דער פרומער אידישער אנטי-ציוניסטשער פראפעסער ר' יעקב ראבקין הי''ו פון מאנטריא'ל קאנאדע

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
291
רעאקציע ראטע
1,069
פונקטן
213
1751988897768.png

מוה''ר רבי יעקב ראבקין הי'''ו, איז דער פראפעסער עמעריטוס, (עמעריטוס, מיינט ער האט מער נישט קיין טעגליכע אקטיווע קלאסן, אבער דינט נאך אלץ אלץ בכבודיגער פראפעסער דארטן) זינט 1973 אינעם יוניווערסיטי אפ מאנטירא'. א פראנצויזישע שפראך אוניווערסיטעט וואס געפינט זיך אינעם היימישן חסידישן אונטערמאנט געגענט פון מאנטריא' קאנאדע. דער אוניווערסיטעט איז די סיבה פארוואס די רענטס זענען אזוי טייער דארטן, ווי די קאלעזש סטודענטן און פאקולטי, צאלן אסאך געלט דארטן צו וואוינען נעבן זייער פלאץ ווי זיי לערנען דורכ'ן טאג. אבער דאס איז אויך גאנץ א גוטער אינקאם פאר די ריעל עסטעיט אינגעלייט דארטן, ווייל זיי וואונען צוזאם געשטופט אסאך אין איין דירה. ווי חסידישע אידן וואלטן נישט געוואונט אין די אומשטענדן. גענוי די זעלבע ''האויזינג'' מעשה ווי אין וויליאמסבורג.

1751989882629.png

פראפעסער ר' יעקב ראבקין איז געבוירן אין די פארגאנגענע סאוויעטן פארבאנד און דארטן באקומען זיין דעגרי, ער לערנט בעיקר היסטאריע, אבער מער פרטיותדיג די פרייהייט פון טעכנאלאגיע, און איר אנטוויקולינג והשלכות אויף פרייהייט.

איך האב זיך באגעגענט מיט'ן חשובן פראפעסער דאהי אין וויליאמסבורג ווי ער קומט כסדר קיין סאטמאר צו דרשנען קעגן ציונות. תורה טרייע אידן 'נטרונא' ''האוסט'' אים. ווי אויך האט ער א טאכטער וואוינען דא בשכינות פון אונז. ר' יעקב ראבקין האט ארויסגעגעבן אסאך ביכער און שרייבט כסדר ארטיקלען, איבער דאס שוונצנות פון ציוניזם.

1751989958277.png

ר' יעקב ראבקין זייענדיג א ערליכער שומר תורה ומצות, איז ער זייער אריין געטאן אין פארשפרייטן די 'שיטה הקדושה', פון רבינו הקדוש דער בעל ויוא' משה זי''ע, קעגן ציונות, ווי הרב הגאון רבי שאול מגיד שליט''א, דער הארווארד אידישער פראפעסער און פייער איילענד רב, ברענגט ר' יעקב אראפ כסדר, פאר די וועלט און פאר היסטאריע, אז רוב אידן זענען געווען זייער אויסגעשפראכן, קעגן ציונות ביז נאכ'ן האלאקאוסט.

ער זאגט פאר די וועלט און פאר היסטאריע, אז ציונות איז מלכתחילה געווען געגרינדעט, אלץ א פרייער אנטי תורה און אנטי אידישקייט באוועגונג. פונקט ווי בונדיזם און נאציזם און אלע אנדערע איזם'ס איז דאס געווען א נייער שטרעמונג, ווילד פרעמד פאר די וועלט בכלל, און אידן בפרט.

זינט אקטאבער 7 האט ער נאך מער פארשארפט זיין קאמפ קעגן ציונות, ווי מ'זעהט היינט אז ביבי האט נישט קיין שום חשבון אין זיין מלחמה אין עזה נאר צו מאכן זשענאסייד אויף די ארטיגע פאליסטינער.

