- זיך איינגעשריבן
- אוג. 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 232
- רעאקציע ראטע
- 954
- פונקטן
- 123
איר האלט מיט וואס סאטמאר טוט און מאנרא איר מיינט אז צווינגען אנעקסעשין אדער צווינגען וואסער איז נישט קיין התגרות באומת?????
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
איר האלט מיט וואס סאטמאר טוט און מאנרא איר מיינט אז צווינגען אנעקסעשין אדער צווינגען וואסער איז נישט קיין התגרות באומת?????
די שלש שבועות זענען פון די מצוות התלויות בארץ.עס איז נייעס, נאך דערווייל נישט געהערט דעם אויפטהו,
אבער דער ענין פון נישט נעמען געלט פון די גאווערנמענט צוליב די השפעה פון כח הפועל בנפעל, וואס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר , זעהט אויס אז מען האלט אין סאטמאר אז עס איז נאר נוהג אין ארץ ישראל, נישט אין חוץ לארץ.
איר האלט מיט וואס סאטמאר טוט און מאנרא איר מיינט אז צווינגען אנעקסעשין אדער צווינגען וואסער איז נישט קיין התגרות באומת?????
כפי מיטב ידיעתי, האט מען געקויפט א ווערטלאזע שטיק קרקע פארשטעקט אין די היקס, און פלוצלונג האט ני"ס מחליט געווען צו בויען די פאליסעידס, און די פרייז האט עקספלאדירט, און מיט דעם האט מען געבארגט די געלט וכו' וכו'.אגב. די סקווירא שטעטל אין ראקלענד קאנטי וואס איז היינט ווערט ביליאנען האט מען אויך געקויפט מיט א בענקראפסי שווינדל.
מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה, וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ".
(אנטשולדיג פארן פארדרייען די שמועס)
לפי השמועה האט מען די טאהש'ע שטעטל אין קאנאדע אויך געקריגן מיט בענקראפסי, און אויך קהל מונקאטש אין ב"פ האט ערלעדיגט מיט בענקראפסי נישט צו צוריקצאלן זייער גניבה געלט. מה שהיה הוא שיהיה. דזשענעראל מאוטארס האט אויך געפיילט בענקראפסי אין 2009 כדי זיך צוריק צו ארגאניזירן. דאס איז אן אנגענומענע וועג אין ביזנעס און בכלל נישט קיין שאנדע פלעק און נישט קיין חילול השם.אגב. די סקווירא שטעטל אין ראקלענד קאנטי וואס איז היינט ווערט ביליאנען האט מען אויך געקויפט מיט א בענקראפסי שווינדל.
מַה שֶּׁהָיָה הוּא שֶׁיִּהְיֶה, וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ".
(אנטשולדיג פארן פארדרייען די שמועס)
איר קענט טאקע נישט דו ביזנעס אויב מען שטעלט צו בעסער באקומט מען מיר קוסטעמערס בדרך כלל אבער אויב מען גייט און א פארשטופטע געגענט דעמאלסט איז דער פראבלעם און דאס איז ג׳ענסיס פראבלעם און יואלי לאנדוי האט דאס געוויסט ווען ער האט דאס געוויסט פארדעם שניידט מען סערוויסאיך ווייס נישט צו איך זאל גלויבן די באשולדינגן קעגן מר לאנדא, אלזא מיש איך מיר נישט אריין אין די חלק פון די נושא.
אבער דער גאנצע ענין פון די נערסינג האום ביזנעס איז מיר זייער פרעמד. א מענטש מוז ארבעטן, זיין אן עוסק בישובו של עולם און עפעס צוגעבן פאר דער וועלט. ווען א מענטש פראדוצירט עפעס, פילט ער גוט ביי זיך, און די געלט שפירט זיך ביי אים פארדינטע געלט. די נערסינג האום ביזנעס האט גארנישט מיט פראדוצירן עפעס און פארקויפן פאר דער וואס דארף עס פאר א ריוח. עס איז א קונץ ארבעט, געמאכט געווארן פאר אידישע קעפ, וואס האט גארנישט מיט העלפן מענטשן צו די מענטשהייט. א שענערע, בעסערע, באקוועמער, נערסינג האום האט נישט מער קאסטומערס.
איך פארשטיי גוט די תאווה צו האבן א סאך געלט, אבער לא זו הדרך ולא זו העיר. לגבי אונזער לעבן, השקפה, און חינוך, דארף מען זיך היטן פון מחשיב זיין די סארט לעבענסשטייגער.
