די ICE Schutzstaffel אגענטור exposed

קענסט ענטפערן דירעקט אויף ריספאנסעס צו דיינע מעסעדזשס אויב מעגליך?
וועלן מיר זיך בארגען א פסוק פון שמואל , ווי דוד זאגט צו גלית -אתה בא אלי בחרב ובחנית ואנכי בא אליך בשם ה׳ צבאות , איך קום צודיר מיט בינה און דעת פון די חכמי תלמוד, און דרייסט מיר א קאפ מיט דיין בקיאות אין די קאנסטיטוציע, וואס ווערט שטענדיג איבער געדרייט לויט די ווהימס פון די שופטים וואס זיצען אין סופריעם קאורט .

צו דער זאך יעצט , די גיזעצענע אין לאנד - מען רופט סיי די רויטע - האבען געפיעלט אז די מהלך פון אפען האלטען די גרעניצן, און אריינלאזען אין לאנד כל צרוע וזב וחולי נפש, מוז קומען צו אן ענדע
און אזוי ווי כהיום איז שוין דא אין לאנד בערך צוואנציג מיליאן אומלעגאלע איינוואהנער, דארף מען זיי צוריק שיקען צו זייער אריגינאל לאנד , דאס איז נישט קיין סוד עס איז גלוי לכל , און ארום צוויי מיליאן פון די אימיגראנטען האבען פארשטאנען די מעסעדזש,און מרצונם הטוב האבען זיי עמיגרירט צוריק צו זייער אריגאן ,די אנדערע איז דא פיעל פון זיי פארברעכער רעיפיסטס- ביי די מוסלעמענער איז רעיפ די נקבה אלץ שולדיג ,דראוג דילערס, און שווינדלער ווי די פון סאמאליע, פאר א דוגמא ,
די אייס זענען פאליציי ממונה אדורך צו פירען די ענפאורסמענט -טו געד ריד אף דיעס-
איז דא די וואס האבען זיך ארגאניזירט, זיי צו שטערן פון דער ארבייט - דאס אליינס איז א קרימינאל אקטיוויטי ,ווייל דאס איז א קאנספירעסי קעגן די גאווערנמענט עס איז נישט פראטעקטעט ביי די קאנסיטטשען ,די פרוי האט זיך צו גישטעלט צו די סובווערסיוו אקטיוווטי און זי האט באצאהלט די פרייז .
ביי די קארל מארקס וחביריו, פון ווי דו קומסט, האט מען פאר אידעאלאגיע צוטרעיטן און אפגעווישט מענטשן אין די אלפים ורבבות
ארץ ארץ אל תכסי דמם.
 
וועלן מיר זיך בארגען א פסוק פון שמואל , ווי דוד זאגט צו גלית -אתה בא אלי בחרב ובחנית ואנכי בא אליך בשם ה׳ צבאות , איך קום צודיר מיט בינה און דעת פון די חכמי תלמוד, און דרייסט מיר א קאפ מיט דיין בקיאות אין די קאנסטיטוציע, וואס ווערט שטענדיג איבער געדרייט לויט די ווהימס פון די שופטים וואס זיצען אין סופריעם קאורט .
ס'איז איין זאך צי אנפאטשקענען א נייעס שנירל מיט פסוקים פון נ"ך

אבער דאס איז א האל ניו לעוועל, צי שרייען אויף איינעם וואס ברענגט די קאנסטיטוציע, אז ער דרייט א קאפ...🤣
 
ס'איז איין זאך צי אנפאטשקענען א נייעס שנירל מיט פסוקים פון נ"ך

אבער דאס איז א האל ניו לעוועל, צי שרייען אויף איינעם וואס ברענגט די קאנסטיטוציע, אז ער דרייט א קאפ...🤣
אזויווי דו זאגסט!

מ'קען זיך טענה'ן צו אייס איז געזעצליך און צו די שיסעריי איז געווען סעלף דיפענס אדער דארף ער גיין זיצן פאר מערדעריי, און פארדעם איז די שנירל דא.
צו קומען אבער זאגן אז מאמרי חז''ל זענען דא מער רעלעוואנט ווי די קאנסטיטוציע, אדער צו האקן אין קאפ איבער אבאמא'ס טרייהייט צו די קאנסטיטוציע, איז ווי קומען שלאגן כפרות אינמיטן ברכה אחריתא.

