דער שרײבער מיט'ן פּען נאמען 'פארמעגליך' און זײן שילדערונג פון דער אהרן-ז"ל ט"ב פאליטיק (אפדעיטעד)

לויט ווי די הויז בחורים האבן פארציילט איז דאס נישט ריכטיג

די רבי איז געווען זייער זייער צובראכן פון אנהייב
בשעת די לויה האט איינער זיך אנגערופן צו די מענטשן ארום סאטמאר רב "עטס האט איר גע'הרג'ט", די סאטמאר רב האט געפרעגט וואס יענער האט געזאגט און מ'האט אים פארציילט, האט ער געזאגט ניין, עס שטייט כבד את אביך למען יאריכון ומכלל הן אתה שומע לאו. די מעשה איז אמת און גאר קראנט.
 
מקור?
 
אפילו אויב אמת (נישט גרינג צו גלייבן) זאגט עס גארנישט אויף זיין צובראכנקייט.
פארגעס נישט, מען רעדט דא פון זיין לעצטע טאכטער.
 
דאכט זיך אז ער איז געווען א לאנגע צייט נאכדעם מחוץ לעיר ,
ער האט זיך זייער שווער צוזאם גענומען פון די קלאפ.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א חידוש אז זי האט נישט גיקענט רבי'שע מעשיות, איר פאטער איז דאך אויך געווען עפעס א רבי דאכט זיך, זי איז געווען א גרויסע מיוחסת פון תלמידי בעש"ט כפי השמועה, האט זי זיכער פארשטאנען די רבי'שע ענינים, און דער סאטמאר רב איז דאך געווען א פיקח, ער האט געוואוסט אפצושאצן א פרוי יונגער פון איהם מיט באלד דריי צענדליג יאהר, אז זי האט חתונה געהאט מיט איהם איז עס דאך געווען א סעקריפייס, האט ער עס אפרישיעיטעד.
דער סיגעטער האט גערעדט שלא בדרי דאינשי, ער האט דען געדארפט אנרייצן זיין פעטער אויף די פרוי, דעס איז ווראנג.
אדמו''ר מטשענסטיחוב?
ער איז געווען אן איש פשוט.
ר' אהרן יודל שווארץ האט אמאל געמאכט א ווערטל מיטן רבי'ן איבער זיין שווער, דער רבי האט געלאכט און זיך נישט געקענט בארואיגן, די רביצין איז געקומען אויסגעפונען וואס די דזשאוק איז געווען....
 
ער איז געווען עטליכע וואכן אין שפיטאל דערנאך. ועוד...
איך דענק זאגן אז שמיני עצרת האט מען געטאנצן אויף זיין אבר און זיינע ביצים זענען געשעדיגט געווארן און זינט דאן האט ער מער קיין קינדער נישט געהאט
 
בשעת די לויה האט איינער זיך אנגערופן צו די מענטשן ארום סאטמאר רב "עטס האט איר גע'הרג'ט", די סאטמאר רב האט געפרעגט וואס יענער האט געזאגט און מ'האט אים פארציילט, האט ער געזאגט ניין, עס שטייט כבד את אביך למען יאריכון ומכלל הן אתה שומע לאו. די מעשה איז אמת און גאר קראנט.
שטיות! אדרבה פאר אזא בלבול מאנט זיך א מקור
 
איז טאקע א שאד, אז לעת זקנתו פון דעם סקווירא רבי האט זיך אנטוויקלט די "סקווירא מייל" פרשה, עס קען איהם דעמעדזשן און די אימעדזש פון זיין חסידות, עס שטייט דאך כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת, מען זעהט עס נישט.
ביי וועמען עס איז נאך נישט געדעמעזשט ביז היינט, וועט שוין די פרשה נישט שאטן....
דער בעלזער איז אקעי, ער אליינס דארף א ישועה, אבער די חסידות וואס ער האט געבויעט איז א פראכט פון שם ותפארת, ביי איהם האט מען געזען אלקים יבקש את הנרדף, מבירא עמיקתא לאיגרא רמא.
נישט יעדער האלט אז ער איז אזא נרדף, כאטש ער איז צומאל געווען אויף די זייט פון די נרדפים...
אין סאטמאר זעהט מען אויך די סייעתא דשמיא פון א נרדף. רבי אהרן, לויט ווי משה גבאי האט איהם מסדר געווען, וואלט ווען געדארפט צו מופן אויף לאס אנדשעלעס, צו לעוו, למעשה איז ער געווארן פון די ראש המדברים ביי כלל ישראל.
ווייטער, אויך מיר א נרדף... נאך נישט געווען אזא רודף אין סאטמאר ווי ר' אהרן אין די יונגע יארן. דער איז געווען א "פאוער בולי" וואס ווער עס איז אים געשטאנען אין וועג האט געכאפט מכות רצח. ער איז א ראש המדברים ביי כלל ישראל? חחח... אך און וויי... זיינע אייגענע חסידים שעמען זיך מיט זיינע דרשות (זיי זענען עס נישט מודה אפן אבל כמה וכמה פעמים שמעתי מהם).

