די חסידישע שידוכים סיסטעם: קראנק, משוגע, און אוממענטשליך !

די #1 סיבה פון דיווארס איז emotional disconnect.

דאס קען זיין צוליב זייער אסאך סיבות למשל
Lack of validation
The Roommate Syndrome
Unresolved Resentment
Differing Growth
personality clashes
וכו'

אבער ס'קען טייל מאל אפילו קומען פון אהבה אליינס ווי למשל אויב זיי פארשטייען אז וואס זיי זוכן אין לעבן איז צו אנדערשט די גרעסטע חסד וואס מען קען טאן פאר א צווייטן (און פאר זיך זעלבסט) איז צו לאזן גיין, ווייל די וועגן זענען פשוט צו אנדערש
 
@ריבי און @מסתת הרים, למעשה ביי די ליטווישע ווי מ'גייט ארויס מערערע מאל, איז עס בעסער לגבי שלום בית און גיטין אדער ס'זעלבע ווי ביינינז ווי מ'איז מקפיד אויפן קלענסטן שיעור פון "עד שיראנה"?

מיין הרגשה איז אז ס'האט כמעט אלעס צו טין מיט די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס עלטערן לייגען אריין אין די קינדער די ערשטע 18-20 יאר פון זייער לעבען (אין היכל הקודש די ערשטע פערצן און אהאלב יאר). מיט די ריכטיגע אויפבוי אלע יארען און א בערך קאמפּעטיבל שידוך זענען זיי עקוויפט אויפצושטעלן א לייטיש שטוב (און נארמאלע אומשטענדן).

איך פארשטיי אז גאר אבּוויעס פראבלעמען זעט מען מיטען ארויסגיין אפאר מאל, אבער דאס דארף מען לכאורה אויך צו זען ווען די עלטערן טרעפן זיי און דערנאך ווען זיי רעדן צווישן זיך פאר א האלבע שעה, נאכדערצו אויב מ'נעמט א צווייטע בעשוי ווי עס מאכט זיך אפט ביי אינזער ציבור, און גאר אבּוויעס פראבלעמען קומט עטוואס צוריק ביי אינפארמאציע זוכען אויך.

די פראבלעמען וואס קאוסען רוב שלום בית אישוס און גיטין וועט מען נישט זען אפילו מיט 10 מאל ארויסגיין. במילא איבערמאכן די שידוכים סיסטעם וועט נישט קיין סך העלפן. די נאכפאלגן איז א גזירה וואס מ'קען זיך נישט באווארענען.

און די עלטערן וואס טוען שידוכים פאר כבוד אדער געלט בשעת זיי ווייסן אז ס'טויג נישט און גייט נישט טויגען און זיי צווינגען די קינדער מיטצוגיין מיט עס, פאר זיי איז דא אן עקסטערע גיהנום אויף איינע פון די פלאנעטן. דענצמאל איז די פראבלעם מיט די מענטש, נישט מיטן סיסטעם. גאט זאל באהיטען די וויקטימס פון די פעלער.

איך בין מקצר צוליב ערב שבת...
 
די ארויסגיין עטליכע מאל העלפט אביסל צו זען אויב ס'איז דא בעיסיק קעמיסטרי.
און ס'טוישט די מיינדסעט אויך צו אויס שפירן אויב דאס איז א מענטש וואס דו ווילסט לעבן מיט.
פארשטייט זיך ס'איז נישט גענוג, אבער ס'איז בעסער ווי גארנישט.
 
איך קען עס הערן, ס'איז גאנץ לאגיש אז ס'מאכט אויס אויף די הרגשה צו דאס קען ארבעטען פאר זיי.

