דאס אייוועלט שנירל

איינער האט דעי פעידש? כ'קען עס שוין נישט זעהן
 
גארנישט פארפאסט.

א קנאי האט געהאט א מחאה ערעקשן... זיך געפילט גילטי אז ער האט זיך ליידער געפרייט מיט דעם אבנארמאלען סוקסעס פון מ"י, זיין יצר הרע מאכט ער זאל ריפרעשן אייוועלט יעדע 10 סקונדעס צו זעהן וועלכע נאך הויכראנגיגע טערעריסט מ"י האט יעצט אראפגעקניידעלט, האט ער געפענט א מחאה אשכול ס'זאל זיין א כפרה אויף זיינע אפיקורסישע מחשבות.

אין חדש תחת השמש.
 
גראדע פארשטיי איך נישט די אלע וואס פארפירן דארט וועגן זיך פרייען מיט ציוניזם

איך בין אויך א סאטמארער און איך זעה נישט פארוואס מען זאל נישט קענען מיטהאלטן די גאנצע מלחמה אפילו אן זיך פרייען מיט די ציונים

אלעס וואס מדינת ישראל טוט זענען זאכן בדרך הטבע, זיי זענען פשוט זייער פארגעשריטן

איך האלט אז איינער וואס דורך מיטהאלטן די נייעס פילט ער ווי די ציונים האבן נסים זאל צוריקגיין אין כולל
 
אויב דאס העלפט דיך ארויס זיך צו מחזק זיין מיט די שיט הקדושה. נאו פראבלעם!

די נס איז בכלל אז די מדינה שטייט נאך, געדענק איך נאך ווען מיינע סאטמערע שכנים האבן געשווירען אז נאך 70 יאר גייט די מדינה בטל ווערן... 😎
 
דאס אז דיינע שכנימ'ס שבועה איז נישט מקיים געווארן האט גארנישט מיט קיין נס

עפשער דאס אז אמעריקע שטייט נאך איז אויך א נס? כאמעיני האט אויך געשוווירן ביים בארד אז אמעריקע וועט אונטערגיין און האבן א מפלה
 
אויב דאס העלפט דיך ארויס זיך צו מחזק זיין מיט די שיט הקדושה. נאו פראבלעם!

די נס איז בכלל אז די מדינה שטייט נאך, געדענק איך נאך ווען מיינע סאטמערע שכנים האבן געשווירען אז נאך 70 יאר גייט די מדינה בטל ווערן... 😎
דאס מיינט שטיין?
אויך מיר א מדינה.
 
דאס מיינט שטיין?
אויך מיר א מדינה.
יע יע.. פארט פון די סאטמארע פראפאגאנדע!....

די צופרידנהייט רעיט דארט, סיי ביי די פרומע און סיי ביי די פרייע (איך רעד נישט פון דיינע פאר צוקוועטשטע סיקריקין העלדן וואס קיינער ווייסט נישט פון זיי דארט צו זאגן) איז טויזנט מאל שטערקער פון דא
 
גראדע פארשטיי איך נישט די אלע וואס פארפירן דארט וועגן זיך פרייען מיט ציוניזם

איך בין אויך א סאטמארער און איך זעה נישט פארוואס מען זאל נישט קענען מיטהאלטן די גאנצע מלחמה אפילו אן זיך פרייען מיט די ציונים

אלעס וואס מדינת ישראל טוט זענען זאכן בדרך הטבע, זיי זענען פשוט זייער פארגעשריטן

איך האלט אז איינער וואס דורך מיטהאלטן די נייעס פילט ער ווי די ציונים האבן נסים זאל צוריקגיין אין כולל
ניסים איז איין זאך. אבער מען טאר זיך נישט פרייען מיט זייער נצחונות
 
מיט וועמענס דען נצחונות זאל מען זיך פרייען, אויב נישט מיט ידישע קינדערס??!!
דעם אמעריקאנע גויס נצחונות איז ענדערש?

