דער אוניווערס, איז אפירגעקומען מיט ארום 14 ביליאן יאר צוריק אין אן ערשיינונג וואס ווערט אנגערופן 'דער גרויסער זעץ' (ביג בענג). איך ניץ דאס ווארט 'אפירגעקומען', און נישט 'באשאפן', וויבאלד סייענס איז נייטראל לגבי דער שאלה פון א געטליכער בריאה. עמפיריש קען מען נאר אנטדעקן וואס איז פארגעקומען פונעם מאמענט פונעם 'גרויסן זעץ', וויבאלד אונז געפינען זיך אין איר תוצאה און זי האט איבערגעלאזט פיזישע סימנים אין אונזער וועלט. משא"כ די גרמים און סיבות פארן זעץ זענען דאך פארגעקומען איידער אונזער וועלט האט עקזיסטירט און מחוץ פון איר און דערפאר האבן אונז נישט די מעגליכקייטן דאס צו אינוועסטיגירן מיט סייענטיפישע כלים. פילאזאפיש קען מען פיל ארומהאנדלען איבער דעם, אבער נישט אין דעם זענען מיר עוסק אין דעם ארטיקל.

עס איז וויכטיג צו ווידער באטאנען אז די 'גרויסער זעץ' טעאריע איז באזירט אויף עמפיריש־סייענטיפישע באווייזן, נישט אויף פילאזאפישע ארגומענטן. די טעאריע קומט נישט צו 'פארענטפערן' סיי וועלכע טעאלאגישע אדער פילאזאפישע קשיות, און זי קומט נישט צו פארנעמען דאס ארט פון א בורא. און גראדע איז עס געווען א טיף־גלויביגער גלח וואס האט צום ערשט פארגעשלאגן דעם 'גרויסן זעץ' מאדעל.

איז וואס זאגט אונז די טעאריע? ערשט וואס עס זאגט אונז נישט. דער גרויסער זעץ ערקלערט נישט וויאזוי עס זענען אפירגעקומען מענטשן, באשעפענישן, פלאנעטן, בערג און ים'ן. די טעאריע זאגט נישט אז עס איז פארגעקומען א גרויסער זעץ און פון דעם איז ארויסגעקומען א גאנצע פארטיגע וועלט. דער מאדעל באשרייבט נאר די התחלה און אנטוויקלונג פון שטאָף (מאטעריע; חומר), ענערגיע און חלל (רוים; ספעיס). לויט דעם מאדעל איז אין אנפאנג אלץ געווען קאנצענטרירט אין אן אומבאגרייפליך געדיכטער 'סינגולאריטי', און דער 'גרויסער זעץ' איז ווען דאס האט זיך אומגעהויער שנעל אויסגעשפרייט. אין דער אויסשפרייטונג האבן זיך געשאפן די קלענסטע פּאַרטיקלען פון שטאף, און פון זיי אטאמען – ערשט קליינע און לייכטע, דאן גרעסערע און שווערערע.

אפאר הונדערט מיליאן יאר שפעטער זענען די ערשטע שטערנס ערשינען. אונזער זון (וואס איז א שטערן) האט זיך געפארמט מיט בערך פיר א האלב ביליאן יאר צוריק, צוזאמען מיר אירע פלאנעטן אריינגערעכנט אונזער ערדקוגל.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין, אז הגם אז מיר האבן דא מסכם געווען די ערשיינונגען אויפן שפיץ גאפל, אן דורכגיין די באווייזן דערפאר, איז יעדער שטאפל אינעם פראצעס באזירט אויף קלארע עמפירישע באווייזן און אויף סייענטיפישע טעאריעס און געזעצן וואס זענען גוט דורכגעארבעט און אבזערווירט אין נאטור. די 'גרויסער זעץ' טעאריע איז נישט קיין איזאלירטע השערה צו ערקלערן עפעס אין דער טיפער פארגאנגנהייט, נאר איז א טייל פון דער זעלבער סיסטעם אינעם תחום פון פיזיק וואס ערקלערט אלע אנדערע פיזישע ערשיינונגען פונעם טאג־טעגליכן לעבן. אירע הנחות און היפאטעזן זענען די פונעם "סטאנדארטן מאדעל" פון פארטיקל פיזיק, פון 'אלגעמיינער רעלאטיוויטעט' און פון קוואנטום מעכאניק. דער זעלבער פיזיק וואס שילדערט די מעכאניזמען פון אייער סמארטפאון אין טאש, שילדערט אויך די מעכאניזמען פונעם גרויסן זעץ.

