דאס אייוועלט שנירל

מאכט מיר טאקע טראכטן איבער די איראניע אז איין מאל מ'האט חתונה זענען אלע עקספערטן דא צו געבן שלום בית לעסאנס גענומען פון די לעצטע מאדערנע שטודיעס און ריסוירטש, אבער די וועג פון טרעפן די זיווג איז געבליבן שטעקן אין 1850.

אגב, ס'איז די זעלבע מיט פרנסה, א בחור זאל גיין שטודירן וועט בדרך כלל הייסן אן אויסווארף און טרעפן א שוואכערע שידוך (whatever that means), אבער איין מאל מ'איז חתונה געהאט איז דא אלע מינע קורסן און קלאסן צו לערנען א 'פרנסה קלה ונקיה' (און אפילו דא גאר פאפולערע קורסן אויף צו קענען רעדן ענגליש)... א מין געלעכטער...

די איינציגסטע הסבר אויף די היפעקראטיע איז אז איינמאל מ'איז חתונה געהאט ווייסן די רבנים אז זייער זשאב איז פארטיג. ארויסגיין פונעם סיסטעם איז שוין מורא'דיג שווער. איז גיי לערן דיך די לעצטיגע פסיכאלאגישע מהלך אין ליבע און שלום בית, גיי לערן דיך IT אדער אקאונטינג. ס'איז דאך נישט קעגן די תורה צו לערנען א פאך (משא"כ פאר די חתונה איז עס משום איזה סיבה יא קעגן די תורה/מסורה).

גיי פארשטיי
 
אגב, ס'איז די זעלבע מיט פרנסה, א בחור זאל גיין שטודירן וועט בדרך כלל הייסן אן אויסווארף און טרעפן א שוואכערע שידוך
שוואך רעלעווענט צו וועם? ער טרעפט געווענדלעך אויך אביסל מער א אויפגעקלערטע.
 
שוואך רעלעווענט צו וועם? ער טרעפט געווענדלעך אויך אביסל מער א אויפגעקלערטע.
איך האב צוגעלייגט ' whatever that means'.
מיינענדיג צו זאגן שוואך רעלאטיוו צו וויאזוי מענטשן אינעם סיסטעם קוקן עס אן.
 
איך ברענג דא א סקרין שאט פון אייוועלט
(געשריבן דורך לעיזער קרויס פון קול מבשר)
באמת באלאנגט עס אין א אנדערע שנירל, אבער איך האב נישט געטראפן יעצט וועלכע לייג איך עס דאView attachment 1641
סארקאסטיש, אבער אמת ליידער
 
לעצט רעדאגירט:
יאפ, ס'איז אביסל שרעקעדיג צו ליינען וואס דארטן גייט פאר, און נאך מער איז צו נעמען דעם דמיון ווייטער צו די אלע וועלכע פארציילן נישט...

איינער רופט זיך דארט אן אינמיטן אז מ'זאל זיך (ח"ו) נישט איינרעדן אז מיט א סיסטעם פון דעיטן איז מען מער צופרידן.

יעצט איך האב נישט קיין נומערן און סטאטיסטיקס צו די הענט, איך גלייב אבער אז דאס איז נישט אמת, איך בין יא איבערצייגט דערווייל אז דעיטן ברענגט מער צופרידענהייט על הכלל, נאך וואס מ'קען אליין בוחר זיין וואס און וועמען מ'וויל און נארמאלערהייט איז מען שוין אויך אביסל עלטער אין אזא סיסטעם וואס מאכט עס מער ערוואקסן.

וואס יא, איך גלייב אז ארויסגעפאלענע פון א דעיטינג סיסטעם איז אויך גרעסער, סיי די וועכע טרעפן זיך נישט זייער מעטש לכתחילה, סיי די וועלכע גט'ן זיך שנעלער אין אזעלכע סאסייעטיס, בנוסף צו די פראצענט וואס מאכט זיך אייביג אז מען איז סתם נישט צופרידן.

