- זיך איינגעשריבן
- יאנ. 9, 2025
- מעסעדזשעס
- 2,072
- רעאקציע ראטע
- 11,138
- פונקטן
- 2,193
אריגינעל האב איך געפאוסט די פאלגענדע אויף אייוועלט, איך האב געוואלט טעסטן ווי די רויטע ליניע איז, איך האב אריינגעלייגט אסאך קאפ ס'זאל האבן א קיום דארט, אבער אן ערפאלג, אויף אידטיש לעבט עס נאך, וועל מיר זעהן ווי לאנג. סא לייג איך עס דא, אפילו ס'האט עכט נישט קיין פאונט דא, אבער דאך ס' איז א פארזיכירטע פלאץ ווי צי סטארעדזשען זאכן, גארנישט גייט נישט לאיבוד ב"ה.
אסאך טינט און שפייעכטס איז שוין אויסגעגעבן געווארן אויף דעם בעקיטשע ניגון.
פון איין זייט שטייען מענטשן מער ביי די קילערישע חתונות וואס קאכן אריין דערין, זיי טרעפן זיך אין דעם ניגון, און נאכדעם איז דא מענטשן מער פון די משפיעישע סארט וואס זיי ווייטאגן אויף די שפראך פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" וואס הייסט דארפסט נישט? מ'האט אייביג געוויסט אז חיצוניות טראגט א חשובע ארט ביי חסידישע אידן, אפילו די פנימיות איז נישט אזוי איי איי איי, איז נאכאלס וויכטיג נישט צי משנה זיין די חיצוניות, סא זיי טענהן אז מ'דארף זינגען "איך דארף יא דיין בעקיטשע"
די נקודה איז א גערעכטע, איך קריג מיר נישט מיט דעם.
עפעס האט מיר אבער יא געקוועטשט מיט די ווערסיע פון "איך דארף יא דיין בעקיטשע" מיט אלע שיינע תורות..
יא, די העצערס וועלן זאגן אז איך ווער געטריגערט ווען ס'קומט עפעס א פרומער אין געבט אזא בלאז אוועק א פאפולערע ניגון מיט אפאר שטארקע ווערטער, קען זיין, אבער איך מיין ס'האט מיר געבאדערט עפעס טיפערס, לאמיר עס פרובירן צו מסביר זיין.
שראלי גרין'ס ניגון גייט אזוי, "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" ס'ברענגט ארויס א נאנשאפט וואס א רבי האט צי זיין תלמיד אדער א נאנשאפט וואס איין חבר האט צום צווייטן, איך האב דיר ליב נישט קיין חילוק וואס, צי מיט דיין בעקיטשע אן דיין בעקיטשע, איך דארף דיר.
די קעגנערס פונעם ניגון וואס טענהן אז א בעקיטשע איז יא א וויכטיגע זאך, ענק זענען גערעכט, ס'איז טאקע וויכטיג, אבער א מענטש דארף עס וויסן פאר זיך אליין, בלייב מיטן בעקיטשע, אבער ווען ס'קומט צי יענעם? דארף מען ליב האבן א איד, נישט קיין חילוק וואס.
פארוואס דארפן ענק יענעמס בעקיטשע?
אז א משפיע וויל דוקא ארויסברענגן די וויכטיקייט פון בעקיטשעס זאל ער מאכן די ניגון אביסל אנדערש.
איך דארף יא מיין בעקיטשע, איך דארף נישט דיין בעקיטשע, די עיקר וואס איך דארף איז דיר 