אין הכי טאקע
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 25
- רעאקציע ראטע
- 114
מיר היינט זענען געוואוינט מחלק צו זיין ציוויליזאציע צווישן יושבי כרכים לעומת יושבי ערי השדה. ווייזט אויס אז געווען אמאל צייטן ווען ישיבת ערי השדה איז שוין אויך געווען צופיל, און וואוינונג געוואוינהייטן האט זיך צוטיילט צווישן - וואנדערער לעומת יושבי דירת קבע.
באלד ביים ערשטן משפחה אין די תורה די אחים זעמער, קין דער אומסימפאטישער איז א עובד אדמה, און הבל דער סימפאטישער איז א נודד, א רועה צאן, קין׳ס עונש איז אגב געווען טאקע זיין א נודד, צו וואס ער איז נישט געווען געוואוינט, נאר זיין אייניקל איז געווארן אבי כל אוהל ומקנה, דער אנדערער אבי כל תופס כינור ועוגב וואס לויט די מפרשים האט עס א שייכות מיט פאסטיכער, ווייל די ערשטע מוזיקאנטן זענען געווען פאסטיכער.
שוין ביי ברכת נח את בניו קען מען זעהן דעם אוהל בשייכות צו ערהויבנקייט - ״יפת אלוקים את יפת וישכון באהלי שם״, שם וואס סימבאליזירט צדקות איז א אוהל מענטש.
עם ישראל - כאטש וואס זי איז היינט א יושבת בית עיר ומגדול - האט זי זיך בלי שום ספק אנגעהויבן מיט די אמנות פון פאסטיכער, וואס דער היפך הגמור פון ישיבת כרכים, און די אבות זענען געווען וואנדערער ווי מען רופט היינט בשם נאמעדיער, בעדואינער, וכדו׳,
וויפיל ס׳גייט אונז נישט אריין אין קאפ, איז דאס געווען דער מציאות, די אבות זענען געווען בעדואינער רועי צאן, ווייל רועי צאן גייט אינאיינעם מיט וואנדערן, און דאס איז נישט בלויז אן אומנות, נאר א לעבנס שטייגער. נאר מיר טארן נישט אויסמישן צווישן רועי צאן, וועלעכע האבן געוואנדערט בלויז צו פיטערן די שאף, און רוכבי גמלים, וועלעכע זענען געווען סוחרים.
אברהם זינט גאט האט אים באפוילן צו פארלאזן ארץ מגורי אביו, וואס דאס אליין ווייזט אויס איז א אידישער תכונה, ווייל אויסוואנדערן איז געווען דער ערשטע מצוה און סאמע ווארצל מיט וואס עם ישראל האט זיך אנגעהויבן, און יתכן איר סימבאל, זינט ער האט פארלאזט חרן איז ער געווארן א שטענדיגע וואנדערער, א רועה צאן, א יושב אוהלים.
ער מיט לוט האבן זיך געקריגט איבער טערעטאריע פאר די שאף פאשע. לוט האט דאן פארלאזט דעם פאסטיכער לעבנסשטייגער לטובת א פארמער לעבנסשטייגער, אן עובד אדמה וואס מיר וואלטן היינט גערופן א פויער אבער ווי מאדנע עס הערט זיך איז דער מושג פון ״ישיבה על אדמתו״ געווען דער ערשטע קערנדל פון ישיבת כרכים, און זיין אמת׳ער ניגוד איז רועה צאן. לוט האט זיך באזעצט אין א געבויטער הויז, א ישיבת קבע, בעת אברהם איז געבליבן א נודד, טראץ וואס ער איז געווען א גביר און מנהיג פון טויזנטע מענטשן, איז געבליבן וואוינען אין געצעלטן זיין גאנץ לעבן.
די איינציגסטע זאכן וואס אבות האבן געבויט פון שטיין איז געווען מזבחות און מצבות פאר גאט.
יצחק בעת׳ן לעבן אין גרר איז שוין יא געווארן א שטיקל פעלד ארבעטער, נאר נישט ער אליינס נאר זיינע עבדים - ויזרע יצחק בשנה ההוא וכו׳, דאס האט אים אבער נישט געברענגט זיך צו באזעצן בישיבת קבע אין א געבויטער הויז און אפלאזן זיין פאך און לעבנסשטייגער פון א רועה צאן - ויהי לו מקנה צאן ומקנה בקר וכו׳, ער האט געגראבן קוועלער פאר זיינע שאף, און געבליבן וואנדערן מיט געצעלטן. ישמעאל ווידער, כאטש וואס אויך ער איז געבליבן א יושב אוהל, האט זיך בעיקר אפגעגעבן מיט מסחר און געווארן א סוחר פון בשמים און געווירצן, אורחות ישמעאלים נושאות צרי ולוט וכו.
