דו זאגסט איבער און איבער די זעלבע זאך, וויל איך דיר ברענגען עפעס א קלעים וואס איינער האט געשריבן אויף אייוועלט.
יענער שרייבט הבלי הבלים! און ער זוכט נישט די אמת נאר צו שטעכן די לינקע פאר די אקציעס פון יחידים, גרויסע חכמה גדולה
אייוועלט פאליטישע קאמענטירער זענען ביילייפיג בייעסד וויבאלד זיי זענען נאטירליך אין א עקאו טשעמבער פון זייערע גדר און משומר'ס יא ס'איז דא די אנטי טראמפ HQ אבער דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז די מינאריטי. אבער ס'איז נישט קיין פראבלעם זינט איך וואלט געשאצט אז 70% אייוועלט איז נישט אינטערסירט אין די אמת און זייער אגענדע, אזוי ווי דיין אגענדע איז confirmation bias גלייבן נאר פאקטן וואס מאסאדש'ן מיינונגען וואס זיי האבן שוין.
זינט מיין אגענדע איז טרעפן די אמת לאו דוקא אויב מיין צד איז גערעכט איז נישט אינטערסאנט וואס א געווענליכע אייוועלט שרייבער/חסיד/נישט אויפגעקלערטע שרייבט אדער טראכט, וויבאלד ווי אביעקטיוו זיי ווילן זיין זענען זייערע אינפארמאציע געפילטערט און צענזורירט, און זייער לאגיק פעלערן איז שרעקליך. הענס פארוואס בן דרותאי וויאזוי ער הייסט האט געשריבן א גאנצע אשכול דארט מסביר צו זיין וויאזוי מ'טענה'ט ווייל א געווענליכע אייוועלט שרייבער ווייסט נישט קמץ א'
סא אייוועלט האט נישט קיין חשיבות ביי מיר, און איך גלייב אז דא איז דא אנדערע סטאנדארטן ווי אייוועלט.
יעצט צוריק וואס יענער שרייבט,
פארוואס הערט מען פון אייס אין מינעסאוטע, הלמאי, טעקסעס און פלארידע און אזוי אויך ניו יארק האבן דאך אסאך מער אומלעגאלע ווי מינעסאוטע?
אדער האלט ער נישט חשבון אדער האט ער שוין לאנג פארגעסן די פראטעסטירער און די טויזנטער קינדער וואס זענען ארויס פון סקול, אזוי ווי מ'זעהט אין איראן פראטעסטירן די North Carolina Outweb אזוי האט אייס א נאמען געגעבן די איבערפעלער דארט. איך קען דיר אריינשיקן ווידיא'ס פון קווינס, ראוד איילענד, שארלעט, און קאליפארניע ווי אייס טוט די זעלבע אבער אין יענע פלעצער האט מען זיי גרינגער געקענט פארטרייבן, סא אנשטאטס דיין באוויסטע ארגומענט פון איגנארענץ פאלעסי וואס האט נישט קיין שייכות מיט די עצם פאליסי פון איבערפאלן אימיגראנט קאנצענטרירטע און בלויע סיטיס, איז עס אויך פאלש!
פארוואס הערט מען פון אייס אין מינעסאוטע? אפאר סיבות איז ווייל אין אנדערע געגנטער זענען זיי נאכנישט געגאנגען אזוי ברוטאל און ווילד, ווייל אייס האט זיך געלאזט פארטרייבן ווייל אין געוויסע סיטיס זענען די וואלונטירן וועם דו רייסט אראפ בעסער אויסגעשטאט צו פארשיקן אייס און זינט אייס האט נישט געהאט אזויפיל פערסאנעל אין איין פלאץ נאר געגאנגען אפאר קארס און אפאר קארס דארט האט מען נישט געהערט אזויפיל פון זיי, אבער פראוואקאציעס זענען זיכער געווען, דאס דארפסטו אבער פאלויען די אינסטעגראם אקאונטס ווי now this אדער meidas touch און אנדערע אינדיפענדענט דזשורנאליסטן וואס מאניטערן אלע ענקאונטערס לענגאויס דעם לאנד, קענסט נישט ליינען אייוועלט דאס ארויסצוהאבן. never
ענד די ענסער איז, דיד יו קנאו זעט מינעסאוטע איז ניטאמאל אויף די ליסטע פון די סטעיטס פון די צען מערסט ארעסטירט דורך אייס אינפארסמענט? טעקסעס האלט דערווייל די רעקארד מיט גאנצע 22% פון אומלעגאלע ארעסטירט דורך אייס,
קודם... אומלעגאל מיינט נישט וואס זיי זאגן ס'מיינט, ווען די יעניגע וואס געבן ארויס די נומבערס וועלן ברענגען פונקטליכע דאטא אז די "אומלעגאלע ארעסטירטע" זענען די worst of the worst אזוי ווי מ'האט פראקלאמירט הונדערטע מאל דורכאויס די וואלן וועט מען דעמאלטס דן זיין, אבער איך דארף גלייבן די נאמבער ווען די טערמינען וואס באגלייטן איר זענען ניטאמאל קארעקט? כאפסט מיין אישאו? וואס הייסט אומלעגאל? איך האלט נאכנישט ביי די 22 אדער נישט 22 קריסטי נועם האט א אנדערע דעפינישן, א נאצי דעפינישן.
פלארידע קומט אריין מיט גאנצע 11%, דערנאך קומט ניו יארק, ווירדזשיניע און אנדערע.
קאנטעקסט איז באנקראט. דארט האבן טאקע אייס נישט געקענט טרעפן אזויפיל מענטשן וואו סטיוון מיללער האט פון זיי פארלאנגט 3000 א טאג, און אנשטאט דעם האבן זיי גענומען מאסן מענטשן וואס זענען פון דא, למען יראו. ווייסענדיג אז דאס איז נישט זייער דזשאב, און... אין ניו יארק און ניו דזשערזי ווייסן מער מענטשן זייערע רעכטן וואס אין אנהייב האבן אייס - אין געוויסע פעלער - דאס מער געהאנערט ווי יעצט. קוק עס אן ווי א נייע שטאפל פון טעראר. אזוי ווי פאליציי אין די 1960ס אין אלאבאמא קעגן די שווארצע האבן נישט איבעראל זיך אזוי געמיין אויפגעפירט קעגן זיי ווי ביי יענע ראיאטן וואס יעדער ווייסער האט געהאט מלא טענות אז די שווארצע זענען ווילד, איי די פאליציי רייצן אן זייערע הינט צו פארציקן שווארצע פראטעסטירער? איי מ'ווארפט זיי מיט טרערן גאז, איי ווייסע KKK פארברענען זייערע ברודער און שוועסטער לעבדיגערהייט, נאך יארן פון זיי צווינגען צו נעמען ליטערעסי טעסטס און דיסקרימינעישן ביי ארבעט און זיי אויסשליסן פון סאיסייעטי?
אבער וויילענס איז דאך א איסור דאורייתא, אלע אנדערע זאכן וואס איז ברענגט די תוצאה גייט זיי נישט אן ווי די פאריאריגע שניי... וויילענס, אה דא בין איך א מחותן.