- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 417
- רעאקציע ראטע
- 1,293
אקעי לאמיר פרובירן זיך נישט צו אטאקירן פערזענליך נאר גיין על הסובסטאנץ של הארגומענט.רב @אינטעליגענט דו מאכסט מיך אויסזען as if איך דערנידער די זינגער און פארשווייג איהם מער ווי די פשוטע המון עם, (וואס ווי ס׳זעט אויס פון דיין פראופייל בילד איז דאס א גאר א נאנטן זאך ביי דיר, און ס׳פארנעמט א חשובן פלאץ ביי דיר אין הארצן,) דאס איז נישט ריכטיג.
וואס יא? איך האלט נישט אז א זינגער/ן איז איינער וואס מ׳זאל גיין נעמען ברכות און נךהערן אפיניענס, ״פונקט ווי דו וועסט עס נישט נעמען פון די פלאמבער״.
כ'ווייס נישט ווי די פלאמער קומט אריין אין די בארג סיני.
דו האסט געזאגט און איך ציטיר
אלס דעוויל'ס אדוואקאט האב איך ארויסגעברענגט אז דאס אז א מענטש איז א זינגער מאכט אים נישט ווייניגער מער אדער די זעלבע פארשטייער. איך האב דיר קלאר געזאגט אז איך בין מיט דיר, און כ'קרינדש אויך אסאך פון זיין דברי חכמה.
אבער די פאקט אז ער איז אין א אנדערע ליין זאגט גארנישט מיט נישט אויף זיין אינטעלעקט.
און איך לייג צו: לויט די מענטשן וואס זענען אין א תפיסה פון שווארץ און ווייס טראכטן אז א זינגער מעג נאר זינגען און א פלאמער מעג נאר שרויפן איז עס זייער פראבלעם. דו ביזט דאך דער וואס טונ'ט אריין צום זינגער'ס שאו זיי האבן דיר נישט געצווינגען.
לאז יעדעם פריקן רעדן, אן אריינמישן די genetic fallacy למשל איינער וואס איז אוטידי איז זיכער נישט נוגע וואס זיי האבן צוזאגן אויף די סיסטעם ווייל זיי זענען דאך אפגעפארן זיכער איז זייער גאנצע וויזיע אויף די וועלט פארדרייט ווייל אויטידי איז דאך אטאמאטיש = אנגעווייטאגט, און ווי קען מען דען געטרויען אזא שיטה?
די זעלבע צענטריסטן און קאנסערוואטיוון וואס זענען פייער פאר פרייהייט פון ווארט ביז ס'קומט צו פאפ קולטור וואס אין לארדזש פארט קעגן זיי. יא פרייהייט? אדער נישט פרייהייט? ס'רייבט ביידע וועגן.
נאך א זאך: אויף די קאנטערערי: מ'קען פונקט אזוי טרעפן ארטיסטן וואס דוקא זייער טיפקייט און ברייטקייט איז זייער קונץ פארוואס זיי פיקן אויף, און האבן א ברייטערע פערספעקטיוו אויף די וועלט וואס ערמעגליכט זיי צו באשאפן רייכע קאנצעפטן און גראמען וואס אינספייערט און ערוועקט און איז גאר פארקערט מער אויפגעקלערט און טיף ווי די געווענליכע מעינסטרים נייעס באריכטן/ מיינונגען וואס מ'איז צוגעוואוינט און וואס המון עם קען נישט אהערשטעלן. און דאס ציט מענטשן צו זיי. קיינער רעדט נישט פון דעם, די עיקר איז זינגער זינג, פויקער האק, בעקער באק, חלילה וחלילה ארויסגיין פון די באקס ווייל סאסייעטי האט אזוי באפוילן. פאק דעט! מוזט נישט אויסהערן, האסט נישט ליב אז זיי מאכן נויז און בעאיינפלוסן? איך האב נישט ליב אז אונזער פרעזידענט בויט א גאנצע בעיס באזירט אויף א ליגנט און האט געברענגט אן אויפשטאנד צוליב זיין פארדארבענע רעטאריק. קען איך עפעס טוהן דערצו? ניין.