עדוקאציע, עדוקאציע, עדוקאציע

דאס - School Yourself - איז זייער גוט, אינטעראקטיוו און צוגענגליך מיט א מסודר'דיגן סטראקטור. דו דארפסט אבער האבן אייגענע מאטיוואציע זיך צו האלטן דערצו.

ווי אויך קען א פשוטע טעקסט ביכל פון אמאזאן וכדו' זיין זייער גוט זיך אויסצולערנען די יסודות אויך א קלארן וועג.

די פראבלעם וואס איך זע נאר מיט מאטעמאטיקס איז אז ווען מ'וויל זיך עס לערנען אויפן עלטער האט מען נישט קיין נערוון צו חזר'ן די כללים ווי א קינד, און עס פעלט זייער שטארק אויס צו קענען פראגרעסירן דערין.. tough, וואס גירסא דינקותא יאגט נישט אן קען מען נישט געהעריג נאכיאגן שפעטער. און צווישן אלע זאכן וואס מ'האט מיר 'נישט' אויסגעלערנט אין חדר מיין איך אז מאטעמאטיקס (אלדזשעברא, און ארויף) איז די די גרעסטע 'לא יוכל להימנות' היבש ליטעראל..
 
און צווישן אלע זאכן וואס מ'האט מיר 'נישט' אויסגעלערנט אין חדר מיין איך אז מאטעמאטיקס (אלדזשעברא, און ארויף) איז די די גרעסטע 'לא יוכל להימנות' היבש ליטעראל..
די חידוש איז אז דארט ווי איך האב געלערנט, האט מען ספעציעל געלענערט איין טאג ענגליש, און איין טאג מאטעמאטיקס, און די סיבה אויפיציעל איז וויבאלד ענגליש איז נאר ווייל מען האט נישט קיין ברירה, משא''כ מאטעמאטיק איז וויכטיג אפי' צו לערנען גמרא, און דאך, מיט די אלע צייט וואס מען האט געשפענד'ט דערויף האט מען אויסגעלערנט, multiplication subtraction and division, בשעת ווען ענגליש האב איך מיך רעאליטיעוו גוט אויסגעלערנט אליין, האב איך אלס פיינט געהאט מאטעמאטיק, און דערפאר קיינמאל נישט אריינגעלייגט די עבודה, ביי די צייט וואס איך האב מיך געכאפט ווי וויכטיג און אפי' אינטערעסאנט דאס איז, עכ''פ ווען עס קומט צו עכטע מאטעמאטיקס, (נישט אז יענץ איז נישט מאטעמאטיקס, עס איז פשוט אזויווי לערנען אלף בית אלס ערוואקסענער , אנשטאט ליינען די אינהאלט פון ביכער)
איז שוין געווען גאנץ שפעט בעצם אנצוהייבן.

די קשיא איז פארוואס טאקע?
איז דאס קעגן אידישקייט, גלויבן, אדער סיסטעם?
ביסטו נישט געווען דער וואס האט געשריגן אז מאטעמאטיקע איז ער גוט, און אפי' וויכטיג צום לערנען?

עס איז ממש ריכטיגע גניבת דעת, נאכמער ליטעראל ווי די הלכה'דיגע פשט דערפון.
 
מאטעמאטיקע אויף דאולינגאו איז געמאכט פאר ערשטע קלאס קינדער, ס'איז פלאס און מינוס, נישט אינטערסאנט.
 
