דאס לעבן און שאפן פון הנגיד יואלי לאנדא

ער טענהט אז ווען מיר נעמן געלט פון די מדינה, מישן זיי זיך אריין אין די חינוך.

דערנאך טענהט ער אז ער האט געזאגט דעות צום גערער רבין ווייל ער האט אים געבעטן הילף..

שטעל זיך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל וואלטן נישט גענומן פון די מדינה, און אנשטאטס דעם וואלטן אלע גענומן פון קרן הצלה. יעדער מוסד וואלט דעמוזט נעמן א שטעלונג אין די חאזעריי צווישן צוויי ברידער וואס קענן נישט אויסקומן צווישן זיך, יעדער גרעפס פון די אנגעפאשעטע פרעסערס אין וויליאמסבורג וואלט געדרייט אלע ישיבות אין ארץ ישראל א קאפ. ענדערש נעמן פון די ציונים ווי פון די סאטמורים.
די ווייסט נישט ווי ריכטיג די זאגסט, ס'וואלט ממש געווען אזוי.
הייליגע דיבורים @אלטע שרייבער !!!!!!!!!!
 
"פרײע איבערזעצונג" מײן פוס. ער איז אזא גוטע שרײבער און טראנסעלעיטער, מען דארף אים נעמען צו שרײבן די נעקסטע ספר דברים...

אבער סיריעסלי, אײנער קען פארשטײן פארװאס יואלי לאנדא זאל אזא פאלשע טראנסלעישאָן אדורך לאזן? איז נישט אריה ערליך סענסד בּײ איט? װעלכע איז די אמת'ע?

דא האט איר בײדע װערסיעס עטעטשְד (יודישע און ענגלישע), און מיט בלױ הײלײטעד, אלע פלעצער װי עס זענען דא דיפערענצן צװישן די ענגלישע און די יודישע (איך האב אױסגעלאזט די בילדער און זײערע קעפּשאָנס) - נעמליך, עדישענס, אָמישענס אדער װאו דער טראַנסעלעיטער האט זיך גענומען ליבערטי און נישט ריכטיג איבערגעזעצט. די צװײ זענען ראדיקאל אנדערש אז ס'איז אפילו קײן 'שנור און קײן שװיגער' אױך נישט.

מען דארף די חברה אױסלערנען װאס דאס מײנט אַן אינטערװיאוּ. ס'מײנט נישט אז דער שרײבער שיקט צוריק א דרעפט, 7 מאל בעק און פֿאָרטה, און לאזט דעם אינטערװיאוּאיִ פאררעכטן און מעקן װי ס'שמעקט אים. דאס איז אפשר א שײנער ארטיקל - א אױטאביאגראפיע - אבער א אינטערװיאו צװישן א עיתונאי און א "נגיד" איז עס נישט!... חוץ מזה װאס דער מתרגם פארצײלט דאך װי כאילו עהרליך זאגט דאס אלץ, נישט עפעס אַן אַנאָנימעס טראנסעלעיטער אױף אײװעלט אדער יואלי'ס אײגענע װערטער אינסערטעד, למפרע, אין ערליך'ס מױל?! איך װײס שױן נישט װעמען צו גלײבן.

בכלל, לײענט זיך די אידישע װערסיע מער װי א האַגיאָגראַפיע װי אײדער ביאגראפיע.

נאך א זאך װאס איך װיל פארשטײן, פארװאס װען איך לײען אלגעמײנע זאכן געשריבן אין אידיש, ד.ה. אין ליטעראטור װאס מען לאזט ארײן בײ די הײמישע גראסעריס אױפ'ן שעלװ, דאכט זיך מיר אז איך זעה אזא אָלמאָסט פּלאַטשיגע אדער דוּמע אידיש? א שעלאו, אױבערפלעכליכע שפראך? עס איז װי כאילו מען פאררעכנט אידיש-לײענער פאר דומע אומװיסענדע אַלפֿאַבּעטניקס. עמי הארצים. מען דארף אונז קאָמען מיט גאנצעטע פירושים און גערעדעכצער אױף יעדע הױך-שריפטשטעלערישע װארט!?

