- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 197
- רעאקציע ראטע
- 708
וואס איז ספאטיפיי בעסער ווי יוטוב מוזיק?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אויב דו צאלסט נישט יוטוב premium- וועט עס לכאורה אויפהערן שפילן ווען דו ווילסט עפעס טייפן אדער טון עפעס אנדערש אויף דיין פאון אין די זעלבע צייט. אבער ספּאטיפיי איז א סטרימינג סערוויס, ס׳ארבעט אין די בעקגראונד אויף דיין פאון אפילו בשעת דו טוסט אנדערע זאכן
אויב דו צאלסט נישט יוטוב premium- וועט עס לכאורה אויפהערן שפילן ווען דו ווילסט עפעס טייפן אדער טון עפעס אנדערש אויף דיין פאון אין די זעלבע צייט. אבער ספּאטיפיי איז א סטרימינג סערוויס, ס׳ארבעט אין די בעקגראונד אויף דיין פאון אפילו בשעת דו טוסט אנדערע זאכן
As long אז דו האסט די עפּפּ (ס׳איז אומזיסט אויב דו רעגיסטרירסט מיט דיין אימייל) דעמאלס איז ווי אינטעליגענט האט שוין דערמאנט: קודם 2-3 עדס און נאכדעם מנוחה פאר א האלבע שעה ווען ס׳קומט איינס אדער צוויי עדס און קענסט הערן ווייטער רוהיג וכד׳
מען דארף נישט צאלן פאר premium צו הערן פאדקעסט אין די בעקגראַונד, דאס איז נאר פאר מיוזיק.אויב דו צאלסט נישט יוטוב premium- וועט עס לכאורה אויפהערן שפילן ווען דו ווילסט עפעס טייפן אדער טון עפעס אנדערש אויף דיין פאון אין די זעלבע צייט.
איך מיין ס׳דא א מיספארשטענדעניש דא:מען דארף נישט צאלן פאר premium צו הערן פאדקעסט אין די בעקגראַונד, דאס איז נאר פאר מיוזיק.
גערעכט, אנטשולדיגט.איך מיין ס׳דא א מיספארשטענדעניש דא:
איך האב גערעדט וועגן regular YouTube
אפשר מיט פארגעשריטענע אייפאון׳ס קען מען עפענען אנדערע סקרינס אויף דיין פאון בשעת דו הערסט עפעס אויף יוטוב-
אבער נישט אויף אייפאון 8 אדער פריער, ווידעראום מיט ספּאטיפיי, איז נישטא דעי פראבלעם אז ווען דו גייסט צו סעפערי זאל עס אויפהערן שפילן
בין איך די איינציגסטע וואס ברעכט פון שמולי אונגאר נאך פאר ס׳ריטשט אפילו 5 מינוט?פיינעלי האט ער שוין ארויסגעברענגט א מענטש וואס ווייסט אביסל די פעלד פון פאליטיק, נישט ווי שייא ווייס וואס האט געלערנט די רבי זכ"ל און גאנץ טוקער...
דער בחור קען זיין שיט. א פארשער וואס רעדט אידיש. ער האט אויך זיין אייגענע פאדקעסט, מער רעכט געשטימט אויף געוויסע נושאים מער אין צענטער אויף אנדערע.
Yossi Goldstein Podcast
אמת!איך קען איהם אויך נישט דולדן. דערפאר האב איך שוין לאנג נישט אויסגעהערט זיינס א פאדקעסט.
אבער די איינע בין איך יא אריין צו הערן ווייל איינער האט עס דא צוגעצייכענט.
איך האב זייער הנאה געהאט, נישט פון שמילי, נאר פון די געדאנק אז אסאך היימישע אידן (וואס הערן איהם אבער וואלטן קיינמאל נישט ארויף אויף קרעמל) וועלן הערן צום ערשטן מאל אזאלכע זאכן ווי קארל סעגען (אן אטעאיסט גראדע), גלאבאל ווארמינג פון אביסל א מער ניכטערער בליק, אזאלכע יוטוב טשענעלס ווי crash course און Khan academy... און נאך.
אין מיינע אויגן ווייזט עס אז ס'איז דא א פארלאנג דערפאר, און א בחינה פון איינזייען די קערנדלעך...
