די טענה האב איך שוין געהערט פון כמה אהרוינים, אז לויט משה גבאי וואלט ר' אהרן געדארפט האבן א בעיסמענט אין האנולולו.
כ'בין צו יונג צו געדענקען, אבער כ'מיין אז די אמת איז פונקט פארקערט, ר' זלמן לייב וואלט געדארפט האבן א בעיסמענט אפי' מיט משה גבאי'ס הילף, ווי איז מעגליך אז א גבאי זאל איבערדרייען א האלבע חסידות?
ס'אמת אז איינמאל ער האט געשטעלט דעם ברך משה צו זיין זייט, איז אויטאמאמטיש א גרעסערע עולם מיטגעגאנגען מיט זיינע אנשויאינגען, אבער מ'טאר נישט פארגעסן אז ר' אהרן איז סוף נ' יארן געווען קעניג אין סאטמאר, רוב עולם ובפרט די אינגעלייט און בחורים זענען געגאנגען אין פייער פאר זיינס א ווארט, כמעט ווי פאר א ווארט פונעם ברך משה.
סאו ווען משה גבאי האט אויסגעדרייט זיין קאפעלוטש צו ר' זלמן לייב'ס זייט, אפי' ער האט מיטגעשלעפט דעם ברך משה, האט קיינער נישט געחלומ'ט אז ער וועט אוועקשלעפן האלב סאטמאר פון ר' אהרן.
יעדער וואס געדענקט יענע צייט וועט צושטימען דערצו (אפשר נישט אפן).
אמת, אז ביז תשנ"ט איז ר' זלמן לייב בכלל נישט געווען קיין נאמבער, אבער איינמאל די שטורעם האט אויסגעבראכן, האט משה גבאי געהאט די רבי, אלע דיינים, אלע עשירים, די סאטמארע צייטונג, אלע עסקנים (ארי' לייב גלאנץ פאר ער האט געטוישט זייט, משה דוד נידערמאן וכו'), און א ריזן ציבור (מ'האט נישט געוויסט ווי גרויס) אין וויליאמסבורג (דאן סאטמאר'ס קעפיטעל) און דאס איז חוץ די אבנארמאלע פאער וואס משה גבאי האט דאן פארמאגט, עפעס וואס קיין שום אנדערע גבאי בעפאר און דערנאך האט נישט געהאט. נישט געווען קיינער וואס האט געהאלטן אז ר' אהרן וועט עס קענען איבערלעבן.
ביי די קומענדיגע וואלן אין קרית יואל ווען מהר"א'ס מענטשן האבן געווינען איז עס געווען א שאק, מ'האט געזען אז ר' אהרן האט נאך יא עפעס. הערשט שפעטער ווען די ארוינים האבן אנגעהויבן מיט די יסוד איתן'ס האט מען געזען אז סאטמאר צוטיילט זיך אין צוויי. און אפילו דעמאלטס האט משה גבאי געזאגט אז ס'וועט טאקע נישט גיין אזוי שנעל אבער צוביסלעך וועט די גאנצע עולם אריבערקומען צו ר' זלמן לייב.
פאר יעדן וואס האט מיטגעהאלטן יענע תקופה איז קלאר אז משה גבאי האט נישט געוואלט צוטיילן סאטמאר (פאר די אלע וואס באשולדיגן אין אים אלס די גורם פאר די אלע שפיכת דמים און חילול השם'ס, ער איז געווען א שוגג...) ער האט געהאלטן אז ער האט גרויס געמאכט ר' אהרן און יעצט וועט ער אים פשוט טוישן צו ר' זלמן לייב, אפילו היינט פרובירט ער עס צו לייקענען. אין פאקט האט ער באזיייטיגט פיל גרעסערע מענטשן ווי ר' אהרן, למשל די רביצין אלטא פיגא, ער האט אין איין פאל געסטראשעט ר' אהרן'ס טאכטער אשכנזי אַז אויב זי צוויייפלט אין זיינע מעגליכקייטן זאל זי זיך דערמאנען פון די רביצין (פאר ווער ס'געדענקט איר שטאנד אירע לעצטע צוואנציג יאר נעבעך, מ'האט אפילו נישט געוויסט אז זי עקזיסטירט).
סאו יא, מיט די אלע ריסורסעס וואס רז"ל האט פארמאגט איז נישט קיין גרויסע חידוש אז ער איז היינט א גרויסע רבי, די חידוש איז אז ר' אהרן האט אלעס דורכגעשוויצט און ער איז היינט פונקט אזוי גרויס ווי זיין ברודער.