די דיגיטאלע דילעמא: דארף מען מאכן געזעצן צו היטן אויף אויפריכטיגע וואלן?

פאריאר, סוף 2024, האט דער הויכער קאנסטיטוציאנעלער געריכט אין רומעניע געמאכט א שטורעם איבער גאנץ אייראפע. זיי האבן מבטל געווען די ערשטע רונדע פרעזידענטליכע וואלן. א זאך וואס האט כמעט נישט קיין גלייכן. די דראסטישע באשלוס איז נישט געקומען צוליב פשוטע וואלן-שווינדלערייען, ווי למשל אריינלייגן געפעלשטע שטים צעטלעך, אדער אונטערקויפן וויילער. ס'איז געקומען צוליב א פרישע, מאדערנע מחלה: א מאסיווע מאניפולאציע אויפ'ן סאושעל מידיא פלאטפארמע 'טיקטאק'.

דער פסק פונעם געריכט איז געקומען נאכדעם וואס געהיימע שפיאנאזש באריכטן זענען ארויסגעגעבן געווארן, וואס האבן אנטפלעקט אן אויסגערעכנטע און אגרעסיווע קאמפיין לטובת רוסלאנד. די קאמפיין האט גענוצט א נעטווארק פון טויזנטער אקאונטס ארויפצושטופן א 'שטארק-רעכטע' קאנדידאט וואס האלט שטארק מיט'ן קרעמלין, קאלין דזשארדזשעסקו. די אקציע, וואס האט אריינגערעכנט באצאלטע 'אינפלוענסערס' און קאארדינירטע פאלשע אקטיוויטעטן, האט ארויפגעשטופט א רעלאטיוו אומבאקאנטער קאנדידאט וואס מען האט קוים געוואוסט פון אים, און צו יעדנ'ס וואונדער, איז ער גאר ארויסגעקומען אויפ'ן ערשטן פלאץ . דאס האט פארטוישט דעם דעמאקראטישן ווילן פון די רומענישע בירגער.

די מעשה אין רומעניע איז א שטארקעווארענונג פון די ערענסטע פראבלעמען וואס סאציאלע מידיא שטעלט פאר אויפריכטיגע וואלן. וואס פאר די גאנצע אונז צו די פראגע: זאל מען מאכן געזעצן צו האלטן אן אויג אויף פאליטישע געשפרעכן אויף סאציאלע מידיא?



פארוואס יא?​

די סיבה אויף יא מאכן געזעצן צו רעגולירן די 'אונליין' פעלדער ביי וואלן, איז פשוט ווייל אנדעם קען מען נישט אפהיטן און באשיצן דעם דעמאקראטישן פראצעס פון אומיושר'דיגע איינפלוס און שווינדל. די וואס האלטן אזוי טענה'ן אז די דיגיטאלע וועלט איז ווייט פון צו זיין א 'נייטראל' פלאץ; ס'איז א סביבה וואו ס'איז זייער גרינג אנצומאכן חורבנות וואס קענען אונטערברענגען פרייע צוטרויליכע וואלן.

איינע פון די גרעסטע סכנות איז ווי שנעל און גרינג עס איז צו פארשפרייטן דיסאינפארמאציע און מיסאינפארמאציע. מענטשן מיט אינטערעסן, סיי פון אויסלאנד און סיי פון לאנד, קענען אויסנוצן 'סאושעל מידיא' צו פארשפרייטן שקרים און פאלשע מעשיות. דאס קען פארדרייען מענטשן, מאכן אז ווייניגער זאלן גיין שטימען, און אינגאנצן אונטערגראבן דעם צוטרוי אין די דעמאקראטישע אינסטיטוציעס. רומעניע איז טאקע די בעסטע ביישפיל דערצו, וואו א געצילטע קאמפיין האט אומנאטירליך אויפגעבלאזן די פאפולאריטעט פון איין קאנדידאט.

נאך מער, די פארגעשריטענע מעגליכקייטן היינצוטאגס, ווי מען קען 'מייקראטארגעטינג' (שיקן רעקלאמעס נאר צו געוויסע ספעציפישע מענטשן) און דאס נוצן 'באטס' און פאלשע אקאונטס, ערלויבט א באהאלטענע מאניפולאציע וואס דער פשוט'ער בירגער קען אפילו נישט דערקענען. פיינטליכע לענדער, אזוי ווי מ'זאגט אז ס'איז געווען אין רומעניע, קענען אויסנוצן די לעכער זיך אריינצומישן אין די אינערליכע פאליטיק. די סכנה איז אבער נישט נאר פון אויסלאנד; אייגענע קאמפיינס קענען פונקט אזוי נוצן די טאקטיקן צו געווינען אויף אן אומ'יושר'דיגן אופן.



פארוואס נישט?​

פון די אנדערע אבער, דער וועג צו רעגולירן סאציאלע מידיא שטעלט פאר אירע אייגענע פראבלעמען, און די טענות דערקעגן זענען פונקט אזוי שטארק. די הויפט טענה איז די גרויסע זארג פאר פרייהייט פון ווארט.

די קריטיקירער טענה'ן אז געבן די רעגירונג די מאכט צו 'מאכן סדר' און אינפארסירן וואס מ'מעג שרייבן אנליין, אפילו מיט די גוטע כוונה צו באשיצן וואלן, איז א גליטשער - "סליפערי סלאופ" - וואס פירט גראד צו צענזור. דער חילוק צווישן 'געפערליכע ליגנטס' און 'לעגיטימע פאליטישע קריטיק' איז זייער, זייער א דינער פאדעם, און ס'ווענדט זיך ווער ס'אורטיילט. ס'איז דא א גרויסע ריזיקע אז די רעגירונגס-לייט וואס זענען יעצט ביים מאכט וועלן נוצן אזעלכע געזעצן אלס א וואפן צו פארשטאפן דאס מויל פאר די אפאזיציע און אונטערדרוקן קעגנער. כבר היה לעלמים אז 'פאלשע נייעס' געזעצן זענען גענוצט געווארן צו רודפ'ן זשורנאליסטן און אקטיוויסטן, וואס צייגט ווי גרינג מ'קען דאס שלעכט אויסנוצן.

נאך א נקודה, די פראקטישע שוועריקייטן צו דורכפירן אזעלכע געזעצן זענען אויסטערליש. די אסטראנאמישע מאס אינפארמאציע און די שנעלקייט וויאזוי עס ווערט פארשפרייט אויף 'סאושעל מידיא' מאכט עס כמעט אוממעגליך צו האלטן אן אויג אויף אלעם. דאס אליין פונקטליך צו דעפינירן וואס הייסט 'שעדליך' אדער 'פאלש' אויף א וועג וואס זאל זיין פאליטיש נייטראל, איז א לעגאלע און פילאזאפישע מינע-פעלד.

און בכלל, ווער איז פוסק אחרון, דער וואס באשליסט וואס איז אמת? א רעגירונגס אגענטור? אן אומאפהענגיגע קאמיסיע? אדער די פלאטפארמעס אליין? יעדע אפציע האט זיך זיינע פראבלעמען, פון פאליטישע נגיעות ביז'ן געבן אויסטערלישע מאכט אין די הענט פון געציילטע גרויסע טעכנאלאגיע קאמפאניס. קריטיקירער זאגן אויך אז אזא רעגולאציע קען אגב אורחא שאדן מאכן פאר קלענערע פלאטפארמעס און נייע פירמעס וואס האבן נישט די געלטער און מענטשן-קראפט נאכצוקומען קאמפליצירטע געזעצן.
 
Back
Top