איך זיך עמערזשענסי א גוטע קורס אויף מאטעמאטיקע, איך בין אביסל צומישט וויאזוי קאהן אקאדעמיע ארבעט מיט זייערע קלאסן, און חוץ מזה איז נאך צוויי חסרונות וואס רוב פלעצער האבן פאר מיך, איינס אז אונז האבן נישט געלערנט אלעס אין די סדר פון די קלאסן פון די לאנד, און ממילא קען איך מיך טרעפן קענענדיג זאכן פון אכט'ע קלאס, אבער נישט האבן קיין מושג אין א צווייטער ענין פון פינפטער קלאס, וואס פארשווערט דאס זיך טרעפן דאס פלאץ ביי די קורסן,
איי וועסטו זאגן הייב אן, און העכסטנס וועסטו אויסשארפן עפעס וואס דו קענסט שוין?
אויך דעם קומט די צווייטע פראבלעם, אז די פלעצער שפענדן גאר אסאך צייט, אויף אסאך פשוט'ע ענינים.
איך קען הערן אז דאס איז וויכטיג אבער פאר מיר גייט דאס נישט, איך פארלירן אינטערעס ביים צווייטן שיעור, אויב ער לערנט עפעס אדער טשאלאנדזט מיך נישט, און ביים דריטן בין איך שוין נישטא געהעריג, אפי' ער איז שוין עפעס מחדש ווייל די ענערגיע און אינטערעס איז שוין פארלוירן פארן טאג.

בדרך אגב Duolingo האט צוגעלייגט אז מען דארט לערנען מאטעמאטיק, אויב איינער ווייסט וואס די מצב דארט איז, ביטע קום אריין מיט א באריכט, איך וועל זיין גאר דאנקבאר.

ביז דערווייל בין שטעקן, אן קיין מאטעמאטיקס איז נישטא קיין פארשריט.
איך האב זיך באנוצט מיט קאהאן אקאדעמי לויט זייער גרעידס. איך האב עס געברויכט פאר מיין שטודירונגן. איך האב אנגעפאנגן מיט זייער 3'טע קלאס און עס געמאכט ביז נאך אלזשעברע וואן און עס האט פיין גע'ארבייט. אבער דאס איז געווען מיט ארום 13 יאהר צוריק.
איך ניץ דאולניגו פאר זייער שפראך, און איך האב לעצטנס אויספראבירט זייער MATH פראגראם, אבער עס איז נישט אזוי גרונטליך ווי קאהאן אקאדעמי.

לגבי דאס וואס די זאגטס אז עס פארברענגט אויף א סאך פשוט'ער ענינים, קענסטו אויף קאהאן אקעדעמי מאכן א END OF UNIT TEST גלייך און באקומען די בעדשז און דו קענסט זיך געבען א רוק פאראויס. עס איז עכט נישט דא קיין איין זאך וואס איז נישט וויכטיג אויף קאהן אקאדעמי. מאטעמאטיקע בויעט זיך אויף מיט די קליינע זאכן.

נ.ב.
אלס איינער וואס איז א פראפעשנאל און ארבייט מיט די קאמיונעטי, מאך איך כסדר עוועליועישאנס אויף היימישע קינדער און בחורים ווי זיי האלטן אין לימודי חול. דער געלונגענער בחור פון וויליאמסבורג קומט ארויס פון חדר מיט א בערך מיטל 3'טע גרעיד מאטעמאטיקע לויט די NYC NGLS, און בארא פארק איז עס א ביסל בעסער. מאנסי איז שוואכער ווי וויליאמבורג. א געלונגענער קינד קען עדישאן, סאבטרעקשאן, אביסל מאלטיפליקעישאן און דעווישאן, און כמעט גארנישט פון פרעקשאנס, דעסימאלס, רעשיאויס, גרעפס, GEOMETRY , און נאך. איך רעד נישט פון מעישזאר זאכן אזוי ווי אלזשעברע, איך רעד פון פשוט MATH.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איז דא איין חכמה וואס איז ריין פון יעדע חשש מכשול חלילה, איז עס מאטעמאטיק

און ס'וואלט געווען א גרויסע טובה פאר אונזער דור אויב מ'טוט ווען מער אין דעם

(ס'איז אן טראפעלע מער אינטערסאנט ווי הנודר מן הירק און הנסקלין והנשרפין..)
 
Back
Top