1751989848133.png

ר' יעקב ראבקין איז פון די געציילטע פובליק אינטעלעקטואלן וואס איז אויך א פרומער שטאלצער שומר תורה ומצות איד, וואס שרעקט זיך נישט פון די ציונים, און איז מוחה קעגן זיי, השכם וערב, בלי שום פחד כלל, זיין קאלום לויפט וועכנטליך אין דעם שטארק ציוניסטישער רעכטער גרופע-בלאג, ''טיימס אפ יזראעל'', כאטש ער איז זייער אנטי ציוניסטיש, אבער 'ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן' ווייל ער איז א פרומער איד און א גאר געשעצטער פראפעסער!

1751989979501.png

זיין בוך ''די סכנה פון אינעווייניג; א יארהונדערט פון אידישע התנגדות צו ציוניזם'' האט געוואנען אסאך פרייזן, עד כדי כך, אז אין יאפאן איז דאס באקרוינט געווארן, 'אלץ איינע פון די דריי בעסטע ביכער פון יאר!' אין יאר 2010. עס איז געווארן געשריבן לכתחילה אויף פראנצויזיש, אבער איז היינט איבערגעטייטשט אויף 14 שפראכן איבער די גארער וועלט!

1751990464514.png

ר' יעקב ראבקין האט ארויסגעגעבן נאך ביכער קעגן ציונות, ווי אויך איבער אנדערע מער אלגעמיינערע סוביעקטן.

זיינע ארטיקלעך לויפן אין נאך וועבסייטס אחוץ ציוניסטישע ווי למשל דער אידישער אנטי ציוניסטישער גרופע בלאג מאנדאוי ווייס אויכט. ווי אויך האט ער אן אייגן בלאג.

איך ווייס נישט צו זיין ווייב גייט ניט מיט די אייגן ביי-האר וואס מ'איז מקפיד ביי'ן אונז אין סאטמאר, אז מ'זאל נישט גיין דערמיט, די נשים צדקניות, אבער ר' יעקב פאר זיך איז גאר א גרויסער ירא שמים מרובים, אן עובד השם יתברך במסירת נפש ממש, ער גייט יעדעס יאר אויף ארץ ישרא' זעלבסט דארטן לערנען מיט די ציונים און די פאליסטינער דעם דבר השם יתברך ברמה!

מילא איז ער אין א גרויסע סכנת חיים, פון זיי די ציונים, אז זיי זאלן אים נישט שיסן אויף טויט רח''ל, ווי זיי האבן ליידער געטאן צו דר' יעקב ישרא' דעהאן הי''ד, מיט נאך אסאך הייליגע אידן וואס זענען געווען אקטיוו קעגן זייער ציונות, צוליב זיין אויסגעשפראכנער התנגדות קעגן ציונות. דער אייבערשטער זאל אים אוואדאי אפהיטן. אמן כן יהי רצון!
 
לעצט רעדאגירט:
סתם צו קלארשטעלן די פאקטן, Times of Israel איז א שטארקע לינקע צייטונג
כדרכך ביסטו סתם א פאלנער שקרן.

'הארץ' איז די לינקע צייטונג.

1751993298377.png

'טיימס אפ איזראעל' האט אפשר אפאר לינקע זשורנאליסטן וואס ארבייטן דארטן פאר זיי, אבער איר בעל הבית איז גאר א רייכער ''ווענטשור קאפאטיליסט'' פון אמעריקע, וואס הייסט, 'סעהט קלערמאן', ער איז א פארברענטער ציוני טמא. דעיוויד הורוויץ איז איר שעפ רעדאקטער ער איז פאר דעם געווען הויפט רעדאקטאר פון 'זשערוסאלעם פאוסט', אויך א זייער א רעכטער ציוניסטישער צייטונג.

און די בלאגס זענען גאר מתנחליש געשטימט.

