- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,823
- רעאקציע ראטע
- 4,075
- פונקטן
- 433
וועלן מיר זיך בארגן א פסוק פון שמואל, וואו דוד זאגט צו גלית: "אתה בא אלי בחרב ובחנית ואנכי בא אליך בשם ה' צבאות". איך קום צו דיר מיט בינה און דעת פון די חכמי התלמוד, און דו דרייסט מיר א קאפ מיט דיין בקיאות אין די קאנסטיטוציע, וואס ווערט שטענדיג איבערגעדרייט לויט די ווהימס פון די שופטים וואס זיצן אין סופרים קאורט.קענסט ענטפערן דירעקט אויף ריספאנסעס צו דיינע מעסעדזשס אויב מעגליך?
צו דער זאך יעצט: די געזעצענע אין לאנד – מען רופט זיי די רויטע – האבן געפילט אז דער מהלך פון אפן האלטן די גרעניצן און אריינלאזן אין לאנד כל צרוע וכל זב וחולי נפש, מוז קומען צו אן ענדע, און אזוי ווי כהיום איז שוין דא אין לאנד בערך צוואנציג מיליאן אומלעגאלע איינוואוינער, דארף מען זיי צוריקשיקן צו זייער אריגינעל לאנד. דאס איז נישט קיין סוד, עס איז גלוי לכל. ארום צוויי מיליאן פון די אימיגראנטן האבן פארשטאנען דעם מעסעדזש, און מרצונם הטוב האבן זיי עמיגרירט צוריק צו זייער אריגין. צווישן די אנדערע זענען דא פיל פארברעכער, רעיפיסטס (ביי די מוסלעמענער איז רעיפ די נקבה אלץ שולדיג לויט זייערע באגריפן), דראג דילערס, און שווינדלער ווי די פון סאמאליע פאר א דוגמא.
די אייס זענען פאליציי ממונה דורכצופירן די ענפארסמענט – טו געט ריד אף דיס. זענען דא די וואס האבן זיך ארגאניזירט זיי צו שטערן פון דער ארבעט, דאס אליין איז א קרימינאלע אקטיוויטעט, ווייל דאס איז א קאנספיראציע קעגן די גאווערנמענט און עס איז נישט פראטעקטעד ביי דער קאנסטיטוציע. די פרוי האט זיך צוגעשטעלט צו דער סובווערסיווער אקטיוויטעט און זי האט באצאלט דעם פרייז.
ביי קארל מארקס וחבריו, פון וואו דו קומסט, האט מען פאר אידעאלאגיע צעטרעטן און אפגעווישט מענטשן אין די אלפים ורבבות. ארץ ארץ אל תכסי דמם.