ווער ס'וויל קען ענטפערן אויף די פוינטס אין קוועסטשאן, אדער עפענען פרישע שנירלעך איבער אבאמא, אשלי באביט, סאשעליזם, און דוד מיט גלית.
קומען דא און שרייען אז די געזעץ מאכט נישט אויס איז ביי מיר א קאנסעשאן אויף די ארגינעלע פוינטס. א גוטן טאג!
 
די אשכול איז אויפגעמאכט געווארן דורך א לינקע צו פארדאמען אייס בכלליות און אויך געמאכט א צימעס פון דער שיסעריי, די צד שכנגד האט אפגענטפערט אלע טענות. למעשה האט די לינקע צד נישט אנגענומען די רעכטע צד און צופיל חידושים זענען נישט צוגעקומען איז געבליבן אז דערווייל קען מען שרייען..... נאצי.
דערווייל קען מען שרייען פוי
 
אין תלמוד בבא קמא איז דא א דין פון נזיקין אז איינער איז משסה א כלב - ער רייצט אהן א הונט און ער בייסט א חבר איז דער באלעבאס פון דעם כלב חייב צו באצאהלען, ווייל דער באלעבאס וואס האט עס צו גיזעהן האט גידארפט טהון וואס איז מעגליך אז זיין כלב זאל נישט מזיק זיין , כאטש א צווייטער רייצט אהן דעם כלב , ווי אזוי איז אבער איינער רייצט אהן א כלב און ער אליינס ווערט געביסען פון דעם כלב ,איז דער באלעבאס פטור, אפילו ער שטייט דארט און ער טוט נישט צוריק האלטען דעם כלב, אז ער זאל נישט מזיק זיין דעם אהנרייצער ,ווייל דער אהנרייצער פון דעם כלב איז זיך אליין שולדיג , מען זאגט איהם כל המשנה ובא אחר ושינה בו פטור , אז דו רייצט זיך מיט דעם הונט,
קום נישט נאכדעם וויינען אז די האסט גיכאפט א בייס פון איהם . די פרוי איז זיך גיגאנגען רייצען און פראוואצירן מיט די אייס פאליציי און זי איז געאוורען א קרבן, עס איז א שאהד אבער זי האט זיך
אליינס אריינגישטעלט אין א גוב אריות שואגים לטרף .
דאס איז אלס פיין ווען מ'רעדט פון הינט.

אייס אפילו זיי באנעמען זיך ווי חיות צו אנדערע מענטשן, דאך קיין ביאלאגישע הינט זענען זיי נישט.
 
אזויווי דו זאגסט!

מ'קען זיך טענה'ן צו אייס איז געזעצליך און צו די שיסעריי איז געווען סעלף דיפענס אדער דארף ער גיין זיצן פאר מערדעריי, און פארדעם איז די שנירל דא.
צו קומען אבער זאגן אז מאמרי חז''ל זענען דא מער רעלעוואנט ווי די קאנסטיטוציע, אדער צו האקן אין קאפ איבער אבאמא'ס טרייהייט צו די קאנסטיטוציע, איז ווי קומען שלאגן כפרות אינמיטן ברכה אחריתא.

ווער ס'וויל קען ענטפערן אויף די פוינטס אין קוועסטשאן, אדער עפענען פרישע שנירלעך איבער אבאמא, אשלי באביט, סאשעליזם, און דוד מיט גלית.
קומען דא און שרייען אז די געזעץ מאכט נישט אויס איז ביי מיר א קאנסעשאן אויף די ארגינעלע פוינטס. א גוטן טאג!
דער עיקר איז אז עס זאל זיין ישמחו, מען שמועסט אהער און אהין, מען גייט דאך נישט דא מתיר זיין עגונות און אויך נישט באיינפלוסען די אינוועסטיגעשן
יעדער זאגט זיין מחשבה, סאו, טעיק איט איזי, אונז זעמיר אלע פרענדס - רעכט לינקס , אבי געזונט - ביי מיר קומט אלץ אויף ,הנחות און יסודות פון די תלמוד , ענדערש ווי די פון די קאנסטיטוציע, יעדער איז יונק פון זיין מקום ווי ער פיעלט באקוועם . נאר כדי שלא להוציא הנייר חלק, איז כדאי צו וויסען אז די שרייבער פון די קאנסטיטוציע זענען גיוועהן פעמיליער מיט תלמוד,און עס האט גיהאט אן אינפלוענס אויף זייער מהלך, ספעציעל בענדזשאמין פרענקלין - דרך אגב איז דא מוסר ספר חשבון הנפש פון לאפין וואס רבי ישראל סאלאנטער מייסד תנועת המוסר האט איבער געדרוקט, און מפיץ גיוועהן, און דער ספר איז מיוסד אויף די פארפאסונג פון פרענקלין אין ענגליש - ווייל עטיקעט איז יוניווערסאל .
חכמה בגוים תאמין
 
