- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,169
- רעאקציע ראטע
- 5,013
- פונקטן
- 943
די השומרים גליון האט די וואך אדרעסירט דעם אשכול (זעה בייגעלייגט).
זיי פאנגען אן מיט א מורא'דיגע דערהער, די משכילים פלעגן נישט סתם חוזק מאכן פון תורה ומצוות, קודם האבן זיי חוזק געמאכט פון גדרים וסייגים, פרעגנדיג 'וואו שטייט אז מ'טאר נישט טון דאס און דאס', נאכדעם פון מנהגים, און ערשט נאכדעם פון תורה ומצוות.
ביי די צוהערער וואס זענען שוין געווארן נשפע פון די חוזק אויף גדרים וסייגים, זענען שוין געווארן נשפע אויך ווען מ'האט חוזק געמאכט פון די תורה.
אנשטאט'ס ציען די ריכטיגע מסקנא, אז מ'דארף קלארשטעלן פאר די קינדער, די חילוקים צווישן מנהגים און הלכות, דרבנן און דאורייתא וכדו' (א מערכה וואס - דאכט זיך - אין ק"ש איז מען געווען שטארק ביזי), קומען זיי אן צו אינגאנצן אן אנדער מסקנא, אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון קיין שום גדר וסייג, וואס פאלט נאר איין פאר סיי וועם, ווייל אויב יא, וועט מען נאך צוקומען צו חוזק מאכן פון דאורייתא'ס...
ככל הנראה, האבן זיי באקומען שטארקע היעט פון זייער אייגענע ציבור, פאר די שגעון פון צאמשטעלן טעקסט מיט אינטערנעט. אז דו שרייסט אזוי אויף טעקסט, וואס יעדער ווייסט וואס ס'איז, אפשר וועט מען צוקומען צו קלערן, אז אינטערנעט איז אויך נישט אזוי געפערליך, נאר אביסל ערגער פון טעקסט.
אויף דעם ארויף האבן זיי מאריך געווען אין זייער ארטיקל, אז נישט קיין חילוק וואס, פון א גדר טאר מען נישט חוזק מאכן, אפילו ווען איך וועל שרייען אז טעקסט איז כמעט אזוי געפערליך ווי אינטערנעט, א סטעיטמענט וואס מאכט לאכן די פרומסטע אינגעלייט, ווייל אויב דו וועסט חוזק מאכן פון דעם, וועלן אנדערע ווערן שוואך אין די מערכה אקעגן אינטערנעט... חד גדיא, חד גדיא. קלאר?
און אלס דוגמא פאר די שוידערליכע חורבנות וואס טעקסט ברענגט אן, ברענגען זיי דעם א"ד אשכול (האבנדיג אינזין זייער פריערדיגע מערכה אקעגן אייוועלט):