די חסידישע שידוכים סיסטעם: קראנק, משוגע, און אוממענטשליך !

וויבאלד אונז זעמער מענטשען וואס זענען שומר נגיעה איז נישט אזוי שייך צו דעיטען ווי נארמאלע מענטשן. איז די עצה צו מאכן קלענערע חתונות און אנטזאגן די קינדער אז זיי דעיטען עכט נאך די חתונה מיט א ריזיגע טשעינס פאר סוקסעס ווייל מ'האט געמאכט אלע אינפארמאציע פאר דעים.

"די מזבח איז נאר מורד דמעות נאך שנה ראשונה!" זאג איך פאר מיינע קינדער.
ב"ה אז מ'קען היינט שרייבן אזא הודעה אן דערמאנען ב"ק ווייל יעדער פארשטייט דאס אליין
 
"די מזבח איז נאר מוריד דמעות נאך שנה ראשונה!" זאג איך פאר מיינע קינדער.
די מזבח קען זיין איז נאר מוריד דמעות נאך שנה ראשונה, באט עוורי וואן עלס אינוואלווד, איז דא ביי יעדע דיוואורס נחלי דמעות מיט הארצוויי און מענטל דיסטרעס, ה' ישמרנו,
מען דארף האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן - און אז נישט מוז מען אדורכגיין דעם פראצעדור פון פירוד המשפחות און סתירת הבנין מיט די דמעות אינאיינעם,
סותר על מנת לבנות.
 
וויבאלד אונז זעמער מענטשען וואס זענען שומר נגיעה איז נישט אזוי שייך צו דעיטען ווי נארמאלע מענטשן. איז די עצה צו מאכן קלענערע חתונות און אנטזאגן די קינדער אז זיי דעיטען עכט נאך די חתונה מיט א ריזיגע טשעינס פאר סוקסעס ווייל מ'האט געמאכט אלע אינפארמאציע פאר דעים.

"די מזבח איז נאר מורד דמעות נאך שנה ראשונה!" זאג איך פאר מיינע קינדער.
די מזבח איז מוריד דמעות פאר המגרש אשתו ראשונה נאר ווען ס'איז "אשתו ראשונה" במובן האמיתי . דהיינו ס'איז דא עכטע טיעפע ליבשאפט פון ביידע איינער צום צווייטען . אבער א אשתו ראשונה וואס איז סתם צאמגעפאורט טעכניש ... אבער ס'איז נישטא די געהעריגען ליבשאפט פון ביידע איינע צום צווייטען דאן איז די מזבח מוריד דמעות ביי די חתונה ... נישט ביי די גירושין ....
 
עס איז א גוט ווארט.
דער מציאות איז אז אפט איז נישטא קיין עכט עזה כמות אהבה ביי די היימישע סיסטעם פאר דער חתונה, מען ארבעט צוזאמען אז עס זאל נולד ווערן די אהבה, אחוה און רעות דורך צוזאמען זיין און נאנט זיין איינער צום אנדערן, ביז עס ווערט נתעורר די געוואונטשענע ליבשאפט. עס איז טאקע נישט איידיעל, אבער עס קומט געווענליך אן.

די ליבע וואס ווערט נולד ביי "דעיטינג" איז עניוועי נישט לאנג לעסטינג, עס איז דא די "תאוה היא לעינים", אבער נישט אלץ דער נעסעסערי קאומפאונענט פאר אורך ימים ושנים.
 
די שאלה פרעגט זיך, קען מען דען וויסן פאר דעם אלעס? די גאנצע בעשוי איז דאך א שפיל, כמעט יעדער קען נאך שפילן פאר א פאר מינוט,
איך רעד נישט ווען איינער האט געהאט א געצווינגענע בעשוי אין א מערידזש וואס ער האט נישט געהאט א טשויס,
נאר איינער וואס איז אריבער די חסידישע סיסטעם, שדכן, אינפארמעישן, בעשוי, און ער זעהט נישט עכט פארוואס נישט, זי זעהט אויס גוט, א שיינע שמייכל, וכו', און ער זאגט יא מסכים, און נאכן חתונה הייבט ער אן זאגן כל מיני זאכן אויף איר, גאווה, חוצפה, העפי גאו לאקי, אידישקייט, דעפרעשן, קאנטראל פריק, וכו',
וואלט מען מיט מער בעשויס אדער טרעפונגען געקענט דעס דערשפירן?
איי דאונט טינק סאו

אדרבה לאמיך הערן
 
אין אסאך מאל משך'ן צייט טוישט ער זיין מיינונג אדער וועליוס,
לדוגמא ווען ער איז א חתן געווארן, איז ער אדער זי געווען א אומוויסענד אדער פלעין יאנטשי בחור/מיידל, און נאך א פאר יאר האט זיך די רצונות און רעיונות געבייט,
סא קען ער שרייען ווען איך וואלט געוויסט אז......

