דער תלמוד אונטער'ן פארגרעסערונג גלאז

איך מיין אז דער גאנצער שמועס דא פארפעלט וויכטיגע קאנטעקסט. אמאל ווען מענטשן זענען געווען האנטער-געדערערס, סוסטענענט פארמערס וכדו׳ איז א מיידל גיוון א לייעביליטי.
האבן א סך זון איז געווען א סימבאל פון מאכט. זיי האבן אים געהאלפן מיט די harsh realities of life. טעכטער זענען געווען א liability, זיי קענען נישט האנטן, פארמען, וכו׳. דערפאר האט דער רבש”ע געמאכט אז מענער דארפן צוקומען צו פרויען, און מען צאלט פארן טאטן מהר און מתן פאר דעם רעכט צו נעמען די פרוי. מען פלעגט דאס טון עס וויבאלט די פרוי איז א בת בנים, פשוט צוליב די טובה פון ביידע. זי האט פארדינט איר קיפ דורך צושטעלן קינדער און דער טאטע האט געהאט איין מויל ווייניגער צו פיטערן.
פארקויפן א קינד פאר א דינסט איז נאך גאנגבאר אין לענדער ווי דער אלטערנאטיוו איז אז זי זאל שטארבן פון הונגער, יא, עס איז אן אקט פון רחמנות ווען א טאטע פארקויפט זיין זון אין אינדיע אז ער זאל נישט שטארבן פון הונגער.
און יענע צייט, ווען מען רעיפט איינע, איז איר סאמע סורווייוועל עט ריסק! זי גייט נישט חתונה האבן ווייל קיינער וועט איר נישט קויפן, ווען איר טאטע שטארבט, ביי די 40,קען זי זיין 10 יאר אלט, אן א קרוב און גואל. אירע רודער זענען אליינס פארנומען צו סורווייוון.

די גרעסטע רחמנות וואס מען קען איר טון איז לו תהיה לאשה אויב זי וויל. יא עס איז זייער גרינג צו זאגן דריי מיליאן דאלאר אמאליגע געלט. דאס קומט פון נישט ארויסהאבן אמאליגע מציאות. און בכלל אויב טענהט ער אין לי?
היינטיגע צייטן קען זי נאכאלץ פארלאנגען לו תהיה לאשה. זי וויל נישט איז נישט, איי ווער וועט חתונה האבן מיט איר? קודם כל, זי מוז נישט חתונה האבן פאר סורווייוועל. צווייטנס אויב איינער וויל מעג ער. די תורה האט איר נישט געמאכט פאר אן ערוה.
 
קודם כל, רוב פון דעי טוויטער חברה זענען פאלנע אנטעסעמיטען וואס האבן נישט קיין קשיות נאר זיי האבן תירוצים, קוק אויף יענעם ביאו אדער אויף יענעמס היסטאריע זעהסטו זייער גוט מיט וועם מען האנדעלט דא.

אבער למעשה זענען דעי קשיות דא, און מען דארף עס פארענטפערען סיי פאר זיך אליין, און סיי פאר סתם עמך גויים וואס זענען נישט קיין אנטיסעמיטן.

איז אזוי ס׳הייסט נישט קיין ביאה ביי א ביאה פחות מג׳ וויבאלד די בתולים קומען צוריק מילא האט דעי מיידעל נאך א דין בתולה, אבער צו קען דעי מיידעל אדער באי כוחה גייען קלאגען די מאלעסטער אין בית דין אלץ נצרש״ב אוואדע אז יא, ס׳גארנישט אנדערש ווי עני אנדערע מזיק.
איך האב חברים גוים וואס זענען גארנישט קיין אנטיסעמיטן נאר פארקערט, זיי זענען זייער מחשיב יידן, און זיי האבן מיך געפרעגט וואס איז פשט אין דיע חז"לן און איך האב זיי געזאגט אין הכי נמי, ס׳איז דא זאכן וואס איז נישט מאראליש אין חז"ל, וואס האט געשטימט מיט די אמאליגע קאלטור, פונקט ווי די תורה אליינס האט די זעלבע פראבלעם.

