״די הייוו״ (גראסערי) שליסט אירע טויערן (צוריק אפן)

הודו נאנאש

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 31, 2024
מעסעדזשעס
45
רעאקציע ראטע
225
פונקטן
28
די הערליכע גראסערי אין מאנסי וואס איז קוים א יאר אלט איז היינט געגאנגען באנקראט, און פארמאכט אירע טויערען.
זייער אינטערעסאנט ווי זיי זענען געגאנגען ווראנג, זיי האבן געהאט א שיינע סטאר אין אין א גוטע לאקעשען.

אלצווייסער זאגען אז עווערגרין איז אין פארהאנדלונג איבער אפקויפן די גראסערי.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8807.jpeg
    IMG_8807.jpeg
    697.6 KB · געזען: 29
איך האב פונקט נעכטן גערעדט צו איינער וואס האט א גראסערי און ער האט זיך זייער אפגערעדט, ער זאגט אז אויב די מצב גייט ווייטער אן אזוי ווי די לעצטע פאר חדשים גייט ער דארפן ארויסגיין פון ביזנעס, ביז אפאר חדשים צוריק האט די עולם געשריגן אז די גראסערי׳ס האקן א לעבן אויף אונזער חשבון.
 
אינטערסאנט איבער דעי צומאכן און ווייניגער ווי א יאר אפען!
כ׳האב אלס געוויסט די כלל אז פאר צוויי יאר טאר מען נישט פארמאכן א ביזנעס, ווייל מען קען נאך סייווי נישט זעהן קיין רווחים.
 
טאקע, אבער ער האט נישט נאר נישט געזען קיין רווחים, נאר ער האט גאר שווער דערלייגט,
ער האט שוין פשוט נישט געהאט קיין געלט צו אנגיין, די רענט, סופלייערס וכו'
חבל...
 
איך האב פונקט נעכטן גערעדט צו איינער וואס האט א גראסערי און ער האט זיך זייער אפגערעדט, ער זאגט אז אויב די מצב גייט ווייטער אן אזוי ווי די לעצטע פאר חדשים גייט ער דארפן ארויסגיין פון ביזנעס, ביז אפאר חדשים צוריק האט די עולם געשריגן אז די גראסערי׳ס האקן א לעבן אויף אונזער חשבון.
ס'איז ליידער אמת. צוליב די אקאנאמיע איז נישט דא ביליג געלט אויף די גאס און מ'קויפט נאר וואס ס'איז וויכטיג און נישט קיין לוקסיערעיזע פראדוקטן. און בכלל זענען מענטשן זייער שאפינג סעווי און מ'זוכט ווי ס'איז ביליגער
 
די הערליכע גראסערי אין מאנסי וואס איז קוים א יאר אלט איז היינט געגאנגען באנקראט, און פארמאכט אירע טויערען.
זייער אינטערעסאנט ווי זיי זענען געגאנגען ווראנג, זיי האבן געהאט א שיינע סטאר אין אין א גוטע לאקעשען.

אלצווייסער זאגען אז עווערגרין איז אין פארהאנדלונג איבער אפקויפן די גראסערי.
עווערגרין האט עס אפגעקויפט!
 
אינטערסאנט איבער דעי צומאכן און ווייניגער ווי א יאר אפען!
כ׳האב אלס געוויסט די כלל אז פאר צוויי יאר טאר מען נישט פארמאכן א ביזנעס, ווייל מען קען נאך סייווי נישט זעהן קיין רווחים.
די גראסערי איז געווען שרעקליך מיס’מענידזשד.
 
כ'הער אז זיי האבן צוריק געעפנט
איינער מיט אינפאו?
 
א קאמפאטישן מיט בינגאו איז נישט קיין שלעכטע געדאנק פארן קאנסומער.. זאלן זיי ביידע מצליח זיין..
 
דער עולם זוכט באדזשעט פרייזן, די גראסעריס רייסן אין די הימל אריין, די קאנטראסט אין פרייזן פונעם יוד ביזן גוי האט ממש נישט קיין הסבר, ווי לאנג דערוילעם וועט זיך לאזן וועט מען זיי שינדן אבר מן החי..
 
אין פרייזן פונעם יוד ביזן גוי האט ממש נישט קיין הסבר
כ'האב שוין אסאך געזען די טענה, אבער כ'ווייס נישט ווי ווייט עס איז טאקע אזוי אין מציאות. כ'בין שוין געווען אסאך מאל אין שאפרייט און כ'האב נישט געזען אז זאכן זאלן זיין צופיל ביליגער
 
דער עולם זוכט באדזשעט פרייזן, די גראסעריס רייסן אין די הימל אריין, די קאנטראסט אין פרייזן פונעם יוד ביזן גוי האט ממש נישט קיין הסבר, ווי לאנג דערוילעם וועט זיך לאזן וועט מען זיי שינדן אבר מן החי..
דא און דא האב איך געשריבן דערוועגן. אדרבה ווער ס'קען מוסיף זיין און ארויסהעלפן מיט פּרייזן ווי מ'קען איינקויפן פאר ביליג וועט עס זיין א זכות
 
עווערגרין האט עס אפגעקויפט
אויב האבן זיי א קאמפעטישען, זאלן זיי אליינס זיין זייער אייגענע קאמפעטישען, און אליינס מאכן די געלט וואס א צווייטע קאמפעטישען וואלט געמאכט
איך האב שוין אמאל געהערט אזא סברא, צו איז עס אויסגעהאלטן בכללי המסחר?
 
דו פרעגסט צו עס איז אויסגעהאלטן בכללי המסחר??? דו האסט די מינדסטע ידיעה אין גרויסע קאמפאני'ס?

ווער איז Kayco?
 
עווערגרין האט עס אפגעקויפט
אויב האבן זיי א קאמפעטישען, זאלן זיי אליינס זיין זייער אייגענע קאמפעטישען, און אליינס מאכן די געלט וואס א צווייטע קאמפעטישען וואלט געמאכט
איך האב שוין אמאל געהערט אזא סברא, צו איז עס אויסגעהאלטן בכללי המסחר?
ס׳זיכער א גוט מאוו אויב די מארקעט איז גענוג גרויס צי אויסהאלטן ביידע, וואס אין מאנסי איז טאקע דא פלאץ פאר דעים.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top