איך מאך נישט אוועק זיינע מעלות וואס ער האט יא, ער האט למעשה א הערליכע חסידות מיט געטרייע חסידים וואס פאקט איין דעם ברודער, ער האט הערליכע מעמדים, בפרט ל"ג בעומר און שבועות, ווי אויך די הקפות. בויעט אויף שיינע שולן איבעראל, און נאך. אבער ביטע נישט איבערטרייבן וואס מ'דארף נישט רעדן... ודי בזה.
 
איך דענק זאגן אז שמיני עצרת האט מען געטאנצן אויף זיין אבר און זיינע ביצים זענען געשעדיגט געווארן און זינט דאן האט ער מער קיין קינדער נישט געהאט
יא יא. דאס האב איך אינזין געהאט מיט 'ועוד'.
 
אין סאטמאר זעהט מען אויך די סייעתא דשמיא פון א נרדף. רבי אהרן, לויט ווי משה גבאי האט איהם מסדר געווען, וואלט ווען געדארפט צו מופן אויף לאס אנדשעלעס, צו לעוו, למעשה איז ער געווארן פון די ראש המדברים ביי כלל ישראל

גרויס סאטמאר (ווי זיי רופן זיך) מיט די הנהגה רבי זלמן לייב ובניו, וואקסן אריין צוביסלעך אין די גרויסע שיך, זיי ווערן מער מסודר דבר יום ביומו מיט וואוקס אין רעספעקט, אבער די אמאליגע עזות און גאות פון די סאטמאר איז אן עבר.
די טענה האב איך שוין געהערט פון כמה אהרוינים, אז לויט משה גבאי וואלט ר' אהרן געדארפט האבן א בעיסמענט אין האנולולו.

כ'בין צו יונג צו געדענקען, אבער כ'מיין אז די אמת איז פונקט פארקערט, ר' זלמן לייב וואלט געדארפט האבן א בעיסמענט אפי' מיט משה גבאי'ס הילף, ווי איז מעגליך אז א גבאי זאל איבערדרייען א האלבע חסידות?
ס'אמת אז איינמאל ער האט געשטעלט דעם ברך משה צו זיין זייט, איז אויטאמאמטיש א גרעסערע עולם מיטגעגאנגען מיט זיינע אנשויאינגען, אבער מ'טאר נישט פארגעסן אז ר' אהרן איז סוף נ' יארן געווען קעניג אין סאטמאר, רוב עולם ובפרט די אינגעלייט און בחורים זענען געגאנגען אין פייער פאר זיינס א ווארט, כמעט ווי פאר א ווארט פונעם ברך משה.
סאו ווען משה גבאי האט אויסגעדרייט זיין קאפעלוטש צו ר' זלמן לייב'ס זייט, אפי' ער האט מיטגעשלעפט דעם ברך משה, האט קיינער נישט געחלומ'ט אז ער וועט אוועקשלעפן האלב סאטמאר פון ר' אהרן.
 
דעמאלטס האט אזוי אויסגעזען, די ארונים זענען געווען קאנסידערט עכטע מורדים, פארגעס נישט אז אין סאטמאר (נאך פון ר' יוסל און עזריאל) זענען די גבאים און שטוב מענטשן געווען די עכטע מנהיגים און על פיהם יצאו ועל פיהם יכנסו, משה האט זיך באמת געשוואוירן אז ר' אהרן וועט האבן עפעס א בעיסמענטל אין פלעטבוש, ער האט דעמאלטס געשריגן "איך וועל אים מאכן פאר א שרוליק" (ישראל וויזניצער וואס איז דעמאלטס געווען פארטריבן גענצליך פון וויזשניץ נאכן זיין ברום המעלה)
 
די טענה האב איך שוין געהערט פון כמה אהרוינים, אז לויט משה גבאי וואלט ר' אהרן געדארפט האבן א בעיסמענט אין האנולולו.