יעקב האט די מסורת אבות אנגעהאלטן און געבליבן א יושב אוהל, וואס מיינט נישט א בית המדרש איד נאר א נודד א פאסטיכער, בעת עשיו האט כנראה זיך באזעצט ישיבת קבע, אפגעלאזט די פאסטיכער אומנות און זיך ערנערט פון פאנג וואס פאדערט נישט קיין וואנדערונג
יעקב איז געבליבן מיט זיין אומנות פון רועה צאן אויך ביי לבן׳ען, וואס מיט דעם האט ער באצאלט זיין נדן, דאס הייסט אז לכאורה האט ער אויך דארט געוואוינט אין געצעלטן ארום פדן ארם, בעת לבן האט געוואוינט אין א בית קבוע מיט זיינע פארהייראטע טעכטער.
די מסורה איז אריבער צו די שבטים ווי מיר זעהן ביי די פרשה פון דותן, זיי האבן געוואנדערט צו פאשען שאף, און די סיבה פארוואס גושן אשר בארץ רעמסס ״מיטב ארץ מצרים מחלב הארץ״ איז געגעבן געווארן פאר די בני יעקב איז ״כי תועבת מצרים כל רועי צאן״ ווייל ארץ גושן איז א מקום מרעה און מצריים זענען נישט אינטרעסירט במקום מרעה נאר אין פארעם לאנד וועלעכע געפונען זיך צווישן די יאורים פונעם נילוס.
און אזוי במשך כל ימי גלות מצרים איז דער אידישער צענטער געווען גושן, וועלעכער רעפרעזענטירט ארץ מרעה צאן, דאס הייסט אז טאמער איז מען נישט קיין פאסטיכער האט מען דארט נישט געקענט איבערלעבן, ווייל אין יענעם שטיק לאנד האט מען זיך בלויז געקענט ערנערן פון גידול צאן.
צו האט מען געוואוינט אין געצעלטן אין גושן, האט מען דארט געלעבט אויפן שטייגער פון נוודים? איז שווער צו זאגן, מען זעהט נישט קיין דערמאנונג פון אוהלים אין גושן, אבער מען זעהט אויך נישט קיין דערמאנונג פון הייזער.
ככל הנראה בעת שעיבוד מצרים האבן רוב בני ישראל זיך באזעצט צווישן זייערע שכנים אוועק פון גושן און דארט שוין אין הייזער, אזוי פארשטייען מיר וויאזוי ס׳איז יתכן אז אידן האבן געהאט גויאישע שכנים, און דעם גאנצן פסח על בתי בני ישראל, ווייל אידן האבן שוין יענע יארן געוואוינט אויסגעמישט מיט די גויים, און אזוי פארשטייען מיר די ״בתי בני ישראל״ און דער ״משקוף״, אידן האבן פארלאזט די אומנות אבותיהם און זייער לעבנסשטייגער נאר נישט מרצונם הטוב נאר מיט צוואנג, ווייל זיי זענען אצינד געווען שקלאפן ביי די מצריים.
חז״ל זאגן אז גושן איז אצינד געווען די צענטער פון די לויים, חז״ל זאגן אז זיי זענען געווען לומדי תורה, און לכאורה איז דא א גוטער סיבה פאר דער צאמשטעל, ווייל א רועה צאן איז געווען א מתפלל, א מתבודד, און נישט א חלק פון הוהא, עיר ומגדול, און געהאט צייט צו טראכטן פון דברים העומדים ברומו של עולם און מה חובתו בעולמו. בעולמם של חכמינו זעהן מיר א שטענדיגער צוזאמענשטעל צווישן ישיבת אוהלים מיט לימוד תורה, יתכן אז דאס האט זיך גענומען פון דער מסורה אז די יושבי גושן זענען טאקע געבליבן יושבי אוהלים - פאסטיכער. מען קען אפילו צו לייגן נאך א אינטרעסאנטער באמערקונג, אז מילכיגס איז דער סימבאל פון א בן תורה, אפשר נישט פערצופאל, מילכיגס במיוחד גבינה (וואס איז פארדארבענע מילכיגסט מרוב ישנות) איז געווען דער הויפט מאכל ביים פאסטיכער, וואס ביים עובד אדמה איז עס געווען א דבר מאוס.
