דאס אידטיש שנירל

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,569
רעאקציע ראטע
11,285
פונקטן
1,943
צייט צו עפענען אן עקסטערע שנירל פאר אידטיש.

איינער ווייסט וואס גייט פאר דארט?
1000441234.webp
 
"װי אזױ דער טעמע פונקציאנירט"...??
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער מיינט נישט אייוועלט וואס מיינט ער יא? קרעמל?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער קען נישט פארטראגן מענטשן וואס רעדן קורץ און שפיציג..
 
מען מעג דארט דערמאנען קאווע שטיבל?
1000456597.webp

1000456598.webp


גוט צו וויסן אז זיי ליינען קאווע שטיבל... זיי ווילן נאר האבן צוויי פארומס. איינס א כשר'ע און א צווייטע צו זאגן ביי א געוואגטע (ממש געפערליך געוואגט) ארטיקל אז עס פילט ווי ליינען יענע פסולע פארום.

א דערהער.
 
אינטערעסאנטע שנירל אויף איד טיש

"גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס - אידטיש

מיר האט דאס דערמאנט פון מושי און מאלי....
אה.. די טיפיקעל אויסגעדראשענע טאלקינג פאונט, אז אויב ס'גלאנצט ביי יענעם מיינט נאך נישט אז אלעס קלאפט דארט..

והא ראיה (y) אז יענע קאפל וואס די ווייב איז געווען הייס אנגעטאן.. האבן זיךג'גט..

אונזערע מחנכים האבן זיך מחיה געווען מיט אזאכע מעשיות

איי ס'דא נאך 100 קאפלס וואס די ווייב איז הייס אנגעטאן פאר די מאן אין זיי ציטיילן זיך נישט? תיקו.
 
אה.. די טיפיקעל אויסגעדראשענע טאלקינג פאונט, אז אויב ס'גלאנצט ביי יענעם מיינט נאך נישט אז אלעס קלאפט דארט..
אויך ווען קאפלס שמעוסן ביי חתונות ביי די מחיצה איז א שטארקע מנהג צי זאגן אז די שלום בית ביי יענעם איז נישט אזוי איי איי איי...
 
אגב,
פלאנען זיי צו פארמעקן יענע אשכול בקרוב,
אדער עכ''פ געוויסע חלקים (געוויסע האבן זיי שוין פארמעקט)

וויבאלד זיי טענה'ן אז אויב די כת האט תשובה געטון, פעלט שוין נישט אויס צו דערמאנען די אלטע חטאים.

כ'האף אז ס'זענען כאטשיג דא אידן וואס פאראייביגן אלעס, אז די היסטאריע זאל מען נישט טוישן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זייער אינטערסאנט.
איך ברענג עס דא אין קעיס זיי מעקן עס:

[quote="שמואל פוקס" post_id=205613 time=1757626309 user_id=952]
כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.

לדבריו, איז דער גאנצער "בית המדרש לרבנים" אין בערלין, געווען מיט איין מטרה, אריינצואווארפן זיופים אין ספרים, און אזוי אפפירן דעם גאנצן חרדי'שן אידנטום און זיי אוועקפירן פון אידישקייט. לדבריו איז פארהאן קלארע הוכחות דערויף, וואס מען קען נישט אפפרעגן.

ער זאגט אויך, אז אין דעם אפעראציע איז געווען אריינגעמישט פיר גרויסע מלוכות, וועלכע האבן פינאנצירט די 'בית המדרש לרבנים', און אלעס מיט איין מטרה, אפצופירן אידישקייט. נאפאליון און די ענגלישע מלכות זענען געווען אריינגעמישט דערין, און דערויף האבן געארבעט פילע מיסיאנערן איבער די וועלט.

בשעתו האט ער מיר געוויזן שטיקלעך, וואס עס איז אוממעגליך אז דאס זאל קומען ממקור קדוש. איין שטיקל אין ספר התניא, צום סוף פון עפעס א פרק, וואס איז ממש קעגן אידישקייט און חסידות, געוויסע הלכות אין טוש"ע און אויך נאך זאכן.

צווישן אנדערע זאגט ער, אז די מורה נבוכים איז לאו-דוקא פונעם רמב"ם, און פון אנהויב איז דאס געווען מיוחס צו אנדערע צדיקים (איך געדענק נישט אזוי קלאר וואס ער האט מיר געזאגט דערוועגן) און בלי ספק אז דארט איז אריינגעמישט כפירה. אויך טענה'ט ער, אז עס איז נישט געווען אזא מענטשן ווי רבי אברהם אבן עזרא, און דער ספר "אבן עזרא" איז א משכילי'שע ספר, וואס די משכילים האבן פאבריצירט א דמות ווי רבי אברהם אבן עזרא, אלעס צו כשר'ן דעם חיבור, ועוד ועוד אזעלכע זאכן.
[/quote]
 
וויינגארטן. ארגינעל הייסט ער יעקב נחום, און אזוי איז ער באקאנט ביים עולם. לעצטנס האט דער חכם רשע געטוישט נעמען, און ער הייסט פסח אבא ירחמיאל.
די וויינגארטן ברידער זענען געווען בראשי ההנהלה (בפרט די לעצטערע יארן, ובפרט יעקב נחום וואס איז א גוטער חבר פונעם חכם רשע), און די הויפט רשעים און שקצים.
 
ער זיצט אין תפיסה אין אמעריקע נאך וועגן די טעללער פארכאפונג און זיין ווייב און קינדער ווי איך פארשטיי זענען שוין ארויס פון גוטאמאלע און געפונען זיך אין אמעריקע.
ער האט ארויסגעגעבן א היתר לעצטענס מ'זאל קענען עסן פארשידענע פיש...די היתר איז מורא'דיג ווי ער האט פלוצלינג געטראפן התירים פאר אפאר פישלעך וואס נאך שווערע ארבעט קען מען שוין היינט עסן אביסל צימאלענע פיש
 
ער זיצט אין תפיסה אין אמעריקע נאך וועגן די טעללער פארכאפונג און זיין ווייב און קינדער ווי איך פארשטיי זענען שוין ארויס פון גוטאמאלע און געפונען זיך אין אמעריקע.
ער האט ארויסגעגעבן א היתר לעצטענס מ'זאל קענען עסן פארשידענע פיש...די היתר איז מורא'דיג ווי ער האט פלוצלינג געטראפן התירים פאר אפאר פישלעך וואס נאך שווערע ארבעט קען מען שוין היינט עסן אביסל צימאלענע פיש
אפשר זאל ידידנו @קץ דוחק דורכגיין און צונעמען די היתר...
 
Back
Top