ר' יעקב ראבקין איז דער איינציגסטער אנטי ציוניסט וואס זיי דרוקן דארטן.

גראדע האט הרב הגאון רבינו יששכר כ''ץ שליט''א, אויך א קאלום דארטן, אבער ער דערהיינטיגט עס נישט געהעריג. - ר' @יששכר כץ איז טאקע לינק געשטימט לגבי רעליגיע. אבער נישט כלפי ציונות. וואס זיין זוהן, מזיווג שני, ''פייט'' איצט אין עזה מיט צה''ל, קעגן די פאליסטינער.
 
לעצט רעדאגירט:
די אוניווערזיטעט איז גאנץ ניי אויף יענע לאקאציע און איז נישט אינעם היימישן געגנט נאר גלייך דערנעבן.
 
View attachment 6602

מוה''ר רבי יעקב ראבקין הי'''ו איז דער פראפעסער עמעריטוס, (עמעריטוס, מיינט ער האט מער נישט קיין טעגליכע אקטיווע קלאסן, אבער דינט נאך אלץ אלץ בכבודיגער פראפעסער דארטן) זינט 1973 אינעם יוניווערסיטי אפ מאנטירא'. א פראנצויזישע שפראך אוניווערסיטעט וואס געפינט זיך אינעם היימישן חסידישן אונטערמאנט געגענט פון מאנטריא' קאנאדע. דער אוניווערסיטעט איז די סיבה פארוואס די רענטס זענען אזוי טייער דארטן, ווי די קאלעזש סטודענטן און פאקולטי, צאלן אסאך געלט דארטן צו וואוינען נעבן זייער פלאץ ווי זיי לערנען דורכ'ן טאג. אבער דאס איז אויך גאנץ א גוטער אינקאם פאר די ריעל עסטעיט אינגעלייט דארטן, ווייל זיי וואונען צוזאם געשטופט אסאך אין איין דירה. ווי חסידישע אידן וואלטן נישט געוואונט אין די אומשטענדן. גענוי די זעלבע ''האויזינג'' מעשה ווי אין וויליאמסבורג.

View attachment 6604

פראפעסער ר' יעקב ראבקין איז געבוירן אין די פארגאנגענע סאוויעטן פארבאנד און דארטן באקומען זיין דעגרי, ער לערנט בעיקר היסטאריע, אבער מער פרטיותדיג די פרייהייט פון טעכנאלאגיע, און איר אנטוויקולינג והשלכות אויף פרייהייט.

איך האב זיך באגעגענט מיט'ן חשובן פראפעסער דאהי אין וויליאמסבורג ווי ער קומט כסדר קיין סאטמאר צו דרשנען קעגן ציונות. תורה טרייע אידן 'נטרונא' ''האוסט'' אים. ווי אויך האט ער א טאכטער וואוינען דא בשכינות פון אונז. ר' יעקב ראבקין האט ארויסגעגעבן אסאך ביכער און שרייבט כסדר ארטיקלען, איבער דאס שוונצנות פון ציוניזם.

View attachment 6605

ר' יעקב ראבקין זייענדיג א רוסישער בעל תשובה, איז ער זייער אריין געטאן אין די שיטה הקדושה פון רבינו הקדוש דער ויוא' משה זי''ע קעגן ציונות, ווי הרב הגאון רבי שאול מגיד שליט''א, דער הארווארד אידישער פראפעסער און פייער איילענד רב, ברענגט ר' יעקב אראפ כסדר, פאר די וועלט און פאר היסטאריע, אז רוב אידן זענען געווען זייער אויסגעשפראכן, קעגן ציונות ביז נאכ'ן האלאקאוסט.

ער זאגט פאר די וועלט און פאר היסטאריע, אז ציונות איז מלכתחילה געווען געגרינדעט, אלץ א פרייער אנטי תורה און אנטי אידישקייט באוועגונג. פונקט ווי בונדיזם און נאציזם און אלע אנדערע איזם'ס איז דאס געווען א נייער שטרעמונג, ווילד פרעמד פאר די וועלט בכלל, און אידן בפרט.