װאס איז דאס "תכלית'דיגע"? נײן!, די װארט 'תכלית' איז נישט א סינאָנים פון 'פראקטיש'! און יא!, 'פראקטיש' איז אױך אידיש. װידער די װארט 'אפגעפליקט' איז נישט עפעס װאס מען מוז איבעראל, װאו מען קען נאר, נוצן. ס'איז אַן אביוזד װארט. אביוזד װערטער ברױך מען גיבן זיך צו ערהױלן אפאר יאר און נישט עמפלױען ביז דעמאלס. עס ארױסצושלעפן בכל עת מצוא איז בחורישע געשרײבאַכץ. און 'שטיק' איז נישט סינאָנימעס מיט 'טשענדאָליער' ועוד ועוד. ממש, יואלי פארמאגט "כיטרע טיפזיניגע אױגן און פיליזאפיעס"... זײן צוגאנג איז זאגאר "ענליך צום קאפיטאליסטישן אמעריקאנער מהלך"...
biggrin.gif


צום לעצט, אפאר הגהות: זעהט װי ער פארענפערט זיך פארװאס ער האט פאר עמיצן, דער זוהן פון זײן מלמד, געקױפט א דירה אין דעם בנין װאו ער װאױנט. איך בין נײגעריג אױב מען רעדט דא פון ר' פנחס כץ? אױך, מערקט װי צום סוף האט ער בײ די אידישע צוגעלײגט א גאנצן טשאַפּטער װעגן גיוס װאס פעהלט גענצליך אין די ענגלישע.

דא האט איר אױך די יודיש, עדיטְייבְּל טעקסט פון די ארטיקל. און דא האט איר נאכאמאל די אױבן געשעהרטע, ענגלישע, פרינט װערזשְן און בלאג װערזשְן.
 

בייגעלייגטע פיילס

ווי איך פארשטיי איז עס איבער געטייטשט פון די עיברית'שע
 
זיי קענען נישט זיין אלע גוט. איינע פון זיי איז ראנג.

די שאלה איז אין וואספארא שפראך האט עהרליך עס ערשט אפגעשריבן. כ'בין משער אז אין עברית, אבער גערעדט האט ער דאך מיט יואלי אין אידיש, נישט אזוי!?

לאז איינער ברענגען די עברית'ישע ווערסיע, אין אימעדזשעס פון די פרינט מאגאזין, און מ'וועלמיר קאמפערן.

כ'האב נישט ליב צו רעדן פאר איך זעה עס אבער איך בין משער ער האט געשיקט א דרעפט צו יואלי און יואלי האט עס צוגעפיצט אדער קאררעקטעד, וויאזוי דו ווילסט עס רופן, אבער למעשה האט עהרליך נישט געדרוקט די צוגעפוצטע ווערסיע און דאס האט ער יעצט פארשפרייט.
 
זײער גוט, אבער פארװאס אזא שלעכטע קװאליטי װידעאו?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין אנדערע נייעס:

יואלי לאנדא'ס שוואגער הבחור יואלי שטיין (43) איז ב"ה א חתן געווארן מיט הכלה חי' מענדלאוויטש (29 זיווג שני)

מ'שמועסט אז לעצטנס האט יואלי לאנדא פארשפראכן 100 טויזענט דאלאר פאר'ן פאטענציאלען שדכן, אויב איימיצער קען דאס באשטעטיגן זאל ביטע אריינקומען קלאר

WhatsApp Image 2025-10-20 at 4.02.37 PM.webp
 
מיט די עקסטאז ארום די פעולות און שמועות וועגן דעם נגיד יואל לאנדא, איז כדאי צו דערמאנען און צולייגן א מאס פון זהירות, אז די געשעפטן און די אנגייענדע קאורט ארום די בענקראפסי פיילינג איז מעורר ספיקות אין די אויפריכטיגקייט און ישרות פון די געשעפטן. ביי אידן דארף מען אלץ חושש זיין אויף די קאנסעקווענצן לדורות, צי א ווילדע אדער בייזע האנדלונג מיט די וואס קומען אין זיין באציהונג וועט נישט גורם זיין א חילול השם אדער נישט גובר זיין שנאת האומות (אנטיסעמיטיזם).