Sad truth
 
כ'האב אמאל געהערט בשם חכם אחד, אז ער האט זיך אסאך געמוטשעט מיט די שווערע אומ-מאראלישע חז"ל'ן, ביז ער האט זיך געכאפט אז זיי פלעגן זיך ארונטער ווישן מיט שטיינער ונח דעתיה.
 
איך האב חברים גוים וואס זענען גארנישט קיין אנטיסעמיטן נאר פארקערט, זיי זענען זייער מחשיב יידן, און זיי האבן מיך געפרעגט וואס איז פשט אין דיע חז"לן און איך האב זיי געזאגט אין הכי נמי, ס׳איז דא זאכן וואס איז נישט מאראליש אין חז"ל, וואס האט געשטימט מיט די אמאליגע קאלטור, פונקט ווי די תורה אליינס האט די זעלבע פראבלעם.

Sad truth
פארוואס איז עס סע"ד?

ס'זייער א גוטע און אמת'ע תירוץ.
 
ס'איז סע"ד אז מ'דארף בכלל צוקומען צו א תירוץ.
 
איך ווייס נישט ווי אילאן מאסק קומט אריין דא, איך האב שוין געזעהן די אלע קשוית ווען ס׳האט נאך געהייסן טוויטער און ס׳האט נאך נישט געהייסן x, איך האב בערך פינף יאר צוריק באריכט צו טוויטער איינער וואס האט אויסגעלויבט היטלער און געשריבן אז מזאל באגיין וויילענס אקעגן אידן, זיי האבן מיך צוריקגעשריבן אז ס׳איז נישט אקעגן זייער פאליסי.

דאס וואס די שרייבסט אנפאנג אז די תורה רעדט נישט פון אוממאראלישקייט פון רעיפ איז אפשר אמת, אבער איינער וואס לערנט די תורה פשוט פשט זעהט קלאר אז די תורה האט נישט געהאט אזא פראבלעם מיט דעם, איין שטראף וואס די תורה הייסט איז אז מ׳דארף בלייבן מיט איר פאר אגאנץ לעבן, שטעלט דיך פאר איינער רעיפט א מיידל און די פאליס ברענגט אים צו א ריכטער און די ריכטער געט ארויס א פסק אז ער דארף צאלן אפאר דאללער פאר א קנס און ער מעג ווייטער זיין מיט די מיידל, יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז די ריכטער קערט נישט פאר די מיידל.
איך וועל געבן מיינע צוויי צענט אין דעם ענין. דער פשט איז נישט סתם צאלן געלט און האלטן איר.

ס׳איז גוט באקאנט אין פסיכאלאגיע אז עס זענען דא דריי לעוועלן פון ליבע: א חבר, א משפחה, און א ליבער. דער לעצטער איז דער מערסט עמאָציאנאל פארבונדן.

אין דעם פאל, אויב עמיצער האט עביוזד א קינד דורך ליבע, כאטש ס׳איז נישט גערעכט וואס איז געשען און וואס וועט געשען, די בעסטע וועג פאר׳ן קינד איז אז זי זאל בלייבן און עס זאל זיך איבערדרייען פון א ליבע דורך אביוז צו א אמת׳ע ליבע. ווייל ליבע פאסירט אלעמאל דורך א פארלעצונג; דער מאן פארלעצט די פרוי.

וואס שייך די תורה, די תורה האט קיינמאל נישט באשטעטיגט קיין עבדים, געבן א קליין מיידל לנישואין, אדער מיתת בית דין מלקות וכו׳. דאס זענען געווען סאציאלע נארמען אין יענע צייטן, און די תורה האט צוגעפאסט די מצות לויט די נארמען פון יענע תקופה.

און היינט טאקע, אויב עמיצער וועט הרגענען פאר׳ן רייסן א פאפיר שבת, דארף ער געהרגעט ווערן פאר׳ן רציחה.
 
לעצט רעדאגירט:

הממ.. איך בין נישט זיכער איך פארשטיי דאס, אפשר עלאבערירסטו ביטע? וואס הייסט דאס ליבע פאסירט אלעמאל דורך א פארלעצונג? ווי-אזוי קערט זיך איבער פון א ליבע דורך אביוז צו א אמת'ע ליבע? (אסומינג אז די מיידל איז אויף אן אמת גערעיפט געווארן?). מבהיל על הרעיון..
 