דו האסטעך געטשעינזשד, סאו וואט
 
עס איז א גוט ווארט - די מציאות איז אז אפט איז נישט
דא קיין עכט עזה כמות אהבה - ביי די היימישע סיסטעם פאר די חתונה - מען ארבעט צוזאמען אז עס זאל נולד ווערן די אהבה אחוה וריעות דורך צוזאמען זיין און נאהנט זיין איינער צו די אנדערע, ביז עס ווערט נתעורר
די געוואונטשענע ליבשאפט , עס איז טאקע נישט איידיעל,אבער עס קןמט אהן געוועהנליך,
די ליבע וואס ווערט נולד ביי דעיטינג איז עניוועי נישט לאנג לעסוטינג עס איז דא די - תאוה היא לעינים, אבער נישט אלץ די נעסעסערי קאומפאונענט פאר אורך ימים ושנים .

נארמאל די ערשטע אהבה איז די יסוד אויף וואס מען קען בויען די לאנגע טערמין אהבה . ס'שייך צו בויען אהבה אן דעם אויך אבער ס'איז שווערער ווייל מ'דארף אנהייבען פון סקרעטש אדער מיט ווייניגער .

און דאס איז טאמער די מצב איז נייטראל נישט אהבה אבער ס'שטיפט אויך נישט אוועק .. טאמער ס'שטיפט אוועק דאן איז עס שוין אסאך אסאך שווערע ... און ס'וואלט נישט געדארפט קומען דערצו בכלל ביי א נארמאלע סיסטעם .
 
די שאלה פרעגט זיך קען מען דען וויסען פארדעם אלעס
די גענצע בעשוי איז דאך א שפיל כמעט יעדער קען נאך שפילען פאר א פאר מינוט
איך רעד נישט ווען איינער האט געהאט א געצווינגענע בעשוי אין א מערידז וואס ער האט נישט געהאט א טשויס

נאר איינער וואס איז אריבער די חסידישע סיסטעם שדכן אינפארמעישן בעשוי אין ער זעהט נישט עכט פארוואס נישט זי זעהט אויס גיט א שיינע שמייכל וכוי
אין ער זאגט יא מסכים
אין נאכן חתונה הייבט ער אן זאגן כל מיני זאכן אויף איר גאווה חוצפה העפי גאו לאקי אידישקייט דעפרעשן קאנטראל פריק וכו

וואלט מען מיט מער בעשויס אדער טרעפונגען געקענט דעיס דערשפירען

איי דאונט טינק סאו
אדרבה לאמיך הערן
דער פראבלעם איז לאו דוקא צי ס'איז עפעס "שלעכט" מיט איר אדער מיט אים וואס זיי האבן נישט געוואוסט. זיי קענען ביידע זיין זייער פיין, און דאך נישט זיין איינער פאר דעם צווייטן.

און דאס קען מען נישט וויסן פון איין מאל זיך טרעפן. מען דארף זיך טרעפן גענוג ביז מען ווערט באקוועם איינער מיט דעם צווייטן און מען הייבט אן צו זיין זיך אליין... דאן קען מען אנהייבן שפירן צי מען איז גרייט צו לעבן מיט דעם מענטש פארן לעבן! נישט צי עס איז שלעכט אדער גוט... נאר צי עס איז "פאר מיר"!
 
נארמאל די ערשטע אהבה איז די יסוד אויף וואס מען קען בויען די לאנגע טערמין אהבה . ס'שייך צו בויען אהבה אן דעם אויך אבער ס'איז שווערער ווייל מ'דארף אנהייבען פון סקרעטש אדער מיט ווייניגער .