מיט בויען גרויסע שולן און זיך כלומר'שט אננעמען פאר'ן כבוד פון סאטמאר ווערן די פראבלעמען נישט פארווישט און עס איז יצא שכרו בהפסדו, נאכמער – עס איז קרוב להפסד אויב מ'האנדלט אויף אן אופן אז דער גוי קען אנווייזן אז דער איד האט מיך בא'עוול'ט, און מיט זיין פיקחות און ערמה מיך אויסגעשפילט, אז איך האב נישט באקומען וואס קומט זיך מיר על פי חוק און מענטשליכקייט. מען דארף האבן זהירות פון זיך גרויסן מיט אזעלכע און זיי ארויסהייבן אלס היראוס.

דער נגיד האט געפיילט בענקראפסי אויף די האומס פון זיין קאמפאני "דזשענעסיס" – 175 האומס אויסגעשפרייט איבער 18 סטעיטס אין די יו.עס. דאס איז נישט סתם וועגן נארמאלע חובות אליין, נאר ער האט אויך אנגעזאמלט לאו-סוטס פאר טויט פעלער, ווי די משפחות באשולדיגן די הנהלה פון די היימען אין פארנאכלעסיגקייט, וואס האט גורם געווען די פטירה.

עס זענען געווען אזויפיל קעיסעס, אז די לויערס צו פייטן די לאוסוטס האט געקאסט 8 מיליאן דאלאר א חודש. און מיט די בענקראפסי וויל ער אפווישן אלע תביעות פון פריוואטע מענטשן, וואס האבן פילייכט ריכטיגע טענות. איז דען דאס יושר? וועט דען א סוקסעס אין די קאורט נישט איבערלאזן א חילול השם ווי אזוי א איד פיהרט זיך אויף צו מפצה זיין א ניזוק און א משפחה וואס האט א תביעה? וועט דאס דען נישט אריינקריצן א שנאת ישראל וואס קען איבערגיין מדור לדור, מיט תוצאות ווער ווייסט? וואס איז חשוב א שוהל, אויב עס ווערט געבויט אויפן חשבון פון אנטיסעמיטיזם?

די יו.עס. סענאטארן בלומענטהאל, וואורען, וועלטש און אנדערע, פארלאנגען שוין אן אינוועסטיגעישן אין די תהלוכות פון די ביזנעס און די מהלך פון די בענקראפסי. די רעיטינגס פון די היימען זענען א נידעריגע 2.3. מיינט דאס אז אויפן חשבון פון די פאציענטן און עלטערע קראנקע מענטשן, פון וועם ער שפארט און איז מונע צו געבן פראפער קעהר, ווערט ער א בונה שולן און א הוגה דעות? אויף דעם איז געזאגט, היינו דאמרי אינשי, שקילא טיבותך ושדיא אחיזרא.

ואנו תפילה אז ער זאל האבן הצלחה און טהון מעשים טובים, אז אלעס זאל זיין באופן יראו ישרים וישמחו וכל עולה קפצה פיה.
 
דאס איז אקעי,
אבער די לאוסוטס פון ראונגפול דעטס, איז נולד געווארן אונטער זיין הנהגה,
כן נראה
 
נאך א זאך װאס איך װיל פארשטײן, פארװאס װען איך לײען אלגעמײנע זאכן געשריבן אין אידיש, ד.ה. אין ליטעראטור װאס מען לאזט ארײן בײ די הײמישע גראסעריס אױפ'ן שעלװ, דאכט זיך מיר אז איך זעה אזא אָלמאָסט פּלאַטשיגע אדער דוּמע אידיש? א שעלאו, אױבערפלעכליכע שפראך? עס איז װי כאילו מען פאררעכנט אידיש-לײענער פאר דומע אומװיסענדע אַלפֿאַבּעטניקס. עמי הארצים. מען דארף אונז קאָמען מיט גאנצעטע פירושים און גערעדעכצער אױף יעדע הױך-שריפטשטעלערישע װארט!?
וואס פונקטליך ווילסטו אז מען זאל שרייבן די מאמענט אזוי ווי דאס יודישע ווארט ?...מיט די אלטע פוילישע יודיש?
 