זינט אקטאבער 7 האט ער נאך מער פארשארפט זיין קאמפ קעגן ציונות, ווי מ'זעהט היינט אז ביבי האט נישט קיין שום חשבון אין זיין מלחמה אין עזה נאר צו מאכן זשענאסייד אויף די ארטיגע פאליסטינער.

View attachment 6603

ר' יעקב ראבקין איז פון די געציילטע פובליק אינטעלעקטואלן וואס איז אויך א פרומער שטאלצער שומר תורה ומצות איד, וואס שרעקט זיך נישט פון די ציונים, און איז מוחה קעגן זיי, השכם וערב, בלי שום פחד כלל, זיין קאלום לויפט וועכנטליך אין דעם שטארק ציוניסטישער רעכטער גרופע-בלאג, ''טיימס אפ יזראעל'', כאטש ער איז זייער אנטי ציוניסטיש, אבער 'ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן' ווייל ער איז א פרומער איד און א גאר געשעצטער פראפעסער!

View attachment 6606

זיין בוך ''די סכנה פון אינעווייניג; א יארהונדערט פון אידישע התנגדות צו ציוניזם'' האט געוואנען אסאך פרייזן, עד כדי כך, אז אין יאפאן איז דאס באקרוינט געווארן אלץ איינע פון די דריי בעסטע ביכער פון יאר אין 2010! עס איז געווארן געשריבן לכתחילה אויף פראנצויזיש, אבער איז היינט איבערגעטייטשט אויף 14 שפראכן איבער די גארער וועלט!

View attachment 6607

ר' יעקב ראבקין האט ארויסגעגעבן נאך ביכער קעגן ציונות, ווי אויך איבער אנדערע מער אלגעמיינערע סוביעקטן.

זיינע ארטיקלעך לויפן אין נאך וועבסייטס אחוץ ציוניסטישע ווי למשל דער אידישער אנטי ציוניסטישער גרופע בלאג מאנדאוי ווייס אויכט. ווי אויך האט ער אן אייגן בלאג.

איך ווייס נישט צו זיין ווייב גייט ניט מיט די אייגן ביי-האר וואס מ'איז מקפיד ביי'ן אונז אין סאטמאר, אז מ'זאל נישט גיין דערמיט, די נשים צדקניות, אבער ר' יעקב פאר זיך איז גאר א גרויסער ירא שמים מרובים, אן עובד השם יתברך במסירת נפש ממש, ער גייט יעדעס יאר אויף ארץ ישרא' זעלבסט דארטן לערנען מיט די ציונים און די פאליסטינער דעם דבר השם יתברך ברמה!