🇮🇱🇮🇱🇮🇱
 
אויב מדינת ישראל וואלט נישט באמבאדירט איראן וואלט עס געווען התגרות באומות (אמעריקא).

אויב דער אייבישטער מאכט נישט קיין ניסים דורך רשעים, איז די הצלה פון דעם סאטמארע רבי כ"א כסלו נישט קיין נס אדער איז קאסטנער געווען א צדיק.

אויב די ציונים זענען נישט קיין אידן, איז סאטמארע עובר אויף התגרות באומות מיטן פראטעסטירן אקעגן זיי?
 
ניסים איז איין זאך. אבער מען טאר זיך נישט פרייען מיט זייער נצחונות
נו וואס דארף מען אין זינען האבען ביי ברכת מודים ווען מען דאנקט - ועל נסיך שבכל יום עמנו - ?
די זענען ניסים אין דרך הטבע ענליך צו נס פורים
דאס איז דער פשט - הדר קיבלוה - אז מען זאגט אז דרך הטבע איז אויך פון גאט .
 
DELETED

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=6562054#p6562054

---

א גוטע וואך @בן סאלמאן, עכט קומט די תגובה אינעם וועד הקהילות אדער למעשה אשכול - אויב ס'איז פארהאן, אבער צוליב וואס דו האסט מיר צוטירט דא וועל איך דא ממשיך זיין. געדענק צו קאפירן די תגובה פאר עס ווערט ווארשיינליך געמעקט, דאך, וועל איך מיך פרובירן האלטן ווי מער רואיג, איינגעהאלטן, נוטראל, און ווי ווייניגער שרייבן נעמען, פרטים, וכדו'. ואולי וועט דאס פארמיידן א מחיקה.

יעצט צום ענין א קליינע הקדמה:

כ'ווייס פון כלי ראשון! א היימישער איד פון וויליאמסבורג האט געוואלט ארויסגעבן א פאון און האבן די מארקעט האט ער געעפנט אן ארגאניזאציע מיטן נאמען 'ועד הקהילות' און די פאון האט געהאט די הכשר - שטימט? א נייע פאון מיט א נייע הכשר ושלום על ישראל. יעצט אפי' דו האסט א הכשר ברויכסטו פארמאגן א גוטע אייטעם און דאס האט ער מתחילה נישט פארמאגט. צווייטנס, ער איז ארויסגעקומען מיט די זעלבע הארדוועיר פונעם פיג פאון, איי פארוואס איז זיינס כשר'ער פון די פיג? אה ווייל מ'קען נישט 'סווייפן' (איינער געדענקט?) יא! סווייפן איז אדיקטיוו סא מ'קען נאר טאטש נישט סווייפ. מסכים. הכלל, (יאסי געשטעטנער אלערט) דר'עולם האט נישט אזוי שנעל געקויפט די לאקשן, און פלאס ווען דו ביסט אריין אין סעלפאון סטאר און געזאגט: 'גיב מיר א נייע גוטע פאון' און די תירוץ איז געווען 'א פאם פאר 375 אדער א פיג פאר 329' און וואס איז די חילוק, אז די פיג פארמאגט אויך סווייפ און פלאס עס האט וועטער און וועיז, איז די דיפאלט געווען פיג, און זיי האבן טאקע פארפלייצט די מארקעט. זעהנדיג אז די ערשטע סטראטעגיע ארבעט נישט אזוי גוט איז מען צוגעקומען אז סווייפ איז למעשה מותר, איי אויב אזוי וואס איז די פראבלעם מיט פיג?? אה ער האט וועטער און וועיז! מסכים.

היימישע סוחרים וואס זעהנדיג די מארקעט פאר גוטע קוואליטעט ענדרויד פאונס האבן געכאפט די געלעגנהייט און אינוועסטירט דמים תרתי משמע אויך צו אריינבייסן אינעם פאטענציאלע קלייענטעל. סא לאמיר גיין אין א סדר.