מיט די עקסטאז ארום די פעולות און שמועות וועגן
דעם נגיד יואל לאנדא , איז כדאי צו דערמאנען און
צו לייגן א מאס פון זהירות , אז די גישעפטן און די
אהגייענדע קאורט ארום די בענקראפסי פיילינג,איז
מעורר ספיקות אין די אויפריכטיקייט אין ישרות פון
די גישעפטן , ביי יידן דארף מען אלץ חושש זיין אויף די קאנסעקווענצן לדורות , צו א ווילדע אדער בייזע האנדלונג מיט די וואס קומען אין זיין באציהונג וועט נישט גורם זיין חילול השם אדער גובר זיין שנאת האומות ( אנטיסעמיטיזם ) ,
און מיט בויען גרויסע שוהלען און כלמר׳שט זיך אהנעמען פאר כבוד פון סאטמאר ווערן די פראבלעמען נישט פארווישט און עס איז יצא שכרו בהפסדו , און נאכמער עס איז קרוב להפסד, אויב מען האנדלט אויף אן אופן, וואס דער גוי קען אהנווייזען אז דער ייד האט מיך ב׳עוולה׳ט,און ער האט מיך מיט זיין פיקחות און ערמה, אויס געשפילט, אז איך האב נישט באקומען וואס עס קומט זיך מיר על פי חוק און מענטשליכקייט.
מען מוז האבן זהירות,פון זיך גרויסען מיט אזעלכע
און זיי ארויס הייבן אלץ היראוס .
דער נגיד האט גיפייעלט בענקראפסי אויף האומס
פון זיין קאמפאני דשענעסיס , 175 האומס אויסגעשפרייט איבער 18 סטעיטס אין די יו עס ,
עס איז נישט סתם וועגן נארמאלע חובות אליין,
נאר ער האט אהנגיזאמעלט לאוסוטס פאר טויט פעלער,ווי די משפחות באשולדיגען די הנהלה פון די
היימען אין פארנאכלעסיגקייט, וואס האט גורם גיוועהן די פטירה ,
עס זענען גיוועהן אזוי פיעל קעיסעס אז די לויערס צו פייטען די לאוסוטס,האט גיקאסט 8 מיליאן דולר חודש׳ליך ,
און מיט די בענקראפסי וויל ער אפווישען די אלע תביעות פון פריוואטע מענטשן וואס האבן פילייכט ריכטיגע טענות , איז דען דאס יושר? וועט דען א סוקסעס אין די קאורט נישט איבערלאזן א חילול השם ווי אזוי א ייד פיהרט זיך אויף מפצה צו זיין א ניזוק און א משפחה וואס האט א תביעה? וועט עס דען נישט אריינקריצען א שנאת ישראל וואס וועט איבער גיין מדור לדור מיט תוצאות ווער ווייסט?
וואס איז חשוב א שוהל , אויב עס קומט מיט א אויפבוי פון אנטיסעמיטיזם .
די יו עס סענאטארן בלומענטהאל, וואורען , וועלטש,
און אנדערע פארלאנגען או אינוועסטיגעישן , אין די
תהלוכות פון די ביזנעס און די מהלך פון די בענקראפסי , די רעיטינגס פון די היימען איז א נידעריגע 2.3 ,
מיינט דאס,אז אויף די חשבון פון די פאציענטן און אלטע קראנקע מענטשן פון וועם ער שפאהרט ,און איז מונע צו גיבען פראפער קער , איז ער א בונה שוהלען און שוין א הוגה דעות,
אויף דעם איז, היינו דאמרי אינשי שקילא טיבותך
ושדיא אחיזרא,ואנו תפילה אז ער זאל האבן הצלחה
און טהון מעשים טובים ,אז עס זאל זיין באופן יראו
ישרים וישמחו וכל עולה קפצה פיה .
ס'סאונד ווי עפעס באדערט דיך... כ'ווייס נישט וואס, אבער חילול השם, אויפריכטיגקייט, פראפער קעיר זאלסטו זאגן פאר אלע היימישע יוקאן'ס אויף פוד סטעמפס און מעדיקעיד, דריי נישט קיין קאפ, קאם אן מאך דיך נישט תם'עוואטע, זאג ארויס וואס באדערט דיך עכט​

ביסט דזשעלוס? אדער ליידסטו סתם פון אומפארגינערישקייט, אדער גאר LDS [לאנדא דירעינדזשמענט סינדראם...]
 