(הגם ווען מען טרעפט זיך באקענט מען זיך בעיקר, אפילו אויב ס'איז מערערע מאל, די קעמיסטרי פון שמועסען צווישן זיך איז גאר ווייט פון די לעוועל פון קעמיסטרי וואס א מערידזש רעקווייערד. אז זיי גייען ארויס עסען 1-2 מאל זעט מען שוין אביסל מער, וויאזוי זיי באגייען זיך פינאנציעל בעיקר צו מ'קויפט בצמצום, עווריזש אדער איבערגעטריבן, וויאזוי זיי רעדען צו די מענטשען פון די סטאָר אדער איבער די מענטשען פון די סטאָר, אין אויך וויאזוי זיי עסען, וואס זאגט אסאך מער ווי שמועסען איבער זייער געשוויסטער און א אפגעזונדערטע צימער, אן א ברעקל עסען צו די האנט ווייל ס'איז ממש די גרעסטע עבירה צו עסען אדער אפילו צו האבען עסען אויפן טיש ביי א בעשוי. פון די אנדערע זייט באקומט יעדער בעיסיק טרעינינג וויאזוי זיך אומצוגיין ביי בעשויס און דעיטס, אפילו אויב ס'איז 10 מאל האבען זיי עס אריינגעדרילט אין קאפ "זאג נישט דאס און טו נישט יענץ". איז ווייטער די קעמיסטרי דורכאויס די פּראַסעס פאלש און געשפילטע מעשות, מ'וועט שמייכלען די גאנצע צייט און רעדען איידל ווייל די פארשריפטן רופט פאר דעם, מ'קען באמת נישט בויען אדער וויסען גארנישט פון די אזויגערופענע קעמיסטרי וואס קומט פאר ביי בעשויס און דעיטס, הערשט אפאר וואכן נאכן חתונה הייבט זיך אן ארויסשטעלן די ריכטיגע קאלירן פון זיי, אפטמאל גייט די גאנצע מהות און קעמיסטרי אריין אין גארבעדזש פון איין טאג צום צווייטן. ווילאנג ס'איז נישט דא אן עקס-רעי מאשין וואס זאגט פון פאראויס פונקטליך וואס די מדובר און מדוברת איז, טי-אָו-טי, איז אלעס שיינע געימס אין מיין אפיניען. די איינציגסטע בענעפיט פון ארויסגיין מערערע מאל פארן שידוך און דורכאויס די אינגעידזשמענט איז אז מ'איז נישט אזוי פרעמד אויפן חתונה נאכט, זיי האבן שוין געטשילט און קאנעקטעד בעפאר, זיי זענען שוין ווי אלטע גיטע פריינט ווען ס'קומט צו די חתונה. איך מיין נאכאלץ אז דאס האט באמת גארנישט מיט באמת ארויסהאבן א מענטש, פראבלעמען קומען ארויס ווען די צייט איז רייף פאר עס, און ווי מ'זאגט אין די וועלט "איט איז וואַט איט איז". ס'קען זיין איך בין צו סטאָבערן דא איבער די נושא, אבער אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות, אפשר דארף איך טאקע נייע ברילן, אבער דא שטיי איך יעצט).
 
פארוואס איז עס מער פראפער?
מען קען האבען ספיקות אינדעם צו גאנג אז די באגעגעניש ביי די חסידישע איז אונטער די פיקוח פון די עלטערן ,ווייל עס איז דא א מקום צוזאגען אז עס דארף זיין אינדעפענדענט - און לעיסעז פעהר - עס איז דאך זייער זאך ,
מאידך גיסא אז מען האלט נישט ביי אויסגיין מערערע מאהל ביז מען ווערט פעמיליער ,איז דא אן אוקאוארדנעסס פרעזענט און עס ברענגט טשעלענדזשעס, וואס די פאקט אז די הורים זענען קלאוז ביי ,איז עס א פלאוס צו פעליסיטעיטען די פאראויסגיין פון דעם שידוך אז עס זאל זיין לטובה ויפק רצון מה׳
 
והערב נא דברי ריבי...
 
איך בין א גרויסע בעל טריגער און איך בין נישט געווארן געטריגערט פון דיינע פאונטס, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

(איך ווער נאר געטריגערט ווען מענטשן שרייבן אז זיי האפן אז זיי טריגערן נישט קיינעם, אויב איינער עגריד נישט מיט דיין פאונט הייסט עס נישט אז ער איז געווארן געטריגערט)
איך הער דיין נקודה...
די thought process אונטער די ווערטער וואס איך האב עס געשריבן איז געווען צו אראפברענגען די טעמפעראטור און לאזן מענטשן ריספאנסנדען, און נישט געצעלט קעגן די וועלכע דיסעגריען מיט מיר. איך הער אז די ווערסט נישט געטריגערט, אבער אנדערע ווערן יא.... (האסט געזען די רעספאנס פונעם פותח האשכול?....) און וויסענדיג אז די נקודות וואס איך שרייב קענען זיין polarizing האב איך פראבירט צו געבן א פתח פאר מיינע חולקים צו דיסעגריען אָן ווערן געטריגערט...
אבער, I get your point...
 
Back
Top