און דאס איז טאמער די מצב איז נייטראל נישט אהבה אבער ס'שטיפט אויך נישט אוועק .. טאמער ס'שטיפט אוועק דאן איז עס שוין אסאך אסאך שווערע ... און ס'וואלט נישט געדארפט קומען דערצו בכלל ביי א נארמאלע סיסטעם .
יפה דברת - דאס איז דער פוינט פון דער בעשוי וואס איז נאר א בליק, צו זעהן אויב עס איז עטליעסט נייטראל אז עס קען זיך בויען אן אהבה וריעות ,אויב איז אויף די ערשטע אימפרעשען די פילינג אז דאס איז נישט ,דארף מען אוועקשטיין ,
די פוינט אז די ערשטע בליינד לאוו איז א בעיס, אויף וואס מען קען נאכדעם לייכטער בויען איז וואהר, פונדעסטוועגען איז דער יסוד נישט אזא סאליד בעיס ,אבער לפום צערא אגרא ,אז מען בויעט אהן דעם
נאר פון נאכדעם, פון זיין צוזאמען און שערען דאס לעבען ,קען זיין די יסוד א סך שטערקער, און דער בנין עדי עד
 
די פראבלעם איז לאו דוקא צו ס'איז עפעס "שלעכט" מיט איר אדער מיט אים וואס זיי האבען נישט געוויסט .
זיי קענען ביידע זיין זייער פיין . און דאך נישט זיין איינער פארן צווייטען . און דאס קען מען נישט וויסען פון איין מאל זיך טרעפען . מען דארף זיך טרעפען גענוג ביז מעון ווערט באקוועם איינער מיטען צווייטען און מען הייבט אן צו זיין זיך ... דאן קען מען אנהייבען שפירען צו מען איז גרייט צו לעבען מיט דעם מענטש פאר'ן לעבען ! נישט צו ס'איז שלכעט אדער גוט ... נאר צו ס'איז פאר מיר !
איך האב א ארבייטער אן איטאליענער גוי זייער אנשטענדיג משפחה מיט קינדער איך בין זייער אפן מיט אים

איינמאל האב אים געפרעגט וואס גייט פאר אסאך מאל גייט ער נישט אהיים ער שלאפט איבער אין די וועירהאוז וואס טוט זיך מיט שלום בית
זאגט ערמיר ער געדעיט א יאר אין האלב אין געווען גרייט צו חתונה האבען אבער פינקט דעמאלטס האט ער עפעס געפילט אז עס איז נישט פאר אים

ער האט געפילט אביסל קאנטראלינג אבער אויכעט פינקט דעמאלטס איז זי געווארן פארשוואנגערט פין אים בטעות
האט ער מחליט געווען אז ער קען עס נישט טוהן פארן קינד אין ער מיז בלייבן מיט איר

למעשה זאגט ער שוין אריבער א סאך צייט ער געבט זיך נישט קיין עצה געווען בעסערע צייטן ערגערע
ער פרובירט אנציגיין ווי מעגליך
ווען עס איז כלו כל הקיצין גייט ער נישט אהיים ביז עס בארואיגט זיך

זעהט מען פין דעם זיי האבן געוואינט צוזאמען א אנדערהאלבן יאר געהאט געשלעכט אין וואס נישט ביז ער האט געפילט אז עס איז נישט פאר אים
 
די מזבח קען זיין איז נאר מוריד דמעות נאך שנה ראשונה , באט עוורי וואן עלס אינוואלווט , איז דא ביי יעדע דיוואורס נחלי דמעות מיט הארצווייעניש און מענטעל דיסטרעס-ה׳ ישמרנו ,מען דארף האפען אז
עס וועט זיך אויסארבעטען - און אז נישט מוז מען א דורך ג׳יין דעם פראצעדור פון פירוד המשפחות און סתירת הבנין מיט די דמעות אינאיינעם
סותר על מנת לבנות
ס'איז דא די זעלבע סטרעס ווען מ'דעיט פאר א יאר און ס'ארבייט זיך נישט אויס. על גחונך תלך. לייף איז נישט גרינג. אבער דעיטן נאך א שידוך וועטינג איז כמעט 90 פראצענט סוקסעס. מילא איז די סיסטעם ממש גאלד. נאר מאך א פשוטע חתונה און נאך נישט קיין גרויסע עסק. וד"ל.
 