פארט ארום אן AI קליפ ווי יואלי לאנדא געבט א פראסק פאר ביבי.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'סאונד ווי עפעס באדערט דיך... כ'ווייס נישט וואס, אבער חילול השם, אויפריכטיגקייט, פראפער קעיר זאלסטו זאגן פאר אלע היימישע יוקאן'ס אויף פוד סטעמפס און מעדיקעיד, דריי נישט קיין קאפ, קאם אן מאך דיך נישט תם'עוואטע, זאג ארויס וואס באדערט דיך עכט​

ביסט דזשעלוס? אדער ליידסטו סתם פון אומפארגינערישקייט, אדער גאר LDS [לאנדא דירעינדזשמענט סינדראם...]
עס באדערט מיך נישט אז מען נעמט סנעפ/פוד סטעמפס, אדער מען דרייווט יוקאנס, ווייל דער נכרי איז זיך אויך אזוי נוהג, עס איז מנהג המדינה און מכת מדינה. אבער למה תתראו איז דא ספעציעל ביי אידן, און אפילו לגבי פוד סטעמפס און סעק 8 איז שוין כמה פעמים געווען ערווענט אין ניו יארק טיימס און אויך אין אנדערע מידיע, אז קרית יואל האט די העכסטע ראטע פון גאווערנמענט הילף פראגראמען, און מען זעהט דארטן נאר הערליכע הייזער און טאקע אויך יוקאנס, איז ממילא יפה דיברת. אבער דאס איז אלעס אויף א לאו לעוועל.

און מען קען עס מצדיק זיין, ווייל עס געפינען זיך דארט מער יונגע מענטשן און קינדער, דעריבער איז דא מער ענטייטעלמענטס און עלידזשיביליטי. אבער ווען מען רעדט פון א בענקראפסי אין די ביליאנען, וואו יו.עס. סענאטארן זענען מעורר אויף אינוועסטיגעישנס וועגן די קריוודע פון פארמיידן די תובעים פאר ראונגפול דעטס, צו באקריגן וואס קומט זיך מעגליך פאר זיי, און דערווייל מענעדזשט מען נאך צו האלטן אזא נידעריגע רעיטינג ווי 2.3, וואס ווייזט לכאורה אויף א נעגיליגענץ אין די קעהר וואס מ'גיט פאר די פאציענטן, און יש דברים בגו, איז דא זיכער א פלאץ צו חושש זיין אויף אנטיסעמיטיזם וואס קען מזיק זיין לדורות.

דו ווייסט אז נישט? ה' ישמרנו.

דער בוך "מיין קאמפף" וואס איז פול מיט שקרים, איז אבער געבוירן געווארן פון עוולות וואס האט זיך אנגעזאמלט יארן לאנג. האב איך מעורר געווען מיט דרך ארץ ווי עס פאסט – דער נגיד איז א בר שכל ונבון, און ער וועט פארשטיין וואס מען דארף טון אז עס זאל נישט בלייבן א שלעכטע טעם פאר די תובעים.

געלויבט צו גאט איך בין נישט דזשעלעס, און איך וואלט נישט געטוישט מיט עניוואן. ברוך ה' יום יום.
 