'וואונדער' איז ארויסגעקומען מיט בערך אנדערטהאלבן יאר צוריק, עס האט נישט פארמאגט וועטער און וועיז, און דער קריעטער האט נישט פארקויפט אז ס'וועט פארמאגן וועטער און וועיז. פשוט א גוטע שטארקע פאון - אה! וואס פילט גוט.. - שוין. אני הקטן האט אריינגערופן גדר - וואס עפראוו''ד נאר וועד הקהילות פראדוקטן, - ווייל דעמאלטס האט וועד הקהילות נאכנישט פארמאגט קיין אפיציעלע נומבער פאר פראגעס (לויט ווי כ'געדענק אדער פשוט ווייל זייער נומבער האב איך פארמאגט? דענקעך שוי'נישט) - און זײ זענען געווען מסופק: 'אונז ווייסן נאכנישט, רוף צוריק אין אפאר טעג' האב איך אריינגערופן איינע פון די איינגעשטעלטע ביי א באקאנטע סעלפאון סטאר און יענער האט מיר מגלה געווען אז זיי זאגן עס שוין פאר 3 חדשים.. הכלל, די אויספיר קען יעדער - כ'האף אזוי. וואונדער איז מיד געווארן, און געבעטן א טעג עפראוועל און עס באקומען. איי ער האט דאך נישט די הכשר קלייענטעל? אה מ'וועט שיקן וועטער און וועיז און אזוי כאטשיג האבן די קלייענטעל. א פשוטע חשבון.

יעצט צו טראסט: בעל הטראסט - פאר ווער ס'ווייסט נישט ווער ס'איז, די אונער פון דיימאנט טעלעקאם - האט אינוועסטירט ארום א מיליאן דאלאר! (אוי מ'מעג זאגן?) אין א פאון. ער האט געבעטן פון וועד הקהילות די 'קאטאלאג' פון תנאים צו באקומען די עפראוועל און אלעס נאכגעקומען! לכתחילה האט געהייסן אז ער וועט ארויסקומען מיט 3 מינע פאונס. א טאלק און טעקסט מיט די סטאנדארטן פון וועד הקהילות, א אפגרעיטעד מיט וועיז וועטער וכדו', און די מעגא-לייף וואס איז שוין א צווייטע ברענד פאר די ארבעטס-לייט. ער איז נאכגעלאפן חדשים די וועד הקהילות הכשר, כ'ווייס עס פון פירסט הענד! חדשים! און ווען ער איז געווען ממש פאר'עקשנ'ט צו טרעפן די אזויגערופענע וועד - (כ'וועל מיר באגענוגן מיט די ווארט 'אזויגערופענע' אנשטאט אויסלייגן זייערע אונטערוועש וואס כ'האב אלץ צאמגעהערט וויאזוי די מיטינג האָט אויסגעקוקט, ווער ס'איז דארט געזעסן וכדו', נאך אלעם ווילעך נישט מ'זאל מעקן) - האט מען באשטעטיגט די אוידיענץ און עס נישט עפראוו''ד! יאפס. עטס ווילטס אוודאי הערן פארוואס? אן קיין סיבה.*

אבער די עכטע סיבה ליגט שוין אין מיין הקדמה. די הכשר האט זיך משורשו געגרינדעט צוליב די פאם פאון, און אויב מ'באשטעטיגט די וואונדער אדער טראסט וואס זענען אסאך בעסערע פאונס הן די הארדוועיר הן די סאפטוועיר, וועט עס אונטערברענגען פאם. סא די קרית יואל'ע קלייענטעל סטיל וואָס קויפן נאר די מיט די גע'מארקעטע הכשר וועלן דאך נישט גיין צו וואנדער וכדו', ס'האט דאך נישט קיין הכשר...

עד שבא....