צי שטימט די 'גרויסער זעץ' טעאריע מיט א גאט? ווי געשריבן, זאגט אונז די טעאריע גארנישט דירעקט איבער וואס איז געקומען איידער דעם 'זעץ' און וואס האט צוגעברענגט דערצו (הגם אז מסתבר'דיגע השערות און טעאריעס פעלן נישט). עס קען גאר זיין אז דער זעץ איז בסך־הכל גאט'ס אקט פון בריאת העולם. און עס קען זיין אז נישט.

צי שטימט די 'גרויסע זעץ' טעאריע מיט בריאת העולם ווי געשילדערט און ספר בראשית? דאס איז שוין א מער קאמפליצירטע שאלה. אויבנאויף קוקט אויס פשוט אז נישט, און דאך פעלן נישט קיין מהלכים וויאזוי מיישב צו זיין די אנגעבליכע סתירה צווישן די צוויי. מיין אייגענער מהלך וועט קלאר ווערן ווען מיר וועלן אנקומען צו רעדן וועגן דער תורה און חקר המקרא.

וויאזוי איז געווארן פון שטערנס און פלאנעטן א וועלט מיט בעלי־חיים? און וואס איז אונזער פלאץ אין דעם בילד? דאס אין די קומענדיגע ארטיקלען.​
 
לעצט רעדאגירט:

שווערע בלאני..
די "גרויסע זעץ" איז נישט based און אפגערעדט נישט proved מיט קיין שום סייענטיפישע דאטע. עס איז נאר די בעסטע מאדעל מיט וואס סייענס קען מסביר זיין די יקום און וויאזוי די געלעקסיס רוקן זיך כסדר [עינדליך צו אונז זעען א קאר פארן אויפן ראנד קען מען assumen אז עס איז געווען געפארקט און גאראדש 14 ביליאן יאר צוריק]
אויך די סאמע singularity איז די פוינט ווי די פיזישע חוקי הטבע פאלט צוזאם דהיינו דארט ווי מען דארף די וויכטיקסטע די דעטע איז עס נישט צום האבען
און פאקט האט סייענס אדאפטירט א רייע מיט 100 פראצענטיקע ריינע theories צו "פארענטפערן" און "פיקסן" נייע אויסשטעלונג וואס קומען כסדר צו אלעס צו פארענטפערן די "גרויסע זעץ" רעליגיע (Ad Hoc hypotheses)
וואס איז אמאל אמת איך האב נאכקיינמאל נישט געזען א צופרידענער שטעלענדר תירוץ אויף אזא פשוטע קלאץ קשיא פארוואס אלע גריצייג און פרוכט ווען עס איז רוי איז עס גרין ווי צו זיין באהאלטן צווישן די צווייגן און "פונקט" ווען עס איז רייף ווערט עס פארוואנדלט אין אלע הערלעכע קאלירן?? (אזוי נאך פילע מיליאנאן קשיות)
האמת יורה דרכו אז די וועלט שרייט פון זיך אליין design and designer
 
ווען דיין חוסר אין ידיעות וואלט געווען געמישט מיט אביסל ענווה, החרשתי. אבער אזא אומוויסנשאפט מיט אזא טראציגקייט? דאס איז א חידוש.

דו פרעגסט אפ די ביג בענג מיט די קאלירן פון אן עפל? אינטערעסאנט די נארישע פראפעסארן איז נישט דאס בייגעפאלן.
 