מיט די עקסטאז ארום די פעולות און שמועות וועגן
דעם נגיד יואל לאנדא , איז כדאי צו דערמאנען און
צו לייגן א מאס פון זהירות , אז די גישעפטן און די
אהגייענדע קאורט ארום די בענקראפסי פיילינג,איז
מעורר ספיקות אין די אויפריכטיקייט אין ישרות פון
די גישעפטן , ביי יידן דארף מען אלץ חושש זיין אויף די קאנסעקווענצן לדורות , צו א ווילדע אדער בייזע האנדלונג מיט די וואס קומען אין זיין באציהונג וועט נישט גורם זיין חילול השם אדער גובר זיין שנאת האומות ( אנטיסעמיטיזם ) ,
און מיט בויען גרויסע שוהלען און כלמר׳שט זיך אהנעמען פאר כבוד פון סאטמאר ווערן די פראבלעמען נישט פארווישט און עס איז יצא שכרו בהפסדו , און נאכמער עס איז קרוב להפסד, אויב מען האנדלט אויף אן אופן, וואס דער גוי קען אהנווייזען אז דער ייד האט מיך ב׳עוולה׳ט,און ער האט מיך מיט זיין פיקחות און ערמה, אויס געשפילט, אז איך האב נישט באקומען וואס עס קומט זיך מיר על פי חוק און מענטשליכקייט.
מען מוז האבן זהירות,פון זיך גרויסען מיט אזעלכע
און זיי ארויס הייבן אלץ היראוס .
דער נגיד האט גיפייעלט בענקראפסי אויף האומס
פון זיין קאמפאני דשענעסיס , 175 האומס אויסגעשפרייט איבער 18 סטעיטס אין די יו עס ,
עס איז נישט סתם וועגן נארמאלע חובות אליין,
נאר ער האט אהנגיזאמעלט לאוסוטס פאר טויט פעלער,ווי די משפחות באשולדיגען די הנהלה פון די
היימען אין פארנאכלעסיגקייט, וואס האט גורם גיוועהן די פטירה ,
עס זענען גיוועהן אזוי פיעל קעיסעס אז די לויערס צו פייטען די לאוסוטס,האט גיקאסט 8 מיליאן דולר חודש׳ליך ,
און מיט די בענקראפסי וויל ער אפווישען די אלע תביעות פון פריוואטע מענטשן וואס האבן פילייכט ריכטיגע טענות , איז דען דאס יושר? וועט דען א סוקסעס אין די קאורט נישט איבערלאזן א חילול השם ווי אזוי א ייד פיהרט זיך אויף מפצה צו זיין א ניזוק און א משפחה וואס האט א תביעה? וועט עס דען נישט אריינקריצען א שנאת ישראל וואס וועט איבער גיין מדור לדור מיט תוצאות ווער ווייסט?
וואס איז חשוב א שוהל , אויב עס קומט מיט א אויפבוי פון אנטיסעמיטיזם .
די יו עס סענאטארן בלומענטהאל, וואורען , וועלטש,
און אנדערע פארלאנגען או אינוועסטיגעישן , אין די
תהלוכות פון די ביזנעס און די מהלך פון די בענקראפסי , די רעיטינגס פון די היימען איז א נידעריגע 2.3 ,
מיינט דאס,אז אויף די חשבון פון די פאציענטן און אלטע קראנקע מענטשן פון וועם ער שפאהרט ,און איז מונע צו גיבען פראפער קער , איז ער א בונה שוהלען און שוין א הוגה דעות,
אויף דעם איז, היינו דאמרי אינשי שקילא טיבותך
ושדיא אחיזרא,ואנו תפילה אז ער זאל האבן הצלחה
און טהון מעשים טובים ,אז עס זאל זיין באופן יראו
ישרים וישמחו וכל עולה קפצה פיה .
התגרות באמות גייט נאר אן אין דו מיטל מזרח אזוי האט דער רבי זי״ע שוין זיך געפירט
 
התגרות באמות גייט נאר אן אין דו מיטל מזרח אזוי האט דער רבי זי״ע שוין זיך געפירט
עס איז נייעס, נאך דערווייל נישט געהערט דעם אויפטהו,
אבער דער ענין פון נישט נעמען געלט פון די גאווערנמענט צוליב די השפעה פון כח הפועל בנפעל, וואס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר , זעהט אויס אז מען האלט אין סאטמאר אז עס איז נאר נוהג אין ארץ ישראל, נישט אין חוץ לארץ.
 
דער נגיד החשוב אליינס וואס איז געווען פארנומען מיט די רבי פון גור נישט נהנה צו זיין פון די ציוניסטישע אידן , האט ווינציגער קוועלקענישן ווען עס איז נוגע די קעשענע, צו הפקעת הלואה פון א נכרי איז אסור מן התורה אדער נאר א דרבנן, במקום חילול השם.
 
Back
Top