די אינטעראסאנטע זאך פאר מיר איז ווי די גאלדשטיין ווארפט זייער בעיסיק נאלעדש, א שטייגער ווי די פשוטע יסודות פון גלאבאלע עקאנאמיע אא''וו, און די קאמענט סעקשאן איז פיל מיט געפלעפטע חברה וואס קענען זיך נישט איבערקומען פון הערן אזויפיל נייע מושגים. רוב זאכן וואס ער רעדט פון איז באקאנט פאר יעדע 18 יעריגס פון א נארמאלע מיטל-קלאס פארדינער.
למעשה געבט ער איהם די פלאטפארם און די עולם לערנט נייע זאכן... IMO that's a win.
גערעכט,איים סארי פאר די אויסברוך, אבער ס׳שטערט מיך שוין לאנג, ווייל דו קענסט זינגען ביסטו שוין געווארען א פארשטייער אויך…
אין די קעיס בין איך מיט דיר ער איז נישט קיין אינטעלעקט און ס'קריכט, נאכמער יונתן שווארץ ווען ער נעמט זיך אריינרעדן אין אלעס סתם ווייל ער האט שוין א מייק... אבער בכלליות מיין אפיניען האט היבש איוואלדט אויף דעם.בין איך די איינציגסטע וואס ברעכט פון שמולי אונגאר נאך פאר ס׳ריטשט אפילו 5 מינוט?
גלייך ביי אנפאנג פרעגט ער יאסי גאלדשטיין ווי ער ליינט אינפארמאציע, זאגט ער איהם ״כ׳בין זיכער אז דו נעמסט נישט דאן אינפארמאציע פון די ניו יארק טיימס, ווייל דיין וואלט איך געלאכט פון דיר….
וואס איז wראנג מיט דעם מענטש?
קענסט זינגען? פיין, אבער ווער האט אייך געזאגט דו פארשטייסט צו פאליטיק?
איים סארי פאר די אויסברוך, אבער ס׳שטערט מיך שוין לאנג, ווייל דו קענסט זינגען ביסטו שוין געווארען א פארשטייער אויך…
איך האב אויך העיט אויפן קולט אבער מ'מוז זאגן לשבח אז די יונגע עולם אין די קאמענטארן האבן בכלל נישט געגליכן ישעי ווייס א ראדיקאלע פאשיסט קאנספיראציע חסידישע למך, און מ'האט פארלאנגט ברענג ארויף א לינקער, לאז מיר הערן זיין זייט...! און יוסי האט עס אויך פארגעשלאגן...איך קען איהם אויך נישט דולדן. דערפאר האב איך שוין לאנג נישט אויסגעהערט זיינס א פאדקעסט.
אבער די איינע בין איך יא אריין צו הערן ווייל איינער האט עס דא צוגעצייכענט.
איך האב זייער הנאה געהאט, נישט פון שמילי, נאר פון די געדאנק אז אסאך היימישע אידן (וואס הערן איהם אבער וואלטן קיינמאל נישט ארויף אויף קרעמל) וועלן הערן צום ערשטן מאל אזאלכע זאכן ווי קארל סעגען (אן אטעאיסט גראדע), גלאבאל ווארמינג פון אביסל א מער ניכטערער בליק, אזאלכע יוטוב טשענעלס ווי crash course און Khan academy... און נאך.
אין מיינע אויגן ווייזט עס אז ס'איז דא א פארלאנג דערפאר, און א בחינה פון איינזייען די קערנדלעך...
די אינטעראסאנטע זאך פאר מיר איז ווי די גאלדשטיין ווארפט זייער בעיסיק נאלעדש, א שטייגער ווי די פשוטע יסודות פון גלאבאלע עקאנאמיע אא''וו, און די קאמענט סעקשאן איז פיל מיט געפלעפטע חברה וואס קענען זיך נישט איבערקומען פון הערן אזויפיל נייע מושגים. רוב זאכן וואס ער רעדט פון איז באקאנט פאר יעדע 18 יעריגס פון א נארמאלע מיטל-קלאס פארדינער
למעשה געבט ער איהם די פלאטפארם און די עולם לערנט נייע זאכן... IMO that's a win.