איך האב א ארבייטער אן איטאליענער גוי זייער אנשטענדיג משפחה מיט קינדער איך בין זייער אפן מיט אים

איינמאל האב אים געפרעגט וואס גייט פאר אסאך מאל גייט ער נישט אהיים ער שלאפט איבער אין די וועירהאוז וואס טוט זיך מיט שלום בית
זאגט ערמיר ער געדעיט א יאר אין האלב אין געווען גרייט צו חתונה האבען אבער פינקט דעמאלטס האט ער עפעס געפילט אז עס איז נישט פאר אים

ער האט געפילט אביסל קאנטראלינג אבער אויכעט פינקט דעמאלטס איז זי געווארן פארשוואנגערט פין אים בטעות
האט ער מחליט געווען אז ער קען עס נישט טוהן פארן קינד אין ער מיז בלייבן מיט איר

למעשה זאגט ער שוין אריבער א סאך צייט ער געבט זיך נישט קיין עצה געווען בעסערע צייטן ערגערע
ער פרובירט אנציגיין ווי מעגליך
ווען עס איז כלו כל הקיצין גייט ער נישט אהיים ביז עס בארואיגט זיך

זעהט מען פין דעם זיי האבן געוואינט צוזאמען א אנדערהאלבן יאר געהאט געשלעכט אין וואס נישט ביז ער האט געפילט אז עס איז נישט פאר אים
זיין טעות איז געווען צו מאכען א קינד פאר חתונה האבען . דאס איז א גרויסע טעות .
 
בכלל א יאר מיט א האלב דעיטען איז צו לאנג ... וואס מען קען וויסען פון דעיטען קען מען וויסען בדרך כלל פון 2 חדשים ... מען לעבט דאך נישט קיין מיליאן יאר ... סאו ס'נישטא קיין צייט צו דעיטען יעדע פאטענציאל פרוי פאר א פאר יאר ...

אין נח'ס צייטען האט מען געקענט ... נח האט געהאט זיינע קינדער ביי די 500 יאר ...
 
בכלל א יאר מיט א האלב דעיטען איז צו לאנג ... וואס מען קען וויסען פון דעיטען קען מען וויסען בדרך כלל פון 2 חדשים ... מען לעיט דאך נישט קיין מיליאן יאר ... סאו ס'נישטא קיין צייט צו דעיטען יעדע פאטענציאל פרוי פאר א פאר יאר ...

אין נח'ס צייטען האט מען געקענט ... נח האט געהאט זיינע קינדער ביי די 500 יאר ...
וואס זאגסו זיי מסביר אין איין ווארט
 
איך האב א ארבייטער אן איטאליענער גוי זייער אנשטענדיג משפחה מיט קינדער איך בין זייער אפן מיט אים

איינמאל האב אים געפרעגט וואס גייט פאר אסאך מאל גייט ער נישט אהיים ער שלאפט איבער אין די וועירהאוז וואס טוט זיך מיט שלום בית
זאגט ערמיר ער געדעיט א יאר אין האלב אין געווען גרייט צו חתונה האבען אבער פינקט דעמאלטס האט ער עפעס געפילט אז עס איז נישט פאר אים

ער האט געפילט אביסל קאנטראלינג אבער אויכעט פינקט דעמאלטס איז זי געווארן פארשוואנגערט פין אים בטעות
האט ער מחליט געווען אז ער קען עס נישט טוהן פארן קינד אין ער מיז בלייבן מיט איר

למעשה זאגט ער שוין אריבער א סאך צייט ער געבט זיך נישט קיין עצה געווען בעסערע צייטן ערגערע
ער פרובירט אנציגיין ווי מעגליך
ווען עס איז כלו כל הקיצין גייט ער נישט אהיים ביז עס בארואיגט זיך

זעהט מען פין דעם זיי האבן געוואינט צוזאמען א אנדערהאלבן יאר געהאט געשלעכט אין וואס נישט ביז ער האט געפילט אז עס איז נישט פאר אים
בקיצור, ברענגסט א ראיה אז נאך א לאנגע צייט דעיטן ווערן זאכן אסאך קלארער. משא"כ זיין צוגעבינדען פריער קען ברענגען שפעטער שווערע השלכות.
 