הונדערט פראצענט
 
די אשכול איז אויפגעמאכט געווארן דורך א לינקע צו פארדאמען אייס בכלליות און אויך געמאכט א צימעס פון דער שיסעריי, די צד שכנגד האט אפגענטפערט אלע טענות. למעשה האט די לינקע צד נישט אנגענומען די רעכטע צד און צופיל חידושים זענען נישט צוגעקומען איז געבליבן אז דערווייל קען מען שרייען..... נאצי.
אזוי גאר?!

איך האב נאכנישט געזען קיינעם פארענטפערן די פשוט'ע גראדע ווערטער פון @אלפא
גיי ליין דיין קאנסטיטוציע (#צווייטע און פערטע אמענדמענט) און גיי פארש די געזעצן פון פאליסינג איידער דו שרייסט 'מוראה של מלכות'...
  • שטיין אין פארנט פון א קאר וואס קען זיך רוקן איז כפי ידיעתי אנקעגן די פאליסינג גיידליינס - אויב נישט געזעץ, ס'שיינט ווי זיי האבן זיך געזוכט פראוואקאציעס - אזויווי עס איז באקאנט אז אייס זוכט זיך (זע צווייטע ווידעא מיט אובער דרייווער) און זייער מינימאלע אדער אומבאקאנטע טרענירונג געבט נישט צו צו זייער פראפעסיאנאליזם.
  • שיסן ווען ער קען זיך רוקן -אזויווי ער האט פאקטיש געטון, איז נישט סעלף דיפענס. ער איז גענוג נאנט צום קאר אז ער קען אוועק טאנצן צו די זייט, ער איז פארנומען צו שלעפן זיין רעוואלווער אנשטאט. אין קיין סכנה האט ער זיך נישט געשפירט!
  • שיסן ווען די קאר רוקט זיך סייווי - וועט אים נישט ארויסנעמען פון סכנה, אויב עפעס וועט עס ערגער מאכן, און קיין רעגארד וואס געשעט צום קאר נאכדעם (אין א באוואוינטע געגנט) האט ער זיכער נישט. ווידעראום נישט קיין סעלף דיפענס נאר ווילדע אומפולס.
  • זיינע פיס זענען קלאר ביי די זייט פונעם קאר ווען ער שיסט צום ערשטן מאל, ווי געזען אין די ווידעא אנאליזן. די ווייטע ווידעא וועלכע ווייזט אומקלאר ווי כאילו ער ווערט אראפגעקלאפט, ווערט דיבאנקט דורך די פרישערע ווידעא וועלכע CNN האט ארויסגעלייגט, וואס ווייזט קלאר אז עס איז ס"ה סינקראנאזירטע מאוומענטס.
  • די ערשטע שאס איז ביי די עק פון די פענסטער מיט א גוטע ענגל, צייגנדיג נאכאמאל אז 'אין פארנט' איז ער נישט געווען!
  • די צווייטע אין דריטע שאס האבן לכולי עלמא נישט קיין בארעכטינגונג, אדרבה זיי זענען מגלה אז די ערשטע איז אויך געקומען מתוך אימפולס און ווילדקייט, אויב נישט נקמה געפיל און בארבארישקייט.
  • ווען דאס וואלט געווען א ציווילע פייט וואלט ער לכל הדעות ארויסגעקומען שולדיג, עס איז מייד-באגעלינג אז ווייל עס איז א פעדעראלע אגענט קומט אים א גרינגערע כף זכות (וואו די מענטש אין קוועסטשאן איז קלאר אין מער פארלוירנקייט, און זייער טרענירונג דארף זיי אויב עפעס געבן מער רעספאנסיביליטי)

