Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אה.. די טיפיקעל אויסגעדראשענע טאלקינג פאונט, אז אויב ס'גלאנצט ביי יענעם מיינט נאך נישט אז אלעס קלאפט דארט..אינטערעסאנטע שנירל אויף איד טיש
"גירוי" און "אהבה", קיינע קאזינס - אידטיש
מיר האט דאס דערמאנט פון מושי און מאלי....
אויך ווען קאפלס שמעוסן ביי חתונות ביי די מחיצה איז א שטארקע מנהג צי זאגן אז די שלום בית ביי יענעם איז נישט אזוי איי איי איי...אה.. די טיפיקעל אויסגעדראשענע טאלקינג פאונט, אז אויב ס'גלאנצט ביי יענעם מיינט נאך נישט אז אלעס קלאפט דארט..
אגב,
זייער אינטערסאנט.
ווער איז דאס? ס'דארף צו זיין סארקאסטיש?
אפשר זאל ידידנו @קץ דוחק דורכגיין און צונעמען די היתר...ער זיצט אין תפיסה אין אמעריקע נאך וועגן די טעללער פארכאפונג און זיין ווייב און קינדער ווי איך פארשטיי זענען שוין ארויס פון גוטאמאלע און געפונען זיך אין אמעריקע.
ער האט ארויסגעגעבן א היתר לעצטענס מ'זאל קענען עסן פארשידענע פיש...די היתר איז מורא'דיג ווי ער האט פלוצלינג געטראפן התירים פאר אפאר פישלעך וואס נאך שווערע ארבעט קען מען שוין היינט עסן אביסל צימאלענע פיש
שעפטי post_id=207446 time=1758243527 user_id=1552 האט געשריבן:שמעו נא רבותי
כ'וויל עפענען א נקודה למחשבה בכלליות איבער דעם קאנצעפט. נישט ממש נוגע צום שנירל, נאר כ'האב זיך געטראפן טראכטן דערפון אפשר וועט א איד האבן דערפון א ניצן.
מיין טאטע האט אונז געזאגט אלץ קינד אז יעדער מהלך אין אידישקייט איז א וועג צו לעבן מיטן באשעפער.
אין וועלכע וועג דארף א מענטש גיין דארט ווי ער שפירט זיין אמת, וואס שפירט זיך ווי א היים אין זיין הארץ, ווי ער שפירט ער ווערט נענטער.
וואס איז די קובע וואס דיין אמת איז? דארט ווי דו בליהסט און שיינסט!
ווייל וואס געשעהט ווען מ'רעדט זיך איין אז נאר אונז זענען די ערליכע אידן און די אנדערע זענען נישט, דאס קינד וואקסט אויף ער פארט אויפן פליגער און זעהט א מזרחי מיטן כיפה סרוגה בענטשן ברכת המזון מיט א געלאסענקייט און כוונה, מיט ישוב הדעת און דביקות.
פליצלינג ווערט ער אינגאנצען צומישט.
הוא הדין לענייננו
וואס געשעהט ווען מ'רעדט זיך איין אז נאר אונז האבן דעם אמת און אזוי דארף מען זיין, און דאן טרעפט דאס קינד איינער וואס אדרעסירט יא זאכן מיט א קלארקייט און פליצלינג איז דא נאך מהלכים.
אונז דארפן זיך אריינקוקן אין הארץ און זעהן פארוואס אונז רעגן זיך אזוי אויף ווען איינער ברענגט א ראשון. כעס איז אייביג א רגש וואס פארדעקט אויף אן אמת'ן רגש.
אמאל די אויפרעגעניש קומט פון א פחד כאילו לויט יענער בין איך א לאאזער. ווייל מ'מיינט אז נאר איין וועג קען זיין אמת פאר יעדעם.
און יענער קומט פון ווייטאג אז מ'האט אים נישט געזאגט און נישט געלאזט רעדן פון זיין אמת.
ס'איז א טובה אז מ'ווייסט איך גיי מיט מיין דרך נישט ווייל נאר אזוי מוז מען גיין, נאר ווייל אזוי ציהט מיין הארץ און נשמה, ווייל דא לעב איך.
אנשטאט מ'זאל זיך רעגן אז איינער מיינט שלעכטס מיטן ברענגן א ראשון, אפשר געב אים א שאקל מיטן קאפ, יא, גערעכט, ס'איז אויך דא אזא מהלך, געב אים די אנערקענונג אז ער האט אויך אן אמת און געב זיך אליין די אנערקענונג אז דו האסט אויך אן אמת.
אסאך אטד פעלער וואלטן פארמיטן געווארן אזוי. מ'הערט זיי זיך רעגן אויף 'אידישקייט' און די משלים וואס זיי געבן זענען סך הכל מנהגים אדער דאס אויך נישט וואס זענען אינפארסירט געווארן אויף זיי ווי א פאליציי מאן מיטן זעלבן הארבקייט ווי מחלליה מות יומת.
פון די אנדערע זייט פעהלן נישט קיין אידן וואס קאכן אריין אין זוהר, קבלה, חסידות, פרעגסט אים דו ביסט אזוי פארנימען מיט דיינע קבלה עניינים און דו ווייסט דען נישט וואס גדולים האבן געשריבן אויפן זוהר אז ס'איז נישט אינגאנצן פון ר' שמעון. ער שמייכלט צו דיר מיטן פולסטן ראוגקייט און זאגט איך האב אזוי הנאה פון זוהר און פון קאכן אין ר' שמעון! ער דארף נישט מער פון דעם, דא לעב איך אויף - דאס איז מיין פלאץ פון לעבן, דאס איז מיין אמת!
וואס האסטו פון אן אמת וואס מאכט דיר ליגן אין בעט דיפרעסט, אדער אן אמת וואס נעמט צו דיין כוח פון הנאה האבן פונעם לעבן?
תורת אמת איז תורת חיים - ס'לערנט אונז צו גיין מיטן אמת וואס ברענגט מער לעבן.
כי הם חיינו, עץ חיים היא, ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום! זכרנו לחיים!
נ.ב.עיין בליקוטי מוהרן תורה סד אפי' ביי די גאר שטארקע אפיקורסישע קשיות וואס קומען פונעם חלל הפנוי איז אויך דא אן ענין פון שתיקה, כ'האב נישט קיין ענטפער. איי אויב אזוי פארוואס גלייב איך? ווייל יענע קשיות ברענגן א בחינה פון פרעה - אפהאלט פון בליהן און לעבן, און מיין אמונה ברענגט מיר לעבן.