דאס אייוועלט שנירל

אלי ציון על עוללי' וטפי' - טראגעדיע אין ירושלימ'ער פלעיגרופ - בלאט 18 - אידישע וועלט פארומס

דערמאנט מיך פון די מעשה פון יענעם וואס האט געזוכט א רמז מן השמים פאר די פויגל וואס איז אים אריינגעפלויגן, ביז די רב האט אים אויפגעקלערט אז ער דארף דשאסט האלטן זיין פענסטער פארמאכט.

שטייט איינער און קראצט זיך די שטערן 'הלמאי לעצטנס איז דא צופיל טויט פעלער 'פונקט' ביי מחאות און 'פונקט' מיט בחורים. די איינציגסטע סיבה וואס ער האט געקענט אנלייגן איז בלויז צוליב 'ניבול פה'....

האו אבאוט, אז דו בלאקירסט הייוועיס און טעראריזירסט דרייווערס, וועט איין פארשוין ארויסגיין פון די כלים? סימפל עז איט איז.
 
אדער מעגליך מען שטארבט ווייל מען קריכט אויף א קרעין 300 פיס העכער די ערד??🤔🤔🤔🤔

נישט בייגעפאלן הא??🤔🤔 מיר אויך נישט...🤨🤨
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Screenshot_20260119-232857 (1).webp
 
איך קוק עס זייער ארויף, ער האלט זיך שטארק פאר זיינע ווירדען

איך האב ליידער נישט די כוחות...
קום נישט צו מיר יעצט זינגען "יא די האסט די כוחות"....
וועלכע ווירדען?
זאגן פאר יעדעם אז איך בין פרומער פון ענק?
 
קוקט אויס ווי די אנדערע זאכן שטימסטו יא צו...
איך קען אים פון ביהמ"ד איך האב אים קיינמאל נישט פארהערט זיינע שיטות און איך ליין אים דא און דארט אויף אייוועלט אבער נישט גענוג צו קענען באשטעטיגן אדער אפלייקענען די אלע זאכן
 
נישט אמת..

קודם האט ער עס געמיינט ערנסט, שפעטער ווען דער עולם האט נישט מיטגעטאנצען האט ער ארויסגענומען די סארקאזם קארטל.

ער כאפט די ליינער אלס עמוק, נוצענדיג גוטע לשונות מיט א גוטע גרעמער, אבער ער איז בכלל נישט קיין גאון. ליבערשט א גוטן דרייקאפ מיט די טאלאנט זיך ארויסצודרייען פון ווערן געקארנערט, ער קען טאנצן הקפות פון א 50 בלעטער רייד, אן דעם וואס דו זאלסט זיך קענען ארויסברענגן.
נישטא קיין שאנס אז ער האט עס געמיינט ערנסט.
 
ער לעבט אין א באקס, אבער איז גאאאאאר ווייט פון א נאר. ער איז שרעקליך בוק סמארט, האט הייפאטעטיקל סאלושנס פאר כמעט יעדע מציאות און פראבלעם, וואס זענען בעצם גאר גוט ביי דע בוק, אבער ער איז דיסקאנעקטעד פון מציאות, און האט א מעגא חסרון אז ער אנערקענט נישט אז יעדער ברי' האט א אנדערע מהלך המחשבה, און ווילאנג מ'מאכט נישט זיכער אז ס'פיט מיטן גאנצן יקום איז די סאלושן ווערטלאז. ער איז נאך ברוגז אז די חכמי הדור פארשטייען נישט אז ס'איז א פראבלעם, בעת ער כאפט נישט אז זיי פארשטייען שוין איין מאל, נאר פארשטייען אויך אז זיין סאלושן ארבעט נישט במציאות... (געווען אסאך גאר קלוגע מענטשן וועלכע האבן געליטן אויף דעם, זיי האבן געוואלט / געפלאנט צו אויפטוהן א וועלט, אבער האבן געפעילט מיזערעבלי זייענדיג סטאק אין זייער באקס און נישט געכאפט אז עם עקש תתפתל. כגיי נישט זאגן קיין נעמען ווייל מ'העט נאך מרנן זיין אז כ'רעד אויף חכימא דיהודאי'ס...)

און יא, דאס איז בנוסף וואס ער האקט און שעלט אן קיין בושה אז ער קען נישט בעיסיק מציאות'ן פון די פעקטס אן די גראונד. ווען דו פרעגסט אים איבער ווערט ער אפענסיוו אז מ'לייקנט אין עקרי אמונה.

הפנים, גאט האט גענוג פארזיכערט אז זיין וועלטל בלייבט מעסד אפ, אויב שיקט ער יא א פאליציאנט, מאכט ער אים מחוסר ידיעה פשוטה, און שוין. עולם כמנהגו נוהג.
🎯
עקזעקטלי אזוי
 
ליינענדיג אייוועלט, בין איך אנגעקומען צו דעם אשכול. דאס ווייזט די קינדערישקייט פון נייע ניקס וואס זוכן נאר צו ווערן פאפולער דורכ'ן אפענטפערן יענעם. א שרייבער וועם איך פאלוי שוין לאנג - פון די בעסטע אויף אייוועלט, שרייבט עפעס. קומט א נייע ניק, קוים איינגעשריבן, און האקט און פארפירט ווייל פארוואס נישט.

איך מיין נישט דווקא אים יעצט, איך רעד פון אייוועלט אין דזשענערעל

דער פאלנדער מאן - אידישע וועלט פארומס
 
ליינענדיג אייוועלט, בין איך אנגעקומען צו דעם אשכול. דאס ווייזט די קינדערישקייט פון נייע ניקס וואס זוכן נאר צו ווערן פאפולער דורכ'ן אפענטפערן יענעם. א שרייבער וועם איך פאלוי שוין לאנג - פון די בעסטע אויף אייוועלט, שרייבט עפעס. קומט א נייע ניק, קוים איינגעשריבן, און האקט און פארפירט ווייל פארוואס נישט.

איך מיין נישט דווקא אים יעצט, איך רעד פון אייוועלט אין דזשענערעל

דער פאלנדער מאן - אידישע וועלט פארומס
יענער איז טאקע אן אורח, אבער איך זעה נישט פארוואס דער שרייבער האט זיך אזוי אויפגערעגט.

איי געס ער פירט שוין א מערכה פון לאנג..
 
Back
Top