איך וועל געבן מיינע צוויי צענט אין דעם ענין. דער פשט איז נישט סתם צאלן געלט און האלטן איר.

ס׳איז גוט באקאנט אין פסיכאלאגיע אז עס זענען דא דריי לעוועלן פון ליבע: א חבר, א משפחה, און א ליבער. דער לעצטער איז דער מערסט עמאָציאנאל פארבונדן.

אין דעם פאל, אויב עמיצער האט עביוזד א קינד דורך ליבע, כאטש ס׳איז נישט גערעכט וואס איז געשען און וואס וועט געשען, די בעסטע וועג פאר׳ן קינד איז אז זי זאל בלייבן און עס זאל זיך איבערדרייען פון א ליבע דורך אביוז צו א אמת׳ע ליבע. ווייל ליבע פאסירט אלעמאל דורך א פארלעצונג; דער מאן פארלעצט די פרוי.

וואס שייך די תורה, די תורה האט קיינמאל נישט באשטעטיגט קיין עבדים, געבן א קליין מיידל לנישואין, אדער מיתת בית דין מלקות וכו׳. דאס זענען געווען סאציאלע נארמען אין יענע צייטן, און די תורה האט צוגעפאסט די מצות לויט די נארמען פון יענע תקופה.

און היינט טאקע, אויב עמיצער וועט הרגענען פאר׳ן רייסן א פאפיר שבת, דארף ער געהרגעט ווערן פאר׳ן רציחה.
שיטות והבל
זאת התורה לא תהא מחלפת ולא תהא תורה עצרת מאת הבורא יתברך שמו.
 
מיט קידושין קען נאר די זכר גט'ן זיין ווייב.

אויב איז דער זכר א מנובל, א user abuser קען נאר די נקבה געבן די גט.

ס'קוקט אויס ריעזענבל צו מיר.
 
יא, אבער פארוואס א אידיש אומשולדיג מיידל זאל וועלן בלייבן וואוינען מיט א זכר א מנובל און א רעיפיסט גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ.
 
זי דעסיידט, נישט די וועד הצניעות.
 
אין אנדערע ווערטער, דו זאגסט אויכעט אז אויב זי איז מחליט צו בלייבן וואוינען מיט אים איז נתגלה למפרע אז ער איז קיין רעיפיסט נישט געווען..?!
 
אדער דאס.

אדער איז דער רעיפיסט אן עושר אדיר (ווייל אויב איז ער א נעבעך קעיס רעיפיסט גייט זי דאך אהיים און בעט נישט צו וואוינען מיט אים) און דאס איז א deterrence פאר ס'געשעט און אז נישט צאלט ער טאקע א טייערע פרייז פאר זיין גאנץ לעבן. ער דארף זיך ארום שלעפן מיט זיין וויקטים פאר לייף און איר אויסהאלטן מיט אלע אירע באדערפענישן. דאס איז א ביטערע עונש.
 
שיטות והבל
זאת התורה לא תהא מחלפת ולא תהא תורה עצרת מאת הבורא יתברך שמו.
שטייט נישט דערמאנט אין ערגעץ אין די תורה זעלבסט!!!

‎אין בד״וו אויף דיין קאמענט "שיטות והבל":

‎מה ששנוא עליך לחברך אל תעשה – זו היא כל התורה כולה (שבת לג ע"א). קען זיין אז דאס מיינט דער רמב"ם *לא תהא מוחלפת*, ווייל דער רמב"ם, וואס איז דער מקור דערפון, שרייבט אליין אז געוויסע מצוות וועלן בטל ווערן אין משיח'ס צייטן, ווי למשל קרבנות און אנדערע מצוות. אזוי קומט אויס, אז פון דעם רמב"ם אליין דיין מקור הטענה, קען מען נישט ברינגען קיין שום ראיה.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_9829.jpeg
    IMG_9829.jpeg
    168.4 KB · געזען: 24
לעצט רעדאגירט:
ווייל דער רמב"ם, וואס איז דער מקור דערפון, שרייבט אליין אז געוויסע מצוות וועלן בטל ווערן אין משיח'ס צייטן, ווי למשל קרבנות און אנדערע מצוות.
וואו שרייבט ער דאס?
 
Back
Top