משה רבינו איז געווען משבט לוי, און מען דארפן נישט קוקן צו טיף צי פארשטיין אז די אומנות פון רועה צאן איז געבליבן אין זיין בלוט: ״ומשה היה רועה צאן יתרו״, ער האט גע׳ירש׳נט די מלאכה. משה האט אלזא ממשיך געווען די מסורה פון רועי צאן. מדינים וועלעכע זענען מבני קטורה זענען געווען יושבי אוהלים בזכות עצמם ווי מען זעהט אין די פסוקים ״אהלי קדר״. ביי משה׳ן שטייט ״ויואל משה לשבת האיש״, קיין ווארט ווערט נישט דערמאנט פון א ״בית״, איז אודאי משה אויך דארט געזעסן אין געצעלטן. די גמרא דערמאנט ״אבובו של משה״ בפשטות גייט עס ארויף אויפן ערשטן כלי נגינה ביי די עבודה, אבער כ׳וואלט זיך געוואגט צו זאגן אז דאס איז געווען משה׳ס פאסטיכער פייפער.
ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים זענען זיי צוריק צו אוהלים, גאנץ שנות המדבר מיט די דגלים און מחנות גייען ארום אוהלים, מה טובו אוהלך יעקב… אפילו די משכן איז געווען א סוג פון א אוהל - אוהל מועד. משה גלייך ווי אלע בני ישראל האט געוואוינט אין א אוהל, און יהושע לא ימוש מתוך האוהל, וואס פון דא נעמט זיך מסתמא ווידעראמאל דער שטארקער קשר אין אונזער מסורה צווישן אוהל און לימוד התורה.
די לעבנסשטייגער אין מדבר איז אלזא געווען א וואנדערדיגער צוריק כבימי האבות, נאר די חיונה איז אצינד נישט געווען אפהענגיג בגידול צאן נאר במאכלי מדבר און מעשי ניסים. בכל זאת האבן די בני ישראל געטראגן מיט זיך א סך שאף אויפן וועג און געקויפט ביי די ארומיגע וואנדערדיגע רועי צאן פאר די קרבנות. ווער ס׳האט זיך אויסגעצייכנט מיט גידול צאן מער ווי אלע זענען געווען די בני גד ובני ראובן, און דערפאר האבן זיי געוואלט ירשענען די שטחים פון עבר הירדן מזרחה וואס איז א רייצנדע מקום מרעה צאן.
נאר ביים אריינגיין אין ארץ ישראל האט זיך אלץ געטוישט, דא איז געווען צום ערשטן מאל וואס בני ישראל זענען מטעם עצמם אריבער געגאנגען צו ישיבת בתים, די בתים וואס זיי האבן גע׳ירש׳נט פון די איינגענומענע כנענים. די תורה זאגט שוין אז קומענדיג קיין ארץ ישראל וועט מען ירשענען פון די גויים ״בתים מלאים כל טוב״, מכאן משמע אז הייזער האבן אנגעהויבן איבערנעמען די ישיבת אוהלים.
די בני גד ובני ראובן זענען אבער צוריק קיין ערבות ירחו זיך דארט באקוועם צו מאכן מיט זייער גידול צאן לעבנסשטייגער וואס זיי האבן נישט געוואלט אויפגעבן, און זיי זענען טאקע געבליבן וואוינען אין אוהלים ווי מ׳זעהט ווען יהושע שיקט די לוחמים מבני ראובן גד וחצי מנשה צו זייער אחוזה - ״ועתה פנו ולכו לכם לאהלכם אל ארץ אחוזתכם״.
די איבעריגע אידן האבן צום ערשטן מאל זיך גענומען צו פעלד ארבעט. יתכן אז אויך בני שבט יששכר זענען געבליבן בעיקר רועה צאן בעת זבולון זענען געווארן סוחרים, ווי ס׳משמע פונעם לשון - שמח זבולון בצאתך ויששכר באהלך, וואס ווידער באציען חז״ל די אוהלים צו לימוד התורה.