ס'קוקט מיר אויס אז דיין פראבלעם איז נישט די קארופציע וואס ער האט געטון, ווייל צענדליגער ביזנעסער טוהען דאס טאג טעגליך, נאר וואס דען, יואלי לאנדא איז דיין פראבלעם, נו, איז ארבעט אויף אהבת ישראל....לפי השמועה האט מען די טאהש'ע שטעטל אין קאנאדע אויך געקריגן מיט בענקראפסי, און אויך קהל מונקאטש אין ב"פ האט ערלעדיגט מיט בענקראפסי נישט צו צוריקצאלן זייער גניבה געלט. מה שהיה הוא שיהיה. דזשענעראל מאוטארס האט אויך געפיילט בענקראפסי אין 2009 כדי זיך צוריק צו ארגאניזירן. דאס איז אן אנגענומענע וועג אין ביזנעס און בכלל נישט קיין שאנדע פלעק און נישט קיין חילול השם.
במה דברים אמורים, ווען עס האבן זיך אנגעזאמעלט חובות און מען קען נישט אנדערש פטור ווערן פון זיי. אויף אזעלכע פעלער איז דא דער סיסטעם פון טשאפטער 11. די בעלי חובות אליינס, ווען זיי אישוען קרעדיט, איז עס אדעתא דהכי אז עס קען פאסירן אז מען וועט נישט ווערן באצאלט.
ביי די דזשענעסיס בענקראפסי (לאנדא) זענען דא תובעים וועגן מעלפרעקטיס פון פאציענטן, ווי די פאמיליעס פארלאנגען געלט ווייל די סערוויס איז געמיין און נישט צופרידנשטעלנד (די האומס האבן טאקע א לאו רעיטינג) און אין רעזולטאט האט דאס מקרב געווען זייער מיתה. די דאזיגע לאוסוטס האט אויפגעגעסן 8 מיליאן דאלאר חודש'ליך. איז דאך דא חזקה, אין אדם תובע אלא אם כן יש לו עליו, איז דאך דא עפעס א ממשות אין די תביעות פון די פריוואטע משפחות פון די פאציענטן שנעדרו, און ווען מען פרובירט אפצואווישן די אלע תביעות מיט א בענקראפסי, איז דא א חשש פון חילול השם.
(די יו-עס סענאטארן פארלאנגען אן אינוועסטיגעישן, איז דאך דא עפעס א ריח פון פראבלעמען).
מען דארף ארויסזאגן, נישט א חשש נאר א ודאי, ווי מען זאגט, אז דער איד וואס באקריגט געלט טבין ותיקילין פאר יעדן פאציענט, און דער אידישער באלעבאס ווירטשאפט אזוי אז ער גיט נאר א מינימום סערוויס, ווייל ער דרייט אריין רוב געלט אין זיינע זייטיגע געשעפטן, און פאר די פאציענטן און זייערע באדערפענישן לאזט מען איבער אזוי ווינציג, אז דער רעיטינג ווערט נידעריג, און די פאציענטן שטארבן פריער, און ווען מען איז תובע אין קאורט, דערקלערט מען בענקראפסי.
איז דאס די אידישע כבוד? ניין, דאס איז חילול שם שמים.
דארף מען מתפלל זיין אז די הנאה זאל זיין לאורך ימים, און עס זאל זיך נישט אויסלאזען מיט חילול שם שמים פון די אינוועטיגעישענס וואס קענען נאכפאלגן, די היסטוריה פון די הויעך שטאפלערס איז נישט אזוי פויגעלדיג, שאל זקניך ויאמרו לך.וויאזוי האט יענער געזאגט,
קיינער איז נישט דזשעלאס אויף יואלי לאנדא ווייל למעשה האט מען הנאה פון אים.
ווייסט ווער האלט עס נישט אויס? די עשירים. זיי שטוינען וויאזוי ער איז אזוי פארגעטערט געווארן ווען די אלט געזעסענע עשירים טיילן שוין יארן און קיינער רעדט נישט פון זיי.
מוז זיין ענק זענען עשירים לאל
נישט צענדליגער ביזנעס - אלע ביזנעס טוען קארופטירטע זאכן, ויד חרוצים תעשיר - מיינט דאס כפשוטו. ביי דעם פאל איז עס אבער א איד מיט אלטע קראנקע פערזאנען, און די מידיע איז חשוד עס אויפצושפילן שלא לטובתינו, מען קען עס נישט אוועקמאכן במחי יד, די פאטענשל פון עלילת דם אין די איצטיגע צייטן איז נאטינג טו לעף עבאוט, איף יו געט מיי דריפט.ס'קוקט מיר אויס אז דיין פראבלעם איז נישט די קארופציע וואס ער האט געטון, ווייל צענדליגער ביזנעסער טוהען דאס טאג טעגליך, נאר וואס דען, יואלי לאנדא איז דיין פראבלעם, נו, איז ארבעט אויף אהבת ישראל....