לסיום, איז אינטרעסאנט אז אין אזא לאנד ווי ענגלאנד וואו פרייהייט (אוו ספיטש, בעיקר) איז אנגעבליך אונטער אטאקע פון די רעגירונג, און וואו עס איז נישטא קיין קאנסטיטוציע צו באשיצן אינדיווידואלע פרייהייט, וואלט אזא מעשה
1. קיינמאל נישט געשען,
און 2. אויב יא וואלט עס נישט געווען קיין הוה אמינא אז די אגענט וואלט ארויס בכל חומר הדין.
אפגערעדט אז די רעגירונג פון אויבן אראפ וואלט זיך נישט גענומען שפייען קיין ליגנטס (אז ער איז אין שפיטאל וכדו') איידער די פאקטן ווערן קלאר.

אן קיין קאנסטיטוציע פארשטייט מען דארט אז לעבנס פון מענטשן זענען ווערד צו ווערן באשיצט און דווקא פון די מיט מער מאכט, פאליציי ווערט באשטראפט און גע'משפט מיט מער סקרוטעני נישט ווייניגער, טאקע ווייל זייערע פאזיציע פארלאנגט די מערסטע רעספאנסעביליטי זיכער אין באצוג צו די לעבנס פון זייערע וויקטים'ס. (עי' ערך די מעשה אין מאנטשעסטער עירפארט ווי זיי האבן 'נאר' צושלאגן איינעם און עס האט גענומען חדשים פאר די פאליציי זיך ריינצווואשן.. 2024 Manchester Airport brawl - Wikipedia)

דווקא אין אמעריקע, וואו די צווייטע אמענדמענט איז קלאר מיטן ספיריט פון באשיצן די לאקאלע ציווילע פון א פעדעראלע אנפאל (ואין לך יותר 'אנפאל' מ'אייס). און די פערטע אמענדמענט געבט ווידעראום קלארע רעכטן פאר ציווילע איבער אומבארעכטיגטע לאו-אינפארסמענט מאכט. און דייקא דארט איז כמעט אוממעגליך צו געווינען א קעיס אנקעגן אזעלכע פעלער!!

ווערטער און קאנסטיטוציעס זענען שיין אין טעאריע. כדי צו זיין א פרייע לאנד דארף רעאליטעט אויך אזוי אנצייגן! קשוט עצמך תחילה!
זע איך יעצט די פרישע ווידעא פון די אפיציר וואס האט געשאסן. עס ווארפט אפ די סעלף דיפענס נאראטיוו אפי' שטערקער.
ערשט זעט מען ווי זיי קאמיוניקירן, שפעטער שטעלט ער זיך פארנט פונעם קאר, און ווען זי הייבט אן פארן 'זעט מען קלאר' ווי זי דרייט 'אוועק' דעם רעדל. איר אינטענשאן איז קלאר אוועקצופליען און נישט קיינעם צו שעדיגן! די ווידעא קאנפערמירט עס.
אוועקפליען פון פאליציי איז נישט בשום אופן קיין בארעכטיגונג צו שיסן. אפי' ווען דער פאליציאנט וויל זייער שטארק האבן א קרבן אין די האנט. פינטל.

שוין נישט אויסגערעדט צו זיין זיין רעטאריק נאך וואס ער זעט איר טויט.
נישט צולאזן מעדיקס.
און דאס אוועקפארן פונעם סצענע.

קום רעד צו מיר וועגן א פרייע אמעריקע!
 
אליבא דאמת קען מען איינטיילן די נושאים דא אין דריי.
1. צו דער אפיציר דא איז געווען בארעכטיגט מיטן שיסן אלס סעלף דיפענס אדער קומט אים צו ווערן קאנוויקטעד אלס מערדער.
2. צו אייס בכלליות איז א גוטע זאך, און צו זיי פירן זיך אויף ריכטיג און קאנסטיטוציאנאל.
3. די כלליות'דיגע ווילדערע צוגאנג פון לאו-ענפארסמענט אין אמעריקע ווס אין אנדערע לענדער - ספעציפיש ענגלאנד.
(כמובן קען מען אריינברענגען אבאמא, סאציאליזם, J6, פאשיזם, און וואס נישט. אבער איך רעד פון זאכן וואס רירן מער דיירעקט אן דעם אינצידענט.)