סא, מיין שאלה איז, פון א ריין יוטיליטעריען קוקווינקל (- אז מ'זוכט צו מאכן די מערסטע צאל מענטשן די מערסטע צופרידן שייך), איז עס טאקע מוכרח אז די דעיטן סיסטעם איז בעסער? אדער איז יא דא א צד צו טענה'ן אז מיט די חסיד'ישע מהלך פון זיך טרעפן איין מאל - אינגערהייט - זענען למעשה מער מענטשן better off? ווייל ווי נישט ווי צו ערשט באקומט יעדע א שאנס/ווייב, נאכדעם זענען דאך דא א גרויסע פראצענט וואס זענען יא צופרידן און אלעס פארט א מחי', און אפי' ווען עס גייט נישט גוט און לאמיר זאגן מ'האט נישט די פרייהייט זיך סתם אפצו'גט'ן דארף מען אבער נאכאלץ אראפרעכענען די ליידן פון יא זיין גע'גט וואס איז אויך ווייט פון בא'טעם'ט ביינונז.
 
מען זוכט וועלכע וועג וועט בעסער ארבייטן און מען ברענגט נאך ראיות פון אליעזר עבד אברהם אלס שדכן,
איך מיין פון דארט איז טאקע גאר א גוטע פלאץ צו אנהייבן,

ווי אזוי האבן זיך אלע אנשים מסדר געווען פאר אליעזר השדכן איז אפירגעקומען?
אברהם אבינו זעהט מען א גאנצע פרשה, הגר אריין און דאן ארויס, און דערנאך קטורה (גאר הגר...)
און אזוי ווייטער, יעקב טוט זיך כל מיני תיקונים ורזים דעוד לא (הגיע העת) לגליא,
שבטי י-ה שטעלן אוועק בתים נאמנים, דער עולם איז זיך פיין מסדר...

וואס'זשע דען איז דער שדכן געוועהן ביי יצחק ורבקה? עס איז פשוט געוועהן א טעכנישע פראבלעם, ווי רש״י הק' זאגט שוין, יצחק אבינו האט דאך א דין ווי א תמיד ממילא אסור לצאת לחוץ, בנות כנען איז קיין אפשען, ממילא דארפען מען אויפקומען מיט א נייע יצירה "שדכן" און ער דארף שווערן און ווערן א שליח כמהשלח ממש...

איך פרעג כסדר דעי אלע אנשים וואס ווערן מבולבל ווי אזוי זיך אומטין ארום דעם גאנצע "פרשה", וואס וואלסטו געטון אז איר זענט דעם אדם הראשון מיט אפאר הונדערט חוה'ס, ווי אזוי וואלט איר אויסגעוועלט דיינס?
דאס איז א נאטירליכע זאך צו טרעפן דעם אייגענעם ווייב, אפילו דער פייגל און קאץ זענען זיך מסדר, קענסטו זיך נישט מסדר זיין? ווארף אוועק אלע דיינע הקדמות וואס דו האסט פון בעפאר, גיי צו מיט א פשטות, א נאטירליכקייט, מיט דיין געפיל פונעם גוף און נפש, וועסטו טרעפן וואס דו זוכסט.

דארפסט נישט קיינעם האבן פאר דעם, עס איז דיינס, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס קוקט אויס צו וויסן צו עס טרעפן פאר דיר, נאר דו ווייסט!
 
דוד ליכטענשטיין (העדליינס הלכה) ציטירט כסדר א מעשה פון ר' אלי' ברוך פינקל וואס אלס בחור ווען ער האט גע'דעיט א מיידל איז ער אריין צו רב שך און גע'טענה'ט אז ער איז נישט attracted צו איר, האט רב שך געזאגט אז ביי יצחק זעט מען אין די תורה אז עס איז געווען "ויבאה יצחק האהלה שרה אמו" און נאר נאכדעם "ויאהבה".
האט ער געענטפערט, ווער זאגט טאקע איך וויל זיין ווי יצחק?! אפשר וויל איך זיין ווי יעקב וואס ביי אים שטייט אז ער האט געארבייט 7 יאר צו קענען חתונה האבן מיט רחל - ווייל ער האט איר ליב געהאט...
 
עפעס פאליטיק איז דא דארט איבער קאסא גראנדא אריזאנע, עפענט זיך כסדר פרישע אשכולות און מ'פארשפארט.

איינער האט פרטים?
 