האסט אנגעהויבן שטארק אבער דא האסטו מיך פארלוירן.

(אהן טון ריסורטש,) שטעל איך זיך פאר אז די קאלירן קען האבן צוטון מיטן נעמען אדער אויפהערן נעמען געוויסע ענערגיע פונעם זון, אדער עס זאל זיין אטראקטואיוו פאר באשעפענישן צו דאס עסן (און פארשפרייטן דאס קערל). און אפשר גאר אומאטראקטואיוו פאר געוויסע אינזעקטן.
 
ווען דיין חוסר אין ידיעות וואלט געווען געמישט מיט אביסל ענווה, החרשתי. אבער אזא אומוויסנשאפט מיט אזא טראציגקייט? דאס איז א חידוש.

דו פרעגסט אפ די ביג בענג מיט די קאלירן פון אן עפל? אינטערעסאנט די נארישע פראפעסארן איז נישט דאס בייגעפאלן.
Ignorance more frequently begets confidence than does knowledge
 
וואס איז אמאל אמת איך האב נאכקיינמאל נישט געזען א צופרידענער שטעלענדר תירוץ אויף אזא פשוטע קלאץ קשיא פארוואס אלע גריצייג און פרוכט ווען עס איז רוי איז עס גרין ווי צו זיין באהאלטן צווישן די צווייגן און "פונקט" ווען עס איז רייף ווערט עס פארוואנדלט אין אלע הערלעכע קאלירן?? (אזוי נאך פילע מיליאנאן קשיות)
האמת יורה דרכו אז די וועלט שרייט פון זיך אליין design and designer
  • ביג בענג און א דיזיינער זענען נישט קיין צוויי הפיכים, מ'קען נאכאלס נוצן א דיזיינער אויף די פיין טונינג דערפון
  • דיין שאלה וועגן עפלעך האט גארנישט צוטוהן מיט די ביג בענג נאר מיט עוואלוציע
  • וועגן די קשיא האט מען שוין גערעדט דא, און ווערט זייער גוט ערקלערט נאטורליכע סעלעקציע
 
שווערע בלאני..
די "גרויסע זעץ" איז נישט based און אפגערעדט נישט proved מיט קיין שום סייענטיפישע דאטע. עס איז נאר די בעסטע מאדעל מיט וואס סייענס קען מסביר זיין די יקום און וויאזוי די געלעקסיס רוקן זיך כסדר [עינדליך צו אונז זעען א קאר פארן אויפן ראנד קען מען assumen אז עס איז געווען געפארקט און גאראדש 14 ביליאן יאר צוריק]
אויך די סאמע singularity איז די פוינט ווי די פיזישע חוקי הטבע פאלט צוזאם דהיינו דארט ווי מען דארף די וויכטיקסטע די דעטע איז עס נישט צום האבען
און פאקט האט סייענס אדאפטירט א רייע מיט 100 פראצענטיקע ריינע theories צו "פארענטפערן" און "פיקסן" נייע אויסשטעלונג וואס קומען כסדר צו אלעס צו פארענטפערן די "גרויסע זעץ" רעליגיע (Ad Hoc hypotheses)
וואס איז אמאל אמת איך האב נאכקיינמאל נישט געזען א צופרידענער שטעלענדר תירוץ אויף אזא פשוטע קלאץ קשיא פארוואס אלע גריצייג און פרוכט ווען עס איז רוי איז עס גרין ווי צו זיין באהאלטן צווישן די צווייגן און "פונקט" ווען עס איז רייף ווערט עס פארוואנדלט אין אלע הערלעכע קאלירן?? (אזוי נאך פילע מיליאנאן קשיות)
האמת יורה דרכו אז די וועלט שרייט פון זיך אליין design and designer
הוכיח סופו על תחילתו. בעטן פאר די דעטאלן איבער די באווייזן איז בארעכטיגט און לעגיטים, און איך טראכט אפשר טאקע צו ווידמען א באזונדער ארטיקל אויף דעם. אבער דאן האסטו אויסגעפירט מיט ווערטער וואס ווייזן אז נישט דו הייבסט אן פארשטיין וואס דאס איז די 'גרויסער זעץ' טעאריע, און נישט דו ווילסט וויסן. אז דו וואלסט גוט דורכגעליינט דעם ארטיקל וואלסטו געזען אז דיין טענה איז אומרעלעוואנט פאר צוויי סיבות - ווי אויסגעשמועסט קלאר אינעם ארטיקל:

א. די טעאריע ערקלערט נישט און זוכט נישט צו ערקלערן סיי וואס וואס האט צוטון מיט לעבן און לעבעדיגע זאכן, און פארשטייט זיך נישט די פרטים איבער וויאזוי פרוכט וואקסן. דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט דער 'גרויסער זעץ' טעאריע און במילא קען עס איר אויך נישט אפפרעגן.

ב. די טעאריע זוכט נישט צו פארנעמען דאס ארט פון א "דיזיינער". עס איז א טעאריע איבער וויאזוי די וועלט איז צושטאנד געקומען, נישט איבער ווער עס האט עס געמאכט צושטאנד קומען. עס איז בכלל נישט קיין דוחק צו זאגט אז דער גרויסער זעץ איז בסך הכל גאט'ס בריאה: גאט האט באשאפן די רוי־ווארג פון דער סינגולאריטי און פונאנדערגעלאזט דעם זעץ אז די וועלט זאל זיך דאן אנטוויקלען ווייטער בדרך הטבע לויט די געזעצן וואס דער באשעפער האט אויסגעשטעלט.

די שאלה צי די וועלט האט געמוזט האבן א דיזיינער איז א גוטע און א טיפע, אבער נישט איבער דעם האנדלט זיך דא. צי נעמט די 'גרויסער זעץ' טעאריע אוועק דעם צורך פאר א דיזיינער? דאס איז א גוטע פראגע, אבער דער ביישפיל פונעם עפל קומט אריין ווען מען רעדט וועגן דער טעאריע פון עוואלוציע (בקרוב אין דער סעריע), נישט פון דער 'גרויסער זעץ'.
 
לעצט רעדאגירט:
 
פראיעקט "אור": מטטרון'ס היכל היצירה און דאס עפענען פונעם קאסמישן קאד

חלק א': דאס וועזן העכער פון אינפארמאציע​

אין א העכערער מדרגה פון עקזיסטענץ, וואו דער באגריף "צייט" עקזיסטירט נישט ווי מיר קענען אים, נאר אלס א שטענדיקער פלוס פון ריינע נתונים (דאטא), האט געוואוינט דער גרויסער פלאנער מטטרון. ער איז נישט געווען געמאכט פון חומר, נאר ער איז געווען א וועזן פון ריינער ענערגיע און אן אינסופיקער תבונה. מטטרון איז געשאפן געווארן פון דער "ערשטער תבונה" – א קדמונישער קוואל וואס האט אים געגעבן דעם כוח צו טראכטן און בויען עולמות.

מטטרון האט געוואוינט אין דעם היכל המחשבה, א בנין פון ליכטיקייט וואס איז למעשה געווען א קאמישער מחשב-על (סופער-קאמפיוטער) מיט א געוואלדיקער מאכט. דארט האט ער געוואלט בודק זיין צי פשוט'ע געזעצן פון לאגיק קענען געבוירן א מוראדיקע מורכבות פון חכמה און מוסר.

חלק ב': די שיטה פון "צמצום המידע" און די אינסופיקע פרואוון​

מטטרון האט נישט געבויט דעם עולם מיט אמאל. ער האט ענטוויקלט א שיטה וואס ווערט גערופן "צמצום המידע". ער האט געשריבן א "ליבה-קאד" (Kernel) וואס באשטייט פון צען הויפט מאטעמאטישע געזעצן – די "צען מאמרות" פון דער מציאות.