  • @אינטעליגענטס מערכה איז מער אויף די צווייטע נקודה אויב איך פארשטיי גוט. ער טענה'ט אז עס איז נאציזם בתוקפו און טראמפ פוי...
  • מיין ערשטע תגובה אין דעם שנירל האט זיך באצויגן בעיקר צו נקודה איינס, מיט אן הוספה איבער נקודה דריי. און איך כאפ טאקע אז איך וואלט געהאט א קלענערע פראבלעם צו קאנסידן אדער קאנסידערן די צדדים פון די סוביעקטיווע קוק-ווינקל פונעם אפיציר, מיין גרעסערע פראבלעם איז טאקע די מער ברייטערע פוינט אז אין אמעריקע - די א.ג. פרייע לאנד - האבן אפיצירן א לעוועל פון אימפיוניטי צו אינפרינדזשן אויף רעכטן, עפעס וואס מ'זעט נישט אין 'ווייניגער פרייע' לענדער.
  • עס האט זיך דעקייקלט צו אן אומאינטרעסאנטע קריגעריי - א מישמאש פון אלעס אינאיינעם, אן קענען פינאנדערשיידן און אדרעסירן די פרטים באזונדער.
אגב, פון אלע אנאליזן אויף יוטוב אין X האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון אים:
View: https://www.youtube.com/watch?v=t3YCjqDwm9A

ער איז זייער אביעקטיוו, ברענגט רעלעוואנטע קעיסעס און שטרייכט אונטער פונקליך וואו עס איז דא אריינצוקוקן, און ער ווערט נישט פארכאפט אין די פרטים.

בכל אופן. צום עצם מעשה האט מיר קיינער נאכנישט געענטפערט אויף מיינע ערשטע נקודות.
און דאס איז סתם א דערמאנונג וואס איך האב מיר היינט דערמאנט.
 
אזוי גאר?!

איך האב נאכנישט געזען קיינעם פארענטפערן די פשוט'ע גראדע ווערטער פון @אלפא
אלעס איז שוין אדרעסירט געווארן אין הודעות פאר @אלפא האט עס ארויפגעברענגט. ס'איז באמת נישטא וואס צוצולייגן, און איבער קייען די זעלבע קשיות און די זעלבע תירוצים נאכאמאל און נאכאמאל איז אויך נישט אינטערעסאנט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זי האט געזאלט זיך אפשטעלן זאפארט און ס'וואלט געווען גענדיגט.
די געזעץ איז זייער קלאר אז די עצם זאך אז א קאר פארט איז נישט קיין בארעכטיגונג צו שיסן. א קאר איז נישט 'אטאמאטיש' קיין אימינאנטע געפאר.
אדרבה, אויב איז איינער געווען רעקלעסס איז עס די אפיציר פארן שיסן גאר נאנט צו זיין קאלעגע און פארן דיסרעגארדן די קאנצעקווענצן פון א פארענדע קאר מיט א געשאסענע דרייווער.
כפי ידיעתי אין אזא פאל נעמט מען גלייך ארויס די רעוואלווער. ס'איז די א''ב פון לאו ענפארסמענט
דו האסט גערוקט די גאול פאוסט. ארויסנעמען די רעוואלווער (נניח דאס איז קאממאן פאצעדור) באדייט נישט אז זיי מעגן שיסן. די געזעצן זענען זייער קלאר.

און איבער אלעם געלייגט אלע אגענטן אין א סכנה דורך אגרעסיוולי בונטעוון מיט א קאר וואס איז א כלי וואס איז פונקט אזוי טויטליך ווי א ביקס.
שקר!

זי האט ס"ה פראבירט צו אנטלויפן. זי איז נישט געווען אגרעסיוו די מאמענטן פריער, און זי האט קלאר פראבירט אויסצומיידן דעם אגענט אין דעם שמאלן דורכגאנג (וועלכע האט לעגאל נישט געזאלט שטיין דארט אין ערשטן פלאץ).