אן אריינגיין אין דעם בעל האשכול זעלבסט, ווייל וואס ער טוט אין די פאל פון די סענאט אויספארשונג איז נישט די געווענליכע נורסינג האום אפעראציע.איך ווייס נישט צו איך זאל גלויבן די באשולדינגן קעגן מר לאנדא, אלזא מיש איך מיר נישט אריין אין די חלק פון די נושא.
אבער דער גאנצע ענין פון די נערסינג האום ביזנעס איז מיר זייער פרעמד. א מענטש מוז ארבעטן, זיין אן עוסק בישובו של עולם און עפעס צוגעבן פאר דער וועלט. ווען א מענטש פראדוצירט עפעס, פילט ער גוט ביי זיך, און די געלט שפירט זיך ביי אים פארדינטע געלט. די נערסינג האום ביזנעס האט גארנישט מיט פראדוצירן עפעס און פארקויפן פאר דער וואס דארף עס פאר א ריוח. עס איז א קונץ ארבעט, געמאכט געווארן פאר אידישע קעפ, וואס האט גארנישט מיט העלפן מענטשן צו די מענטשהייט. א שענערע, בעסערע, באקוועמער, נערסינג האום האט נישט מער קאסטומערס.
איך פארשטיי גוט די תאווה צו האבן א סאך געלט, אבער לא זו הדרך ולא זו העיר. לגבי אונזער לעבן, השקפה, און חינוך, דארף מען זיך היטן פון מחשיב זיין די סארט לעבענסשטייגער.
נאך א מזל...איך פארגין אים מיטן גאנצן הארץ און איך האף אז ער ווערט נאר רייכער און רייכער.
יעדער האט זיין עקספיריענס.איך בין נישט אין די אינדוסטרי בכלל, און אלעס וואס איך ווייס איז פון זיצן ביי די מענטשן (פאר פריוואטע סיבות), הערן זייערע שמועסן, זייערע דאגות און פלענער, און פונקט פארקערט, עס איז בהחלט יא עוסק בישובו של עולם.
וואס איז דאס?דערנאך מאכט מען זיכער צו זיין דער אינוועסטאר אין אלע אנסליארי סערוויסעס
זעהט אויס אז די עשירות און שפע ביי די האומסAncillary services
דאס מיינט די אלע ארומיגע זאכן וואס דער האום שטעלט צו. למשל, די פרויען אין א האום דארפן דאך א העירדרעססער וואס זאל זיי מאכן די האר. זיי קענן אבער נישט גייען. מאכט אפ די נוירסינג האום מיט א קאמפאני אז זיי זאלן קומן איין מאן אדער צוויי מאל א וואך צו מאכן די האר פון די באבעס דארט. דער רעגירונג, מעדיקעיד, אדער אינשוראנס, צאלן פאר דעם.
איך קען א דענטיסט וואס איז געווארן אן עושר דערפון, ביז דער נוירסינג האום אייגענטומער האט געפאדערט א גרעסערע קיקבעק.
אקעי, איך זעה אז מיר ווייסן ביידע די זעלבע...יעדער האט זיין עקספיריענס.
איך וויל נאר וויסן, די חברה מיט וועמן דו האסט גערעדט, זיי זענן געווארן רייך פון די ביזנעס? אדער נאר פארדינט שיין געלט?
ווייל איך האב געהאט צוטון מיט איינער פון די גרויסע גבירים פון דער אינדוסטריע, און ער האט מיר געזאגט אז די ביזנעס איז דורך קויפן די היימן פאר מער געלט, אבער דערנאך מאכט מען זיכער צו זיין דער אינוועסטאר אין אלע אנסליארי סערוויסעס, אזוי מאכט מען געלט אויף שריט און טריט. דער רעגירונג צאלט פאר דער סארט טהעראפי, און זיי מאכן די געלט דערפון. זיי פארקויפן די מעדס פאר זיך אליינס, און בויען פון איין טאש צום צווייטן.
און דער גביר האט געטענהט אז אזוי איז די אינדוסטריע.
איך זאג נישט אז עס איז גניבה, אבער די קונץ איז נישט וויאזוי צופרידן צו שטעלן א מענטש, נאר וויאזוי צו פארדרייען די געזעצן. ווען דאס איז די קונץ, איז דאס נישט ישובו של עולם.