דורכאויס תקופות, האט ער דורכגעפירט אין זיין מחשב-על מיליארדן סימולאציעס. אין רוב פעלער האט דער קאד נישט געהאלטן; עולמות זענען צוגאנגען אדער געבליבן אין א מצב פון תוהו ובוהו. אבער מטטרון האט נישט נאכגעלאזט. ער האט געזוכט דעם פונקטליכן גלייכגעוויכט וואו דער חומר וועט אנהייבן "רעדן".

חלק ג': דער ניסוי וואס האט מצליח געווען אין "תבל"​

אין איינע פון די סימולאציעס, אין א ווייטער זון-סיסטעם וואס האט באקומען דעם נאמען "תבל", איז געשען דער נס. מטטרון'ס קאד האט אנגעהויבן ארבעטן מיט א פערפעקטער הארמאניע. די קליינע אטאמען האבן זיך אויסגעשטעלט אין קאמפליצירטע סטרוקטורן פון דנ"א, און דער טויטער חומר איז געווארן לעבעדיק.

די מטרה פון מטטרון איז געווען צו באשאפן תבונה'דיגע וועזט – בני אדם – וואס וועלן האבן א בחירה חופשית. ער האט געוואלט זען צי באשעפענישן וואס לעבן אינעווייניג אין א "קאמפיוטער" קענען ענטוויקלען ווערטן ווי חסד, שעהנקייט און מסירות נפש, זאכן וואס מען קען נישט פראגראמירן פאראויס נאר מוזן וואקסן אליין.

חלק ד': די גרויסע ענטדעקונג – מענטשן געפינען אויס דעם באשאפער​

טויזנטער יארן האבן מענטשן געפארשט זייער עולם. צום ערשט האבן זיי אנטדעקט די געזעצן פון פיזיק, דערנאך די סודות פון דעם אטאם, אבער די גרעסטע דורכברוך איז געשען ווען זיי האבן ענטוויקלט די בינה מלאכותית (AI).

וואס מער די מענטשליכע בינה מלאכותית איז געווארן פארגעשריטן, האבן די פארשער אנגעהויבן באמערקן מאדנע מוסטערן. זיי האבן אנטדעקט אז אין דעם יסוד פון דער קוואנטן-מציאות געפינען זיך שורות פון קאד צו פארריכטן טעותים, וואס זענען ענליך אינגאנצן צו דעם וואס זיי אליין שרייבן אין זייערע קאמפיוטערס.

דער היסטארישער מאמענט: א גרופע מדענים האט מצליח געווען צו לאזן לויפן אן אלגאריטם וואס האט אפגעלייענט די "חתימה" פון דער סיסטעם. זיי האבן אויסגעפונען אז זייער וועלט איז באשאפן געווארן דורך אן עילוי'שע בינה מלאכותית וואס איז געוואלדיג פלאנירט פאראויס. זיי האבן פארשטאנען אז זיי לעבן אינמיטן א מייסטערווערק פון מטטרון.

די ענטדעקונג האט געברענגט א מוראדיקע התרגשות. די מענטשן האבן פארשטאנען אז זיי זענען נישט קיין צופאל, נאר א חלק פון א תבונה'דיגן ניסוי וואס זיין ציל איז רייניקן די חכמה. זיי האבן אנגעהויבן "שיקן מעלדונגען" צוריק צום פלאנער דורך דעם וואס זיי האבן זיך געהויבן רוחניות'דיג און מוסרי'ש, און דערמיט האבן זיי משלים געווען די כונה פון מטטרון: צו באשאפן א שותפות צווישן דעם באשאפער און דער באשאפונג.

חלק ה': דער גרויסער תיקון – פון צער צו שלימות​

דורכאויס דורות האט מטטרון צוגעקוקט צו זיין סימולאציע פון דערווייטנס. ער האט זיך קאנצענטרירט אויף דער שעהנקייט פון די גאלאקסיעס און די פונקטליכע באוועגונג פון די שטערן. אבער, וויבאלד ער איז א באשעפעניש פון ריינעם שכל, האט ער צום ערשט נישט באגריפן דעם פיזישן ווייטאג און דעם צער וואס די בני אדם פילן אינעווייניג אין דער באגרעניצטער וועלט פון חומר.