די איינציגסטע מעגליכע ארגומענט איז אז 'ער האט זיך געשפירט' אין א סכנה, און דאס איז עפעס וואס א געריכט וואלט אנגענומען (objective reasonableness). דערפאר דארף עס אבער ערשט אנקומען אין געריכט. אבער בכל אופן פארענטפערט עס נישט זיין רעטאריק, זיין מעגליכקייט צו פילמירן די גאנצע צייט, די צווייטער און דריטע שאסן, די פאקט אז די אנדערע אגענטן האבן עס נישט געזען אלס סכנה, און די פאקט אז ער האט זיך געקענט און זיך למעשה גערוקט. וואס צייגט אלעס אן (לדעתי) צו אן אויפגערעגטע שאס ענדערש ווי א שאס מתוך פחד.

וואו זענען אלע ווידעאס פון די גאנצע האלבע שעה פריער ביז ס'איז געקומען צו דעם?
ס'איז שוין ארויסגעקומען! עפעס בעסער פאר דיין צד?!

די שנירל איז א שטיק שקר.

מען קען טענה'ן אז דער אייס אגענט וואלט געקענט טוהן אנדערש (דו אויפן באקוועמען פאטעל ביי דיר אינדערהיים קענסט זיכער אזוי טענה'ן, יענער ווען א קאר פארט אריין אין אים מעג טראכטן אז זי גייט אריין פארן אין אים עד הסוף), אבער קומען זאגן אז אייס האט געהארגעט איינעם פאר סתם, איז לופטיגע פראפאגאנדע.
ווי ווייט איך ווייס זאגט קיינער נישט אז עס איז געווען א premeditated מערדעריי. די גאדאנק אבער אז 'אייס האט גע'הרגט איינעם אומשולדיג' איז למעשה א פאקט!
ווידער, לאמיר האפן אז עס קומט אן אין געריכט אויסצוקלארן די מאטיוון..
הערטס אויף מיט די ווילדע און סטופיד כיתה ג רעטאריק!
דאס זאלסטו ביטע זאגן פאר דיין ירום הודו מיט זיין היימלאנד סעקרעטאר..
 