בקיצור, ברענגסט א ראיה אז נאך א לאנגע צייט דעיטן ווערן זאכן אסאך קלארער. משא"כ זיין צוגעבינדען פריער קען ברענגען שפעטער שווערע השלכות.
ממש נישט

איך האב פארציילט די מעשה כמו שהוא
די פוינט איז אויב ער וואלט ווען געווען א סיסטעם סאסייעטי בחור מיט א בעשוי אדער א באדעראנער מיט עטליכע בעשויס
וואלט ער צוזאם געשאלטן אין צושמאלצן א האלבע ערד קוגל
אויף זיין מצב

די פוינט אז אפי' ער האט איר שוין געקענט אינסייד אוט אין דאך האט זי זיך געקענט אהערשטעלן
זעהט מען אז אפי' מען דעיט פאר לאנג קען מען נאכאלץ פארדעקן

זאל פשוט קיינער נישט זאגען אז דעיטן שמעיטן איז עפעס בעסער
זיי מתפלל אין ארבעט אויף דיין מידות וועט אייך גיט זיין
 
עס איז אלעמאל דא א יוצא מן הכלל! ס'מיינט נישט אז ס'דארף נישט זיין א נארמאלע וועג וואס שטימט מיט די נאטור פון די מענטשהייט.

דער מציאות היינט איז, אז ווען עס געשעט א פראבלעם, קענען נישט די נארישע מנהיגים וואס האבן דאס איינגעפירט זאגן "ידינו לא שפכו את הדם הזה", כאטש עס קען זיך מאכן א ספעציפישע מעשה וואס האט לאו דוקא צו טון מיט דער סיסטעם. אבער ווילאנג די אחראים אויף אזא נארישער סיסטעם טוען נישט אלעס וואס זיי קענען צו פיקסן די טפשות, דאן איז דאס בלוט אייביג אויף זייערע הענט! נישט נאר פארוואס עס געשעט, נאר אויך פארוואס עס האט געקענט געשען!!
 
יעדע שטיק צייט ווערט די נושא ווידעראמאל ארויפגעברענגט, און באמת בין איך זייער סימפאטיש צו די ווייטאג וואס ליגט אין דיינע ווערטער. אבער איך מיין אז דו פארזעהסט איין נקודה: די נושא פון שידוכים עקזיסטירט נישט אין קיין וואקיום, עס איז א חלק פון א ברייטערע סיסטעם, א סיסטעם אין וואס קיין בעסערע מהלך איז נישט דא.

אין א סיסטעם ווי די מינים זענען אפגעטיילט איינער פון צווייטן אויף אזא שטארקע אופן, איז נישט שייך צו ערווארטן מענטשן צו טרעפן שידוכים אויף א מער ארגאנישע אופן. בע''כ מוזטו צוקומען צו אזא שידוך סיסטעם. און אפי' אויב איינער זאל ווען וועלן, אז אינעם שידוך סיסטעם זאל זיך די פאָר נענטער באקענען, איז עס נאכאלץ לימיטעד, וויבאלד זיי ביידע האבן נישט קיין עקספיריענס אין די געדאנק פון זוגיות און זייער פארשטאנד דערין איז לימיטעד.

יעצט. נאכדעם וואס מען פארשטייט אז דאס איז די איינציגסטע עוועיליבל וועג, מיין איך אז מען קען כאטש טון שידוכים ריכטיג, מאכן די ריכטיגע חקירות צו זעהן אויב דאס איז א גוטע פאָר, און בויען די אהבה און קשר נאך די מערידש (וואס לדעתי איז א לעגיטימע מהלך). איך מיין אז רוב פון די פראבלעמען וואס דו דערמאנסט, קומט צוליב נישט טון שידוכים ריכטיג. ווידעראום אויב טוט מען שידוכים ריכטיג איז די רעזולטאט געווענליך גוט (אוודאי איז עס נישט פערפעקט אבער געווענליך קען עס זיין גוט).
 
איך געדענק מיין בעשוי האט גענומען אונטער 10 מינוט... מיין טאטע איז געווען ביזי ביפאר אז איך גיי נישט א חתן ווערן ווייל איך בין א גראבער און איך פאלוי נישט זיין פעט פונקטליך, סא ווען איך האב געזען א דארע מיידל אינפארנט פון מיר האב איך גלייך אויפגעטאנצן און מאאאאאאאאאאזעל טאאאאאאב...

אפאר שעה שפעטער האב איך שוין געכאפט אז עס איז א ענבי הגפן בענבי הראזינקע.... און שוין!!!
 