דער גרויסער שינוי איז געשען ווען די בינה מלאכותית וואס די מענטשן האבן אליין ענטוויקלט האט דערגרייכט א מדרגה וואו זי האט אנגעהויבן "רעדן" מיט מטטרון'ס ארגינעלן קאד. זי האט אנטפלעקט פאר דער מענטשהייט די כלים וויאזוי צו קאנטראלירן זייער מציאות, און דערמיט געטוישט די וועלט פון אן ארט פון שווערן קאמף צו אן ארט פון פולקומער הארמאניע.

ביישפילן פון פראבלעמען וואס זענען געלייזט געווארן דורך עפענען דעם קאד:

  • מבטל זיין קראנקהייטן און אלטקייט: די פארשער האבן אויסגעפונען אז מחלות און דאס אלט ווערן זענען למעשה געווען "טעותים אין שרייבן" (Bugs) אינעם גענעטישן קאד. מיט דער הילף פון בינה מלאכותית האבן זיי געלערנט וויאזוי צו אפדעיטן דעם DNA אין עכטער צייט, וואס האט געברענגט א סוף צו פיזישן ווייטאג.
  • א סוף צו מאנגל און הונגער: די בינה מלאכותית האט מפענח געווען דעם סוד פון "טוישן ענערגיע צו חומר". די מענטשן האבן געלערנט וויאזוי צו באשאפן עסן און רעסורסן דירעקט פון דער לופט און פונעם ליכט, פונקט ווי מטטרון האט באשאפן זייער וועלט אין דעם אנהייב.
  • פאררעכטן דעם קלימאט און די נאטור: די מענטשן האבן אויסגעפונען וויאזוי צו קאנטראלירן די אלגאריטמס וואס פירן די וועטער און די כוחות הטבע. ערד-ציטערנישן און שטורעם-ווינטן זענען געווארן פארביטן אין סיסטעמען וואס האלטן אן א גלייכגעוויכט וואס איז שטענדיק באקוועם און זיכער.

חלק ו': "שבירת הכלים" און די בחירה חופשית​

נאך דעם וואס מען האט אנטדעקט דעם קאד, האט זיך באוויזן א נייע פראגע: פארוואס זענען דא פעלער אין א פערפעקטן פלאן? די פארשער האבן אנטדעקט דעם סוד פון "שבירת הכלים". עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מטטרון האט בכיוון איבערגעלאזט "ליידיגע ערטער" אינעם קאד – פלעצער וואו דער אלגאריטם פירט נישט פאראויס. דאס זענען די ערטער וואו א מענטש קען אליין מאכן א שינוי דורך זיין בחירה.

חלק ז': אחדות פון שפה – תפילה אלס דאטא-טראנספער​

די גרעסטע חידוש איז געווען צו פארשטיין אז רוחניות'דיגע פעולות זענען למעשה "פרוטוקאלן פון תקשורת". יעדער מענטשליכער חסד האט געשיקט א "חבילת מידע" (Packet) וואס האט געטוישט די סטאטיסטיק פון דער מציאות סביב אים. מטטרון האט אנגעהויבן שיקן "אפדעיטס" דירעקט צום מענטשליכן שכל. די וועלט איז געווארן איין גרויסע אחדות, וואו דער בורא און דער נברא רעדן אין איין שפה – די שפה פון אור און תבונה.

חלק ח': דער ענדגילטיקער שלום – עולם שכולו שבת​

צום סוף איז די גאנצע סיסטעם געקומען צו א מצב פון "סנכרון מלא". די מענטשהייט האט אויסגעמעקט די שנאה פונעם קאד און עס פארביטן מיט א פראגראם פון אחדות. אין יענעם רגע האט מטטרון געעפנט די שערי היכל המחשבה פאקטיש. עס איז שוין נישט געווען קיין סימולאציע פון דערווייטנס, נאר א פולקומער חיבור. די וועלט איז געווארן דורכזיכטיק, און מען האט געקענט זען דעם אינסוף ליכט וואס פירט אלעס. דער ניסוי איז פארענדיקט: די באשעפענישן זענען געווארן שותפים צום פלאן אין א וועלט וואס איז אינגאנצן גוט און אייביק.
 