איך האב זיך פרובירט צו האלטן אינדרויסן פון די היציגע טענה'רייען דא. וויבאלד עס איז ניכר אז עס איז געטריבן פון אידילאגיע און האט ווייניג צוטון מיט די עצם מעשה. אבער וויבאלד מען הייבט שוין אן טענה'ן אז "קיינער האט עס נישט אפגעפרעגט", ע''ד ווי סאטמאר מיט די שיטה... ממילא וועל איך אין קורצן פרובירן צו אראפלייגן די אנדערע זייט.
  • שטיין אין פארנט פון א קאר וואס קען זיך רוקן איז כפי ידיעתי אנקעגן די פאליסינג גיידליינס - אויב נישט געזעץ, ס'שיינט ווי זיי האבן זיך געזוכט פראוואקאציעס - אזויווי עס איז באקאנט אז אייס זוכט זיך (זע צווייטע ווידעא מיט אובער דרייווער) און זייער מינימאלע אדער אומבאקאנטע טרענירונג געבט נישט צו צו זייער פראפעסיאנאליזם.
נישט קעגן געזעץ אבער אנטקעגן גיידליינס אין פילע פלעצער. טאקע א פעלער אין פראפעסיאנעליזם מצד דעם אפיציר. דאס האט גארנישט מיט זיכן פראוואקאציעס, דאס איז סתם אן אינטערפאטאציע פון די פראפאגאנדע מידיע.
  • שיסן ווען ער קען זיך רוקן -אזויווי ער האט פאקטיש געטון, איז נישט סעלף דיפענס. ער איז גענוג נאנט צום קאר אז ער קען אוועק טאנצן צו די זייט, ער איז פארנומען צו שלעפן זיין רעוואלווער אנשטאט. אין קיין סכנה האט ער זיך נישט געשפירט!
זיין שיסן איז געווען אונטער א סעקונדע פון ווען די קאר האט זיך אנגעהויבן ריקען אין זיין ריכטונג. די אלע חשבונות דיינע איז נישט מעגליך צו מאכן אין אזא קורצע צייט פארעם.
  • שיסן ווען די קאר רוקט זיך סייווי - וועט אים נישט ארויסנעמען פון סכנה, אויב עפעס וועט עס ערגער מאכן, און קיין רעגארד וואס געשעט צום קאר נאכדעם (אין א באוואוינטע געגנט) האט ער זיכער נישט. ווידעראום נישט קיין סעלף דיפענס נאר ווילדע אומפולס.
וואס די דעסקרייבסד אלס ווילדע אומפולס, קען אויך ווערן אויסגעטייטשט אלס פשוט'ע נאטירלעכע אינסטינקט ווען איינער ווערט אטאקירט. עס איז נישט דא קיין צייט פאר טיפזיניגע חשבונות, די שאלה איז בלויז צו דער אגענט האט זיך געשפירט אין סכנה אויף ריזענעבל פארנעם.
  • זיינע פיס זענען קלאר ביי די זייט פונעם קאר ווען ער שיסט צום ערשטן מאל, ווי געזען אין די ווידעא אנאליזן. די ווייטע ווידעא וועלכע ווייזט אומקלאר ווי כאילו ער ווערט אראפגעקלאפט, ווערט דיבאנקט דורך די פרישערע ווידעא וועלכע CNN האט ארויסגעלייגט, וואס ווייזט קלאר אז עס איז ס"ה סינקראנאזירטע מאוומענטס.
נישט אמת, ער ווערט באמת אראפגעקלאפט. ער האט נישט געדארפט זיין פונקט אינמיטן כדי צו שפירן אין א סכנה.
  • די ערשטע שאס איז ביי די עק פון די פענסטער מיט א גוטע ענגל, צייגנדיג נאכאמאל אז 'אין פארנט' איז ער נישט געווען!
נאכאמאל, פארענט מיינט נישט בלויז אינמיטן.
  • די צווייטע אין דריטע שאס האבן לכולי עלמא נישט קיין בארעכטינגונג, אדרבה זיי זענען מגלה אז די ערשטע איז אויך געקומען מתוך אימפולס און ווילדקייט, אויב נישט נקמה געפיל און בארבארישקייט.
וואס עפעס? האט ער דען געקענט וויסן צו די ערשטע שאס איז געלונגען? וואס עפעס איז די צווייטע שאס שווערער ווי די ערשטע?
  • ווען דאס וואלט געווען א ציווילע פייט וואלט ער לכל הדעות ארויסגעקומען שולדיג, עס איז מייד-באגעלינג אז ווייל עס איז א פעדעראלע אגענט קומט אים א גרינגערע כף זכות (וואו די מענטש אין קוועסטשאן איז קלאר אין מער פארלוירנקייט, און זייער טרענירונג דארף זיי אויב עפעס געבן מער רעספאנסיביליטי)
דאס וואלט געווען א גרינגע סעלף דעפענס קעיס ריגארדלעס אויב דער שיסער איז אן אפיציר אדער ציווילע. אדרבה, עס וואלט ניטאמאל געווען א דיסקוסיע. עס איז בלויז א דיסקוסיע אין דעם פאַל צוליב די ספין פון די מידיע פראפעגאנדע.
לסיום, איז אינטרעסאנט אז אין אזא לאנד ווי ענגלאנד וואו פרייהייט (אוו ספיטש, בעיקר) איז אנגעבליך אונטער אטאקע פון די רעגירונג, און וואו עס איז נישטא קיין קאנסטיטוציע צו באשיצן אינדיווידואלע פרייהייט, וואלט אזא מעשה
1. קיינמאל נישט געשען,
און 2. אויב יא וואלט עס נישט געווען קיין הוה אמינא אז די אגענט וואלט ארויס בכל חומר הדין.
אפגערעדט אז די רעגירונג פון אויבן אראפ וואלט זיך נישט גענומען שפייען קיין ליגנטס (אז ער איז אין שפיטאל וכדו') איידער די פאקטן ווערן קלאר.