2.
יעצט, בנוגע אנדערע סיסטעמען:
לדעתי האבן זיי אויכעט פראבלעמען.
די ליטווישע מהלך איז א קאמבינאציע פון שידוכים מיט דעיטן, מען האט גענומען די חסרונות פון ביידע. כאטש וואס זיי האבן די דעיטן חלק - וואס איז בעסער ווי ביי די חסידים, האבן זיי אבער גענומען א שידוכים צוגאנג דערצו און אריינגעברענגט אלע אירע חסרונות. עס איז נישט ארגאניש נישט אוטענטיש און פאקוסירט אויף נארישקייטן. די רעזומעי איז דארט פיל וויכטיגער ווי ביי די חסידים.
די מאדערנע מהלך איז די גאנצע פארקערטע. עס האט די מעלה אז עס איז ארגאניש און נאטורליך, אבער מען האט אוועקגענומען די ערנסטקייט פון די מושג פון עקשילי זוכן א פאָר, און די דעיטן איז געווארן די ציל פאר זיך. מען דעיט פאר יארן לאנג זיכנדיג צו פאלן אין ליבע, און עס גייט נישט אין ערגעץ.

לדעתי (עטס מוזט נישט מסכים זיין...) האט כמעט קיינער נישט גענאגעלט די זאך (די איינציגסטע וואס האבן עס מעגליך יא זענען מאדערנע - נישט ישיבישע אידן וואס טרעפן א פאָר נאַטירליך אבער טוען עס מיט א ציל צו חתונה האבן - נישט צו דעיטן סתם און זענען שומר נגיעה ביז דאַן). די ריכטיגע מהלך וואלט געדארפט זיין:
1. די מינים זענען נישט אזוי אפגעטיילט, און שידוכים פאסירן נאטורליך (אדער מיט א שדכן בלױז אלס א פלאָס צו העלפן מענטשן טרעפן).
2. מען דעיט מיט א ציל צו חתונה האבן, דאס דארף מען צו קענען זעהן אין א רעלעטיוו קורצע צייט (מען קען דן זיין איבער די פונקטליכע צייט, אבער די נקודה איז: גענוג לאנג צו באמת פארשטיין און זיך באקענען מיט די מענטש, אבער נישט אזוי לאנג וואס עס ווערט א ציל פאר זיך). עס נעמט נישט 5 יאר צו זעהן אויב דיין פאָר איז דיין באשערטע.
3. די גאנצע צייט איז געווידמעט צו זיך באקענען מיטן צווייטן און זעהן אויב זיי זענען פאר דיר, און נישט געווידמעט צו "פאלן אין ליבע".
(ליבע איז נישט עפעס וואס מען פאלט אין, עס איז עפעס וואס מען עררייכט דורך בויען די קשר. עס איז א דירעקטע רעזולטאט פון די קשר פון זיין חתונה געהאט און נישט שייך פאר דעם. צו זיין קלאר: עס איז דא א נאטורליכע ערשיינונג פון פאלן אין ליבע, אבער עס איז נישט קיין זאך וואס בלייבט, עס עפעס וואס איז געבויט אויף די נאוועלטעט פון די געשעעניש און איז נאר דא אין אנפאנג, עס איז ביי דעזיין נישט עפעס וואס דארף זיין קבוע. די סארט ליבע איז א עמאציע, א עקספיריענס. אמת'ע ליבע איז א עקשאן וואס דער מענטש טוט. פאלן אין ליבע איז במידת מה פאקוסירט אויף זיך אליין - א הרגשה וואס מענטש שפירט. ליבע פון די קשר הזוגי איז דומה צו די ליבע פון עלטערן צו א קינד וואס איז נישט תלויה בדבר, ליבע אלס רעזולטאט פון די עצם קשר וואס עקזיסטירט צווישן זיי, ריגארדלעס וויאזוי דער אנדערע צד מאכט דיר שפירן. באמת איז גוט אז מען זאל פאלן אין ליבע דורכאויס די דעיטן פראצעדור, עס איז למעשה א שטארקע פונדאמענט צו די צווייטע שלב פון ליבע, אבער דאס קען נישט זיין די ציל).
4. נאכן זיך גוט באקענען, און ביידע זענען מחליט אז דאס קוקט אויס ווי זייער פאָר מיט וועם זיי ווילן חתונה האבן, דאַן האבן זיי חתונה און בויען אויף א טיפע קשר מיט טיפע אהבה.

איך האף איך טריגער נישט קיינעם. ביז דערווייל קען מען שרייען.
 
Back
Top