כ'בין צו יונג צו געדענקען, אבער כ'מיין אז די אמת איז פונקט פארקערט, ר' זלמן לייב וואלט געדארפט האבן א בעיסמענט אפי' מיט משה גבאי'ס הילף, ווי איז מעגליך אז א גבאי זאל איבערדרייען א האלבע חסידות?
ס'אמת אז איינמאל ער האט געשטעלט דעם ברך משה צו זיין זייט, איז אויטאמאמטיש א גרעסערע עולם מיטגעגאנגען מיט זיינע אנשויאינגען, אבער מ'טאר נישט פארגעסן אז ר' אהרן איז סוף נ' יארן געווען קעניג אין סאטמאר, רוב עולם ובפרט די אינגעלייט און בחורים זענען געגאנגען אין פייער פאר זיינס א ווארט, כמעט ווי פאר א ווארט פונעם ברך משה.
סאו ווען משה גבאי האט אויסגעדרייט זיין קאפעלוטש צו ר' זלמן לייב'ס זייט, אפי' ער האט מיטגעשלעפט דעם ברך משה, האט קיינער נישט געחלומ'ט אז ער וועט אוועקשלעפן האלב סאטמאר פון ר' אהרן.
יעדער וואס געדענקט יענע צייט וועט צושטימען דערצו (אפשר נישט אפן).

אמת, אז ביז תשנ"ט איז ר' זלמן לייב בכלל נישט געווען קיין נאמבער, אבער איינמאל די שטורעם האט אויסגעבראכן, האט משה גבאי געהאט די רבי, אלע דיינים, אלע עשירים, די סאטמארע צייטונג, אלע עסקנים (ארי' לייב גלאנץ פאר ער האט געטוישט זייט, משה דוד נידערמאן וכו'), און א ריזן ציבור (מ'האט נישט געוויסט ווי גרויס) אין וויליאמסבורג (דאן סאטמאר'ס קעפיטעל) און דאס איז חוץ די אבנארמאלע פאער וואס משה גבאי האט דאן פארמאגט, עפעס וואס קיין שום אנדערע גבאי בעפאר און דערנאך האט נישט געהאט. נישט געווען קיינער וואס האט געהאלטן אז ר' אהרן וועט עס קענען איבערלעבן.

ביי די קומענדיגע וואלן אין קרית יואל ווען מהר"א'ס מענטשן האבן געווינען איז עס געווען א שאק, מ'האט געזען אז ר' אהרן האט נאך יא עפעס. הערשט שפעטער ווען די ארוינים האבן אנגעהויבן מיט די יסוד איתן'ס האט מען געזען אז סאטמאר צוטיילט זיך אין צוויי. און אפילו דעמאלטס האט משה גבאי געזאגט אז ס'וועט טאקע נישט גיין אזוי שנעל אבער צוביסלעך וועט די גאנצע עולם אריבערקומען צו ר' זלמן לייב.

פאר יעדן וואס האט מיטגעהאלטן יענע תקופה איז קלאר אז משה גבאי האט נישט געוואלט צוטיילן סאטמאר (פאר די אלע וואס באשולדיגן אין אים אלס די גורם פאר די אלע שפיכת דמים און חילול השם'ס, ער איז געווען א שוגג...) ער האט געהאלטן אז ער האט גרויס געמאכט ר' אהרן און יעצט וועט ער אים פשוט טוישן צו ר' זלמן לייב, אפילו היינט פרובירט ער עס צו לייקענען. אין פאקט האט ער באזיייטיגט פיל גרעסערע מענטשן ווי ר' אהרן, למשל די רביצין אלטא פיגא, ער האט אין איין פאל געסטראשעט ר' אהרן'ס טאכטער אשכנזי אַז אויב זי צוויייפלט אין זיינע מעגליכקייטן זאל זי זיך דערמאנען פון די רביצין (פאר ווער ס'געדענקט איר שטאנד אירע לעצטע צוואנציג יאר נעבעך, מ'האט אפילו נישט געוויסט אז זי עקזיסטירט).

סאו יא, מיט די אלע ריסורסעס וואס רז"ל האט פארמאגט איז נישט קיין גרויסע חידוש אז ער איז היינט א גרויסע רבי, די חידוש איז אז ר' אהרן האט אלעס דורכגעשוויצט און ער איז היינט פונקט אזוי גרויס ווי זיין ברודער.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין די אהרוינים טרייבן ווייט איבער די כח און פאוער פון משה גבאי, כדי צו קענען אראפשלינגען האלב סאטמאר אוועקשפאצירן פון זייער רבי, און זיך מחזק זיין מיט די וואס זענען געבליבן.
איך בין צו אינג צו געדענקען, אבער פון וויפיל איך האב געהערט (פון דרויסנדיגע מענטשן, נישט דוקא סאטמארער), איז די מציאות פונקט פארקערט, קיינער האט נישט געחלומ'ט אז ר' זלמן לייב וועט האבן עפעס.
נאכמער, אנפאנג די מחלוקה תשנ"ט - ס' האט טאקע ר' זלמן לייב גארנישט געהאט, קוים עטוואס צענדליגע משפחות, נאר מיט די צייט האבן זיך נאך און נאך משפחות צוגעשארט, בפרט די וואס זענען שוין געווען ברוגז אלע יארן אויפן ברך משה אדער ר' אהרן.