נאר ווי די תורה זאגט - כי לא כארץ מצרים וכו, די עובד אדמה לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל גייט נישט זיין ווי אין מצרים, זי גייט זיין שטארק אומפאראויסזעהבאר, אנגעוויזן אויף די קאפריזן פון טבע, אין אנדערע ווערטער, טראץ וואס מען טוישט צו א פארמישער לעבנסשטייגער, פינדעסטוועגן איז עס אזיינס וואס דערמאנט פאסטעכעריי מיטן אומסטאבילקייט.
נאר ווי עס ווייזט מכמה מקומות אין די פסוקי התנ״ך, האט דאס פאלק נאך רובם אלץ געוואוינט אין געצעלטן. פארט הייבט מען אן זעהן שוין ״הייזער״ אויפן האריזאנט, בית יפתח, בית ירובעל, בית פלגש בגבעה, און טאקע משכן שילא א משכן אבנים, און דער בית המלך שאול ועוד, נאר שווער דא שוין צו וויסן ווען לשון ביתו איז לשון עצם אדער מליצה, ווייל אפילו שוין אין ספר דברים זעהן מיר דער מושג בית, אזויווי ״ושילחה מביתו״ (געבן א גט) וואס אין מדבר איז נאך זיכער נישט געווען קיין הייזער, נאר יתכן מ׳רעדט שוין דא על שם העתיד אין ארץ ישראל.
און אז דוד וויל ענדליך בויען א גרויסארטיגע בית המקדש שיקט גאט זיין ״מוחל טובות״ נביאה זאגענדיג - כי לא ישבתי בבית למיום העליתי את בני ישראל ממצרים ועד היום הזה ואהיה מתהלך באוהל ובמשכן״.
בלויז ערשט בימי שלמה איז געבויט געווארן דער בית המקדש, זייט ביי זייט מיט א קעניגליכער פאלאץ ובית המשפט, נאר אפילו יעצט זעהן מיר נאך אלץ שילדערונגען פון בני ישראל אין געצעלטן, ווי עס פלוני געזאגט בלשון מליצה - לא ימוש האוהל מבני ישראל…
בכל זאת זענען שטענדיג געבליבן יחידים רועי צאן, אויך אין ארץ ישראל, וועלעכע האבן זיך קיינמאל נישט באזעצט ישיבת קבע. מען זעהט פון די בני יתרו וועלעכע זענען געבליבן אין געצעלטן בתקופת השופטים - ״וחבר הקני נפרד מקין מבני חובב חותן משה ויט אהלו עד אלון בצעננים אשר את קדש״ און ״יעל״ א פרוי פון דער שבט האט געליידנט צו זיך אין געצעלט ססרא און אזוי אים געהארגעט; דער יונגער דוד בן ישי פון בית לחם איז ווידער א רועה צאן. די גרופע הנקרא ״להקת הנביאים״ (אדער חבל נביאים) תלמידי שמואל, טראץ וואס זיי זענען לאו דוקא געווען רועי צאן ממש האבן זיי אדאפטירט דעם רועי צאן לעבנסשטייגער, דהיינו א ספיריטואלער וואנדעריגער לעבנסשטייגער, במיוחד געפונען מיר אזא לעבנס שטייגער צווישן אן ענדליכע גרופע תלמידי אליהו ואלישע הנקרא ״בני הנביאים״, זיי האבן געוואוינט אינאיינעם אין א כאטקע נעבן ירדן טייך מחוץ לעיר.
