די טענה האב איך שוין געהערט פון כמה אהרוינים, אז לויט משה גבאי וואלט ר' אהרן געדארפט האבן א בעיסמענט אין האנולולו.
כ'בין צו יונג צו געדענקען, אבער כ'מיין אז די אמת איז פונקט פארקערט, ר' זלמן לייב וואלט געדארפט האבן א בעיסמענט אפי' מיט משה גבאי'ס הילף, ווי איז מעגליך אז א גבאי זאל איבערדרייען א האלבע חסידות?
ס'אמת אז איינמאל ער האט געשטעלט דעם ברך משה צו זיין זייט, איז אויטאמאמטיש א גרעסערע עולם מיטגעגאנגען מיט זיינע אנשויאינגען, אבער מ'טאר נישט פארגעסן אז ר' אהרן איז סוף נ' יארן געווען קעניג אין סאטמאר, רוב עולם ובפרט די אינגעלייט און בחורים זענען געגאנגען אין פייער פאר זיינס א ווארט, כמעט ווי פאר א ווארט פונעם ברך משה.
סאו ווען משה גבאי האט אויסגעדרייט זיין קאפעלוטש צו ר' זלמן לייב'ס זייט, אפי' ער האט מיטגעשלעפט דעם ברך משה, האט קיינער נישט געחלומ'ט אז ער וועט אוועקשלעפן האלב סאטמאר פון ר' אהרן.