דאס איז א פאדקעסט פון א mentor ביי וועמען איך האב 3 יאר געשעפט אסך, און האט מיך געהאלפן א געוואלד מיט trauma healing.
זיין פריערדיגע פאדקעסט האב איך בעסער ליב געהאט בפרט
דעי עפיזאד וואו ער רעדט ארום אז די גוטס וואס דו האסט איז נישט א טעסט
זיין נייע פאדקעסט הייסט Enheartened
און ער שמועסט אויס וויאזוי א מענטש קען אויפהערן מרחק זיין חלקים אין זיך- וואס ער האט נישט ליב, און אנשטאט דעם עס אויסניצן פאר גוט.
Shadow Work איז א מהלך פון ליב האבן יעדע שוואכקייט אין דיר און פארשטיין אז אין א געוויסע צייט אין דיין לעבן האט עס דיר געראטעוועט. למשל איך ווייס אזעלכע וואס פלעגן זיך קריטיקירן פאר׳ן זיין אזוי פּאַסיוו און נישט נעמען שריט צו פארבעסערן זייער לעבן, אבער צוליב דעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן אין גאר אן עביוסיוו שטוב וואו ס׳איז נאר געווען safe אויב מ׳איז א מעקעלע און מ׳מאכט נישט קיין מוק, האט עס איינגעוואוינט זייער קערפער אז נאר אזוי מעג מען זיך אויפפירן - אנדערש איז א סכנה צו כאפן פעטש (אדער ערגער)
סך הכל איז וואונדערליך צו זעהן וואס מ׳דערגרייכט ווען מ׳הייבט אן זיך פארשטיין און זיך אויפהערן בּלעימען. You can’t change what you don’t accept און דורכ׳ן כסדר בּענישן און פיינט האבן חלקים אין זיך- טוט מען אפהאלטן חיות און ס׳שטערט פון לעבן fully, ווייל ס׳כאילו מ׳האקט אָפ oxygen צו די האנט- ווי סך שווערער איז זיך צו באגיין אין לעבן אָן א האנט!
ווען כ׳האב יארן צוריק געמאכט א קליפ
זיך באשולדיגן איז נישט א גוטע מהלך
האב איך נעבעך געמיינט אז טוישן די מהלך המחשבה וועט אטאמאטיש לעזן די פראבלעם. ווייל mindset איז געווען וואס אלע גרויסע קנאקערס האבן גערעדט און די coaches זענען געווען ביזי דערמיט. אבער די מח קען וועלן טראכטן אנדערש ביז מארגן נאכ׳ן קוגל, אויב די קערפער האט איינגעזאפט טראומא איז מיינדסעט נישט די מעדיצין. אוודאי איז גוט צו האבן א געזונטע מהלך המחשבה אבער מ׳מוז גיין צום שורש אויב מ׳וויל האבן אן אמת׳ע רפואת הנפש.
אין דעם נייעם פאדקעסט ENHEARTENED רעדט ער פון זיין בכל לבבך - נישט האלבערהייט לעבן - נאר אין פולסטן קראפט
ער האט עס מסביר געווען גוט אין זיין
הקדמה
און נעכטן האט ער ארויסגעלייגט זיין ערשטע אינטערוויו מיט א חבר וואס האט געשריבן לעצטנס א בוך וועגן Shadow Work און אינ׳ם אינטערוויו דערציילט ער וויאזוי ס׳פילט צוריקצוקומען צו זיין היים-שטאָט און ווערן דארט אויפגענומען ביי מענטשן וואס קענען דיר לויט דיין אלטע version (דיין אמאליגע מהלך) און וויאזוי ער האט זיך געלערנט דורך די אינערליכע ארבעט פון ״ליב האבן דיינע שאָטנס״ אז ער קען האלטן זיין הארץ אפן און זיך ערלויבן צו זיין vulnerable
אט איז די ערשטע שמועס:
From Cage Fighter - to Shadow Worker