ס'קען זיין אז ס'איז נישט אמת, אבער אזוי האב איך פארשטאנען.
 
משה גבאי האט קיינמאל געשלעפט האלב סאטמאר צו זלמן
ער האט בסה צוריק געברענגט וועמען ער האט בעפאר דעם ארויסגעווארפן
 
מען קען נישט פירן א דיסקוסיע מיט איינעם וואס געדענקט נישט און האט בלויז געהערט. אין פאקט האב איך עס אויך יעצט געהערט פון דיר, אבער איך ווייס אז דאס איז נישט געווען די מציאות. ווער ס'געדענקט, צו ער וויל יא מודה זיין אדער נישט ווייסט אז דאס איז געווען די פאקט.

וואס מיינט ר' זלמן לייב האט געהאט אפאר צענדליגע משפחות? ס'האט געדויערט נאך צענדליגע יארן ר' זלמן לייב זאל בכלל באקומען עפעס חסידים. פאר יארן לאנג האט א זאלי געמיינט אנטי ר' אהרן, און פון די מענטשן איז געווען גענוג און נאך פון די ערשטע מינוט. ס'האט אפשר געדויערט אפאר חדשים ווילאנג זיי האבן רילייזט אַז זיי זענען צוריק וועלקאם אין סאטמאר, אבער די ווינט האט געשטורעמט קעגן ר' אהרן.

לייקענען די פאער פון משה גבאי ווייזט בלויז אויף זייער זייער ווייניג נאלידזש אין די גאנצע פרשה. משה גבאי איז ליטערלי געווען בעל הבית פון סאטמאר אלוועלטליך, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. אַז דו ווילסט דוקא קען איך פרובירן מסביר צו זיין וויאזוי איך קוק אן די סיבות דערצו אבער דאס איז געווען די מציאות.
 
משה גבאי האט קיינמאל געשלעפט האלב סאטמאר צו זלמן
ער האט בסה צוריק געברענגט וועמען ער האט בעפאר דעם ארויסגעווארפן
אין די צייט וואס אהרן איז געווען אין מאכט און געפירט אלע סאטמארער מערכות, זענען אלע נארמאלע ציוויליזירטע מענטשן אנטלאפן פון סאטמאר, עס איז געווען די גרעסטע בושה צו זיין א טייל פון א קהילה וואס ווערט געפירט דורך א צעווילדעוועטע אומערוואקסענע פארשוין.

ווען זלמן לייב איז אריינגעקומען איז די ווינט געווען אז עס קומט נייע צייטן אין סאטמאר, די קהילה גייט ווערן געפירט דורך באזעסענע ערענסטע מענטשן, זיי גייען נישט נוצן קיין קליינע אומשולדיגע ישיבה בחורים צו אנזייען טעראר ביי זייערע שונאים, גייען נישט האלטן קיין עפרא לפומי דרשות אויף אנדערע רבנים, וכו'.

דאס האט געמאכט אז א גרויסע עולם איז צוריק קיין סאטמאר, און אסאך קליינע חסידות'לעך און ישיבות האבן פארמאכט די טויערן.
 
מען קען נישט פירן א דיסקוסיע מיט איינעם וואס געדענקט נישט און האט בלויז געהערט.
איך פיר נישט קיין דיסקוסיע, איך זאג מיין מיינונג וויאזוי איך האב עס פארשטאנען.
אז דו ווילסט מאריך זיין, וועלן אונז זיך א ודאי פרייען.
 
די ארוינים זענען נישט קיין חסידים וואס זענען בטל צו א רבי, נאר וואס זענען שטארקע פאטריאטן פאר א רבי (די זאליס זענען בכלל נישט קיין חסידים)
דאס אז זיי האבן געקענט באשטיין צו גיין צו די רבי'ס זוהן אנשטאט די רבי אליינס, אפגעזען זיין צושטאנד, אין יעדע חסידות זענען די לעצטע יארן געווען די צייט וואס מ'איז די מערסטע געלאפן צום רבי'ן, צו די טישן און מעמדים, אבער דא די ארוינים - טראץ וואס היינט זענען זיי גרויסע חסידים פון די ברך משה, זענען זיי סוף ימיו ענדערש געגאנגען צו די מעמעדם פון זיין זוהן.
 
Back
Top