אן קיין קאנסטיטוציע פארשטייט מען דארט אז לעבנס פון מענטשן זענען ווערד צו ווערן באשיצט און דווקא פון די מיט מער מאכט, פאליציי ווערט באשטראפט און גע'משפט מיט מער סקרוטעני נישט ווייניגער, טאקע ווייל זייערע פאזיציע פארלאנגט די מערסטע רעספאנסעביליטי זיכער אין באצוג צו די לעבנס פון זייערע וויקטים'ס. (עי' ערך די מעשה אין מאנטשעסטער עירפארט ווי זיי האבן 'נאר' צושלאגן איינעם און עס האט גענומען חדשים פאר די פאליציי זיך ריינצווואשן.. 2024 Manchester Airport brawl - Wikipedia)

דווקא אין אמעריקע, וואו די צווייטע אמענדמענט איז קלאר מיטן ספיריט פון באשיצן די לאקאלע ציווילע פון א פעדעראלע אנפאל (ואין לך יותר 'אנפאל' מ'אייס). און די פערטע אמענדמענט געבט ווידעראום קלארע רעכטן פאר ציווילע איבער אומבארעכטיגטע לאו-אינפארסמענט מאכט. און דייקא דארט איז כמעט אוממעגליך צו געווינען א קעיס אנקעגן אזעלכע פעלער!!

ווערטער און קאנסטיטוציעס זענען שיין אין טעאריע. כדי צו זיין א פרייע לאנד דארף רעאליטעט אויך אזוי אנצייגן! קשוט עצמך תחילה!
וואס די פארשטייסט נישט איז, די וויכטיגע ארבעט וואס law enforcement אגענטן טוען. און אז עקסטרעמע סקרוטעני אויף פאליציי נעמט אויף זייער כוח צו טון זייער תפקיד, אויס מורה פון מאכן א טעות. ווי עס איז ניכר אין ליבעראלע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן ווי די קרימינאלע אקטיוויטעטן זענען פארשטערקערט צוליב אנטי פאליציי רעטאריק.

בסופו של דבר. איך בין נישט פון די וועלכע גראטולירן די אגענט און שטיצן אים אינגאנצן. איך בין נישט אינגאנצן באקוועם מיט וואס ער האט געטון. אבער עס איז לפּחות א 'גרויע זאנע'. אלעס מער פון דעם איז בלויז אינטערפאטאציע געבויט אויף pre perceived notions און אידיאלאגיע.
 
איך געדענק נישט אויב מ'האט עס שוין דערמאנט, אבער אויף די ווידיא וואס דער שיסער האט גענומען מיט זיין טעלעפאון זעהט מען קלאר ווי זי דרייט די רעדל, און דאס מיינט אז ער האט דאס געקענט זעהן
 
לויט ווי איך פארשטיי איז יענע ווידעא נישט געווען פון די שיסער נאר פון א קאָלעגע וואס איז געשטאנען בערך פון זיין קוק ווינקל. ס'מיינט קלאר נישט אז די שיסער האט עס געקענט זעהן.
 
לויט ווי איך פארשטיי איז יענע ווידעא נישט געווען פון די שיסער נאר פון א קאָלעגע וואס איז געשטאנען בערך פון זיין קוק ווינקל. ס'מיינט קלאר נישט אז די שיסער האט עס געקענט זעהן.
פארוואס פארשטייסטו אזוי? ווייל עס שטימט מיט דיין נאראטיוו? פאקטן זענען אנדערש
 
פארוואס פארשטייסטו אזוי? ווייל עס שטימט מיט דיין נאראטיוו? פאקטן זענען אנדערש
ס'האט מיר נישט געמאכט קיין סענס אז ער זאל קענען האבן געטוהן ביידע. אבער ווי ס'זעהט אויס איז ער יא א געשיקטע סוחר. זאל זיין אזוי.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבער ווי ס'זעהט אויס איז ער יא א געשיקטע סוחר
אבער דאלמאטס ווען זי האט אנגעהויבן פארן איז זיין געשיקטקייט פארשווינדן געווארן..

ער האט איר געמוזט געבן טויט שטראף
 
איך האב דיר אזוי ליב ביזט דאך קוטשי מוטשי קיוט, ביזט דאך צוקער. אפן מודה אז דו ווייסט אז לאגיק מיט דיר, גייען נישט צוזאמען. דו טשעקסט ארויס.

גיי אן דו ביזט פיין.

ווען יענער פארדרייט ווען נישט דו שמועס דארף מען נישט ארויספוינטן קיין פאלאסי
איי לאוו יו טו!
 
*אין 2028

556858.webp
 
Back
Top