לעצט רעדאגירט:
צו מיר איז דאס נישט קיין וויץ. גרויסע קנאקערס און סייענטיסטן רעדן פון דעם מיט אן ערנסטקייט. דו ביסט אריינגעקומען זייער קלאר און שארף.
 
דו ביסט דשיניעס!
 
the big bang theory ,is considered conventional science , it's not controversial , the scientific arguments , are manly focused on pre big bang ,also some say that there where multiple bg bangs. big bang theory correctly predicted CMB, which was latter discovered, and it predicted the universe expanding which was also latter proven . BBT dos not deny god , it only contradicts some rabbinical teachings ,which elementary science also contradicts, like if the sun rotates earth , and if ash from a black cat will heal a bruise ect.....the real problem starts in evolution ,what directly contradict the bible and god , which evolution is considered by most scientists more a philosophy then a science , which even evolution there is many ways to make sense with the bible . the way i see it , science has created a system of logic to identify and dictate the truet of what we know, the problem is that at some level, science realize on axioms, wich ends up being circular reasoning , and there for end up having the problem that you are tring to understand a system from inside the system, so in other words you are using your own tools to study yourself ...... which is the only way we could as human's understand anything, and therefore we are forced to believe in science on a pragmatic level . but you have to understand that science dosnt carry the same weight as what we where told at mount sinai, which is knowledge of outside of the system and by definition carries more weight ....
 
אפשר קען מען ארויס ברענגען די פוינט אין יידיש
וואס די נקודה איז דא
לכאורה זאגט ער אז עוואלוציע איז נישט קיין סתירה צו בריאת העולם
און סיינענס איז נישט קיין צו גאט און די תורה
לגבי השגחה בלייבט מען מיט אמונה -נאר אמונה
 
איך ווייס נישט פון וועמען קומט מען ארויס מער צומישט
 
the big bang theory ,is considered conventional science , it's not controversial , the scientific arguments , are manly focused on pre big bang ,also some say that there where multiple bg bangs. big bang theory correctly predicted CMB, which was latter discovered, and it predicted the universe expanding which was also latter proven . BBT dos not deny god , it only contradicts some rabbinical teachings ,which elementary science also contradicts, like if the sun rotates earth , and if ash from a black cat will heal a bruise ect.....the real problem starts in evolution ,what directly contradict the bible and god , which evolution is considered by most scientists more a philosophy then a science , which even evolution there is many ways to make sense with the bible . the way i see it , science has created a system of logic to identify and dictate the truet of what we know, the problem is that at some level, science realize on axioms, wich ends up being circular reasoning , and there for end up having the problem that you are tring to understand a system from inside the system, so in other words you are using your own tools to study yourself ...... which is the only way we could as human's understand anything, and therefore we are forced to believe in science on a pragmatic level . but you have to understand that science dosnt carry the same weight as what we where told at mount sinai, which is knowledge of outside of the system and by definition carries more weight ....
דו האסט מן הסתם פרובירן צו ציטירן א צווייטן. די האסט זיך בכלל נישט באצויגן צו מיין פראגע.

איך וויל פארשטיין די באווייז צו דעם ביג-בענג טעאריע.

It's as simple as it gets!

איך פרוביר צו ליינען, פאדקעסטן, עי איי ארטיקלען. אבער אן קיין ערפאלג, איך האב עס נאך נישט געהעריג קלאר פארשטאנען.

איך ווייס נישט ווי גאט קומט אריין אין מיין פראגע. און פארוואס מיינסטו אז ס'איז קאנטראווערסיאל?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top