די מעלה אדער בעסער געזאגט די פארדינער פון אונזער שידוכים סיסטעם, זענען די low effort low value מענטשן, איך האב ליב איעדע איד סאררי פארן זיי אנרופן אזוי, אבער אין איעדע קאמיוניטי איז דא א טייל מענטשן וואס זענען נישט גרייט צי ארבעטען אויף זיך אויף קיין שום וועג מיט זאכען וואס זאל אטרעקטירן דעם פארקערטן מין, דהיינו ער איז גראב, האט נישט קיין פרנסה, שוואכע סאושעל סקילס און שלעכטע מידות, אין די דעיטינג וועלט האט אזא מענטש 0 טשאנס צי טרעפן זיין באשערטן, אבער ביי אונז ערלעדיגט מען זיי א שידוך.

דאס אז ביי די דעיטינג געמיינדעס איז דא מער גיטין מיינט נישט אז ביי אונז האבען א גרעסערע פראצענט גוטע שלום בית, ס׳ווייזט נאר אויף איין זאך, אז ביי זיי ווען ס׳נישטא קיין שלום בית גט מען זיך שנעלער ווי ביי אונז.

די פארלירערס און די גרעסטע פראבלעים מיטן שידוך סיסטעם איז ״אריינפאלן״ צימאל ביודעים, די עלטערען וועלן נעמען פאר זייער קינד א שוואכע שידוך צוליב זייטיגע נגיעות, ווי למשל יחוס אדער געלד.
אבער מער אפט בלא יודעים, מען שדכנ׳ט איינער וואס זעהט אויס גוט, אבער פון צוויי שעה מיט איינעם ווייסט מען נאך גארנישט איבער יענעם, און הערשט נאך די חתונה קומט ארויס יענעמ׳ס מושחתות, נארסעסיזעם אדער גייסטישע פראבלעמען, וואס אויב וואלט מען יענעם געדעיט פאר א יאר וואלט עס שוין ארויסגעקומען אין א געוויסע געלעגענהייט.
 
האבעך הנאה איינער רעדט צום זאך:

כאטשע דער איד רעדט דברים של טעם, משפיע מקבל, נותן ונוטל, אלעס פיין,,, אבער ער רעגט מיך זייער אויף, און דאס איז א חלק פונעם פראבלעם,
אז די נושא פון חתונה האבען איז עפעס א מיסטריעזע אופן פון עבודת המדות און עבודת השם, ליבשאפט איז נישט לאוו,,,
נאר (דא פארקנייטשט מען דעם פנים מיט די הענט) אהבה עפעס אזא בחינה,,
דאכט זיך אז חתונה האבען איז א חלק פון בריאת העולם, מען דארף דאס אויסלערנען נישט מיט קיין בחינות נאר רעדן אידיש,,,
שטעל דיר פאר מען גייט איינעם אויסלערנען צו עסען, און מען גייט אנהייבען צו רעדן דעם שפראך, ווען די ביזט הונגעריג ביזטו א בחינה מקבל זאלסט זיין א נותן וכדומ',,, העלאו,,,, לערן מיך אויס צו עסן נארמאל, מיט אפעטיט, זויבער, איך זאל ווערן פרייליך דערפון און זאט, און יא טוה עס על פי תורה, מאך א ברכה, דאנק דעם אייבירשטען פאר די הנאה,
נאכדעם וועסטו רעדן פון העלאת ניצוצות, מיט נותן און מקבל,,,
מען מאכט מעשיגע מיט רוחניותדיגע מושגים, דאס שאפט א ווייטקייט צו די גאנצע נושא,,
יא @ חכם מה הוא אומר קומט אריין ברוטאל קלאר ווי אזוי עס איז ביי יעדעם ....ביז מען נעמט עס אין די הענט אריין,
איך האב שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער קע''ה, איך זעה עס ביי מיר און ביי מיינע קינדער, דער אופן פון טוהן שידוכים איז כרחוק מזרח ממערב ווי מען דארף אנקומען אין חיי נישואין,,,,,,
אבער סאיז נישטא קיין ברירה,,,,,,
די ארבייט איז נאך די חתונה זיך ארויפצושארבען די ארבעל,,,, עוד חזון,,,,, גיט שבת

אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר - בלאט 506 - אידישע וועלט פארומס
 
וואס פאר א עד רעדט מען דארטן?
 
Back
Top