מילא איז ער איז אין א גרויסע סכנת חיים, פון זיי די ציונים, אז זיי זאלן אים נישט שיסן אויף טויט רח''ל, ווי זיי האבן ליידער געטאן צו דר' יעקב ישרא' דעהאן הי''ד, מיט נאך אסאך הייליגע אידן וואס זענען געווען אקטיוו קעגן זייער ציונות, צוליב זיין אויסגעשפראכנער התנגדות קעגן ציונות. דער אייבערשטער זאל אים אוואדאי אפהיטן. אמן כן יהי רצון!
נאך א גלות איד נעבעך.
ווי מער איך ליין דיינע אנטי-ציונות ארטיקלעך פון אלע מיני בעלי תשובות און פלוצלינג געווארענע גרויסע פראפעסארס וועם נטרונא און דו זוכן גרויס און הייליג צו מאכן, פארשטיי איך מער און מער דעם הייליגן אבן עזרא אין פרשת בשלח אויפן פסוק התיצבו וראו את ישועת ד' (קפיטל י"ד פסוק י"ג) וזלה"ק
ויאמר. התיצבו - כי אתם לא תעשו מלחמה , רק תראו את ישועת יי' אשר יעשה לכם היום. יש לתמוה , איך יירא מחנה גדול משש מאות אלף איש מן הרודפים אחריהם? ולמה לא ילחמו על נפשם ועל בניהם? התשובה: כי המצרים היו אדונים לישראל , וזה הדור היוצא ממצרים למד מנעוריו לסבול עול מצרים , ונפשו שפלה , ואיך יוכל להלחם עם אדניו? והיו ישראל נרפים ולא היו מלומדי מלחמה. הלא תראה , כי עמלק בא בעם מעט , ולולי תפילת משה היה חולש ישראל (ראה שמ' יז , ח - יב). והשם לבדו , כי הוא עושה גדולות (ע"פ איוב ה , ט) - לו נתכנו עלילות (ע"פ ש"א ב , ג) , שמתו כל העם היוצא ממצרים הזכרים (ע"פ יהו' ה , ד) , אין בהם כח להלחם בכנענים; עד שקם דור המדבר , שלא ראו גלות והיתה להם נפש גבוהה , כאשר הזכרתי בדברי משה בפרשת 'ואלה שמות' (שמ' ב , ג).

וזה הדור היוצא ממצרים למד מנעוריו לסבול עול מצרים , ונפשו שפלה...

אזוי קוקן אויס גלות אידן נפשם שפלה און דארט איז עס געווען קוים אפאר הונדערט יאר גלות, שטעלטס ענק פאר נאך צוויי און אהאלב טויזענט יאר גלות? וויאזוי מ'קוקט אויס, ווי אפגעריבן און אפגעמוטשעט דער גלות איד איז אין וואספארא שפל'דיגן מצב ער געפינט זיך נעבעך אז נאכן עקספּיריענסן דאס גרעסטע שיבת ציון און נאכאלץ איז דער גלות איד פארנומען צו גיין קעגן זיינע אייגענע ברודער און ענדערש פאר ח"י קאק צו לעקן דעם גוי? דעם אנטיסעמיט! נעבעך א גרויסע רחמנות.

אנטי ציונות = ANTISEMITISM
 
איך דאנק דיך זייער פאר'ן פארשפרייטן דא דיינע פרעכע נידעריגע ליגענטס ושקרים וכזבים;

זאל יעדער זעהן ווער די ציוניםלעך ווי דיר זענען!
 
ניין פונקט ווי זיי זענען נישט אויף איראן'ס פעיראל בין איך נישט אויף זייער פעיראל.

איך בין סך הכול געבוירן א סאטמערער חסיד;

וואס איז נישט געווארן קיין אוי.טי.די. ציוני טמא ברוך השם!
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז מוכח די חולשה , פון די קנאים קעגן ציונות
אז זיי כאפן זיך אהן אויף יעדן פרעמדן בר נש וואס
זאגט קריטיק אויף מדינת ישראל פאליטיק
רוב נקיי הדעת , זעהן שוין ,אז די מדינת ישראל
ממשלה , איז מיט די השגחה עליונה , משגיח
מן החלונות , מציץ מן החרכים , ווי ער זאגט
ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים
ולא געלתים , האט ער יעצט אראנדשירט א קבוץ
גליות בארצנו , ווי טראץ פראבלעמען , ווערט פארמערט תורה וקדושה , עד ימות המשיח
 
פלא
די איינציגע געבליבענע אנטי- ציונים זענען
פון דער פרעמד
ווייט פון נאהנט יידישקייט.

רבנים חרדים , מרביצי תורה, בני ישיבות
עובדי השם , זענען ביזי מיט שבח והודיה
צום בעל הבירה , אז האט דערלאנגט א פראסק
פאר די שונאי ישראל ,
נאר די לינקע אפיקורסים , און נאכשלעפערס
ווייזן רחמנות געפיהלן אויף חמס , און פרס
 
Back
Top