2.
יעצט, בנוגע אנדערע סיסטעמען:
לדעתי האבן זיי אויכעט פראבלעמען.
די ליטווישע מהלך איז א קאמבינאציע פון שידוכים מיט דעיטן, מען האט גענומען די חסרונות פון ביידע. כאטש וואס זיי האבן די דעיטן חלק - וואס איז בעסער ווי ביי די חסידים, האבן זיי אבער גענומען א שידוכים צוגאנג דערצו און אריינגעברענגט אלע אירע חסרונות. עס איז נישט ארגאניש נישט אוטענטיש און פאקוסירט אויף נארישקייטן. די רעזומעי איז דארט פיל וויכטיגער ווי ביי די חסידים.
די מאדערנע מהלך איז די גאנצע פארקערטע. עס האט די מעלה אז עס איז ארגאניש און נאטורליך, אבער מען האט אוועקגענומען די ערנסטקייט פון די מושג פון עקשילי זוכן א פאָר, און די דעיטן איז געווארן די ציל פאר זיך. מען דעיט פאר יארן לאנג זיכנדיג צו פאלן אין ליבע, און עס גייט נישט אין ערגעץ.
לדעתי (עטס מוזט נישט מסכים זיין...) האט כמעט קיינער נישט גענאגעלט די זאך (די איינציגסטע וואס האבן עס מעגליך יא זענען מאדערנע - נישט ישיבישע אידן וואס טרעפן א פאָר נאַטירליך אבער טוען עס מיט א ציל צו חתונה האבן - נישט צו דעיטן סתם און זענען שומר נגיעה ביז דאַן). די ריכטיגע מהלך וואלט געדארפט זיין:
1. די מינים זענען נישט אזוי אפגעטיילט, און שידוכים פאסירן נאטורליך (אדער מיט א שדכן בלױז אלס א פלאָס צו העלפן מענטשן טרעפן).
2. מען דעיט מיט א ציל צו חתונה האבן, דאס דארף מען צו קענען זעהן אין א רעלעטיוו קורצע צייט (מען קען דן זיין איבער די פונקטליכע צייט, אבער די נקודה איז: גענוג לאנג צו באמת פארשטיין און זיך באקענען מיט די מענטש, אבער נישט אזוי לאנג וואס עס ווערט א ציל פאר זיך). עס נעמט נישט 5 יאר צו זעהן אויב דיין פאָר איז דיין באשערטע.
3. די גאנצע צייט איז געווידמעט צו זיך באקענען מיטן צווייטן און זעהן אויב זיי זענען פאר דיר, און נישט געווידמעט צו "פאלן אין ליבע".
(ליבע איז נישט עפעס וואס מען פאלט אין, עס איז עפעס וואס מען עררייכט דורך בויען די קשר. עס איז א דירעקטע רעזולטאט פון די קשר פון זיין חתונה געהאט און נישט שייך פאר דעם. צו זיין קלאר: עס איז דא א נאטורליכע ערשיינונג פון פאלן אין ליבע, אבער עס איז נישט קיין זאך וואס בלייבט, עס עפעס וואס איז געבויט אויף די נאוועלטעט פון די געשעעניש און איז נאר דא אין אנפאנג, עס איז ביי דעזיין נישט עפעס וואס דארף זיין קבוע. די סארט ליבע איז א עמאציע, א עקספיריענס. אמת'ע ליבע איז א עקשאן וואס דער מענטש טוט. פאלן אין ליבע איז במידת מה פאקוסירט אויף זיך אליין - א הרגשה וואס מענטש שפירט. ליבע פון די קשר הזוגי איז דומה צו די ליבע פון עלטערן צו א קינד וואס איז נישט תלויה בדבר, ליבע אלס רעזולטאט פון די עצם קשר וואס עקזיסטירט צווישן זיי, ריגארדלעס וויאזוי דער אנדערע צד מאכט דיר שפירן. באמת איז גוט אז מען זאל פאלן אין ליבע דורכאויס די דעיטן פראצעדור, עס איז למעשה א שטארקע פונדאמענט צו די צווייטע שלב פון ליבע, אבער דאס קען נישט זיין די ציל).
4. נאכן זיך גוט באקענען, און ביידע זענען מחליט אז דאס קוקט אויס ווי זייער פאָר מיט וועם זיי ווילן חתונה האבן, דאַן האבן זיי חתונה און בויען אויף א טיפע קשר מיט טיפע אהבה.
איך האף איך טריגער נישט קיינעם. ביז דערווייל קען מען שרייען.