יא און ניין, ס'איז נישט זיי גייען ארויף אויף גאטפעלד אדער אויף ביל מאהר זיך טענה'ן מיט אים וועגן ביידן'ס פארין פאליסי, ס'איז אביסל טיפער ווי דעם, למשל א פרוי סעלעבערטי וועט זיך געווענליך אננעמען פאר רעכטן וואס זי קעירט למשל ביי די אבארשן פרשה וועט מען הערן פון די חברה, אדער טעילאר האט געהאט צוטוהן מיט לאקערער וואס גייען נאך פאפולערע פיגור'ן זיי אינדערהיים צוליב מענטאלע איינרעדענישן אז זיי זענען אין רילעשענשיפ'ס מיט זיי און טעילאר טענה'ט דאס אפעקטירט מיך און איך מוז וואוט'ן דערקעגן אבער וואס וועל איך אויפטוהן? האט זי געזאגט פאר איר טים פאק איט כ'וועל גיין אויף מיין סאושל מידיא און זיך בעטן מ'זאל גיין וואוטן פאר מיין מענטש וואס שטימט פאר די געזעץ וואס מיר איז וויכטיג. און למעשה האבן זיך אפאר הונדערט טויזנט מענטשן זיך גערעדזשיסטערטגערעכט,
אבער אזוי ארבעט עס אין די גאנצע וועלט.
Taylor Swift, Madonna, Rihanna זענען נישט קיין פאליטיק דעה זאגער׳ס….
איך האב נישט קיין פראבלעם אז ער האלט אנדערש ווי מיר און רעדט שטותים אין מיי אפיניען, מיין פראבלעם איז נישט אין איהם אזוי ווייט, ווי די פראבלעם ווי איך האב מיט זיינע נאכפאלגער אין די וואס זענען באגלייבט אין איהם.אין די קעיס בין איך מיט דיר ער איז נישט קיין אינטעלעקט און ס'קריכט, נאכמער יונתן שווארץ ווען ער נעמט זיך אריינרעדן אין אלעס סתם ווייל ער האט שוין א מייק... אבער בכלליות מיין אפיניען האט היבש איוואלדט אויף דעם.
די shut up and sing קוק איך היינט אן זייער באקסעדיג און נאריש, דעמי לאוואטא האט עס דא אדרעסירט ווען ראוגן האט זיי געדריקט אויף דעם, נאר ווייל איך בין א בארימטע סעלעבערטי האב איך פארלוירן מיין רעכט צו זאגן א מיינונג? און דער וואס קאמענטירט אויף אינסטע צו דעם סעלבערטי דו ביזט א גרויליגע שמאק נאר יענער מעג?
אפשר איז דא דא קנאה געפילן? לאו דוקא אז ס'גייט אזוי אין לעבן אז מ'איז נישט די ריכטיגע אויטארטי... אבער אפילו אויב נישט פארוואס דארף די מענטש זיין פאניש'ד? היינט איז א וועלט ווי יעדער קען רעדן, איך לאך אלס פון דעם ווייל ווען טרעק 5 (ווער געדענקט?) האט איבערגעדרייט די וועלט האבן אלע ראשי ישיבות און גרויסע "עקספערט" מחנכים אין question אים פרובירט אראפצורייסן מיט די ווער ער איז ער אריינצורעדן גרויסע בעל מוסר... ווער ער איז? א מענטש, א מענטש וואס מער מענטשן הערן אויס ווי די בעל דרשן דזשעלעס מנהל?...
און אין 2020 האסטו אויך געזאגט אז די עולם מאכט זיך נישט צוטוהן מיט סעלעבריטיס?ביי די עלעקשאנס האט מען טאקע געזעהן אז דער עולם מאכט זיך נישט צוטון פון די סעלעבריטיס, די גרויסע זינגערינס וואס האבן מיליאנען פאלויערס האבן אינדראסט און ס'האט גארנישט אויסגעמאכט, ווייל ווען ס'קומט צום וואוטן קוקט מען אויף די אייגענע אינטערעסן נישט אויף וואס די זינגערין וואס מ'האט ליב האלט. ס'איז נישט קיין סתירה, ווייל מ'האט ליב יענעמס מוזיק מוז מען נישט ליב האבן יענעםס פאלעטישאן.