ווייזט אויך אז א טייל פון משפחת יתרו האבן אויף שטענדיג געהיטן אויף זייער אומאיבערהאקנדע מסורה פון ישיבת אוהלים, נאר די קרעדיט קען געגעבן ווערן אלץ זייער זיין צאצאי המדינים, די ״אלופים״ פון ישיבת אוהלים. בכל אופן, אט איז וואס שטייט אין ירמיהו איבער דער אפצווייג פון משפחת יתרו:
״הַדָּבָ֛ר אֲשֶׁר־הָיָ֥ה אֶֽל־יִרְמְיָ֖הוּ מֵאֵ֣ת ה׳ בִּימֵ֨י יְהוֹיָקִ֧ים בֶּן־יֹאשִׁיָּ֛הוּ מֶ֥לֶךְ יְהוּדָ֖ה לֵאמֹֽר׃ הָלוֹךְ֮ אֶל־בֵּ֣ית הָרֵכָבִים֒ וְדִבַּרְתָּ֣ אוֹתָ֔ם וַהֲבִֽאוֹתָם֙ בֵּ֣ית ה׳ אֶל־אַחַ֖ת הַלְּשָׁכ֑וֹת וְהִשְׁקִיתָ֥ אוֹתָ֖ם יָֽיִן וכו׳ וָאֶתֵּ֞ן לִפְנֵ֣י בְּנֵ֣י בֵית־הָרֵכָבִ֗ים גְּבִעִ֛ים מְלֵאִ֥ים יַ֖יִן וְכֹס֑וֹת וָאֹמַ֥ר אֲלֵיהֶ֖ם שְׁתוּ־יָֽיִן׃
וַיֹּאמְר֖וּ לֹ֣א נִשְׁתֶּה־יָּ֑יִן כִּי֩ יוֹנָדָ֨ב בֶּן־רֵכָ֜ב אָבִ֗ינוּ צִוָּ֤ה עָלֵ֨ינוּ֙ לֵאמֹ֔ר לֹ֧א תִשְׁתּוּ־יַ֛יִן אַתֶּ֥ם וּבְנֵיכֶ֖ם עַד־עוֹלָֽם׃ וּבַ֣יִת לֹֽא־תִבְנ֗וּ וְזֶ֤רַע לֹֽא־תִזְרָ֨עוּ֙ וְכֶ֣רֶם לֹֽא־תִטָּ֔עוּ וְלֹ֥א יִֽהְיֶ֖ה לָכֶ֑ם כִּ֠י בׇּאֳהָלִ֤ים תֵּֽשְׁבוּ֙ כׇּל־יְמֵיכֶ֔ם לְמַ֨עַן תִּֽחְי֜וּ יָמִ֤ים רַבִּים֙ עַל־פְּנֵ֣י הָאֲדָמָ֔ה אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֖ם גָּרִ֥ים שָֽׁם׃ וַנִּשְׁמַ֗ע בְּק֨וֹל יְהוֹנָדָ֤ב בֶּן־רֵכָב֙ אָבִ֔ינוּ לְכֹ֖ל אֲשֶׁ֣ר צִוָּ֑נוּ לְבִלְתִּ֤י שְׁתֽוֹת־יַ֨יִן֙ כׇּל־יָמֵ֔ינוּ אֲנַ֣חְנוּ נָשֵׁ֔ינוּ בָּנֵ֖ינוּ וּבְנֹתֵֽינוּ׃ וּלְבִלְתִּ֛י בְּנ֥וֹת בָּתִּ֖ים לְשִׁבְתֵּ֑נוּ וְכֶ֧רֶם וְשָׂדֶ֛ה וָזֶ֖רַע לֹ֥א יִֽהְיֶה־לָּֽנוּ׃ וַנֵּ֖שֶׁב בׇּֽאֳהָלִ֑ים וַנִּשְׁמַ֣ע וַנַּ֔עַשׂ כְּכֹ֥ל אֲשֶׁר־צִוָּ֖נוּ יוֹנָדָ֥ב אָבִֽינוּ׃
די בני יונדב בן רכב האבן זיך אפגעזאגט פון א מגדול לעבנסשטייגער פאר אייביג, געלט און וועלטליכער ערך האט מיט זיי נישט קיין שייכות, און אזוי ארום געבליבן טרייע יושבי אוהלים לעד ולנצח נצחים. דא זעה מיר ווידער ווי גרים זענען צו מאל די איינציגסטע וועלעכע זענען מצליח אנהאלטן די ארגינעלע אידישע מסורה.
נאר זינטן חורבן און שיבת ציון איז נישט נאר בטל געווארן צווישן אונז דער קולטור פון רועי צאן, נאר זי איז געווארן א תועבה כמעט ווי ביי די מצריים, ווייל עובדי אדמה האבן פארמאגט א שנאה כבושה צום רועי צאן וואס זיכט אימזינסטע פאשע און עסט אלץ אויף. אזוי איז פארשווינדן געווארן פון אידישן האריזאנט אונזער לעצטער פאדעם צו אונזער רועי צאן פארגאנגנהייט. תפילה איז אריין אנשטאט דעם, נאר דוקא בציבור, עד שבא ר׳ נחמן און אריינגעברענגט התבודדות וואס איז א שטיקל גלגול פונעם פארצייטישן רועי צאן מאבות אבותינו אינעם מדבר.