הר''ר ברוך יודא כהנא פון טעג וויליאמסבורג, והחזיר עטרה ליושנה. זיין טענה איז געגאנגען מער די שורש וויאזוי די אפיציעלע ווערסיע פון וועד הקהילות האט זיך אוועקגעשטעלט אז 'יעדער' מוז פארמאגן אן וועטער און וועיז, איי דארפסט וועיז? קויף די דעווייס (פערצופאל אויך ארויסגעגעבן דורך די פאם ארויסגעבער) וואס מ'שטעקט איין אינעם קאר פאר ענדרויד אויטא. פיין. אבער אביסל סענס דארף עס מאכן, און פונקט ווי דו פארשטייסט אז ס'איז דא וואס ווילן נישט קיין קעמערע אויפן פאון זענען דא וואס וועיז איז זײ קריטיש וויכטיג, און אויב לאזטו נוצן וועיז דאן פארוואס נישט אויפן פליפ פאון? און געגרינדעט די 'למעשה' הכשר. עטליכע שטאפלען, מיט טעקסט אן פיטשערס וכו' און יעדער זאל זיך אויסוועלן וועלכע שטאפל ער וויל זיך אוועקשטעלן. גוט שבת.

פארשטייט זיך אז 'זײ' זענען געווארן ווילד, ס'איז פשוט. אבער ווען מ'זעהט א בילד אז ס'וועט ארויסקומען א וואונדער פאון מיט די הכשר פון וועד הקהילות - וואס ס'וועט ווארשיינליך נישט פארמאגן וועטער און וועיז, דאן פארוואס האסטו נישט עפראוו''ד די וואונדער א יאהר צוריק נאך איידער ער האט אפגעמאכט צו צולייגן וועטער און וועיז?? גרינטאטש היסטאריע קען איך נישט אזוי גוט, אבער כ'ווייס אז וועד הקהילות האט לעצטנס גערופֿן ר' מיכל דיימאנט אז זיי ווילן גיבן א הכשר אויף זיין פאון. און בכלל דארפסטו אביסל אריינקלערן פארוואס פונקט יעצט נאכן עפענונג פון די למעשה הכשר זענען די קריעטערס 'גרייט' צו ארויסגעבן אן עדישאן פאר וועד הקהילות... ס'קוקט מער אויס ווי וועד הקהילות האט עס געבעטן. (והא ראי' די טראסט/דיימאנט טעלעקאם)

גענוג קלאר? קאפי שנעל ווייל כ'האב מורא כ'בין אריבער די בארדער-ליין. אבער נקוט האי כללא בידך: סטאפ צו קויפן מארקעטינג! צו איז עס אין צורה פון א ארגאניזאציע, צו אויף א 'קול קורא'! יא א קול קורא. כ'האלט פערזענליך מיט קול קורא'ס פון צייט צו צייט, בקיצור. צוריק צו די נושא. 'למעשה' הכשר באאמט אריין, און עס וועט אי''ה ארויסקומען אין די נעקסטע שטיק צייט גוטע סעלפאונס אויך פאר די סיסטעם סטייל קלייענטעל סא מ'דארף זיך נישט זארגן. פארשטייסט? אויב איינער האט זיך געבויגן איז עס די אזויגערופענע וועד.

נ. ב. יעצט נאכן שרייבן הער איך אן אדווערטייזמענט - נאכנישט קלאר פונקטליך פון וואס מ'רעדט - אבער די עד איז אז ס'קומט ארויס א גענצליך נייע פאם פאון בקרוב וואס וועט זיין ממש די זאך (אזױ זאגט די עד..) פאם 2026! סא שטעל אליינס צוזאם..
--
* אז דו ווילסט וויסן וויאזוי זײ האבן זיך ארויסגעדרייט. ''עס קוקט אויס ווי די 'קעט' פאון..'' איי ער האט אריינגעלייגט שווערע געלטער צו טוישן די אויסערליכע אויסזעהן ווי די ליכטיג בלויע קאליר פונדרויסן, די אינגאנצן געטוישטע קי-פעד, וכו'?! פלאס דעיס שטייט נישט אינעם תנאים קונטרס.. איי די 'טעק' פאון איז די זעלבע אויסזען פון די קווין/טיק, און חוץ די קאליר איז גארנישט אנדערש און יענס האסטו יא באשטעטיגט?.. גיי טענה זיך..
 
1772986651811.webp
1772986661168.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top