די אנקעטע סינדראם

ערעב יוד

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
נאוו. 18, 2025
מעסעדזשעס
68
רעאקציע ראטע
201
פונקטן
28
די ביבאלאטעיקן זענען אנגעהויפנט מיט ניצלאזע אנקעטעס וואס זאמעלען שוין שטויב פאר יארען
וואס טוט מען מיט זיי

איך האב אמאל געליינט א מוראדיגע אנקעטע
די פיליזאפן מיט אויסגעקראכענע קעפ אין די גלעזער ביים שפיץ נאז
אנגעקליידעט מיט ווייסע לעב מאנטלן
האבען זיך ארום געזעטס די דריי עקיגע טיש
פארטיפט אין די סייענטיפישע ביכער מיט פארגעלטע בלעטער

האבן זיי אריינגעטראכט אין די נאטור פין געוויקסען וואס עס שטייט דעראינטער וכו'
איז זיי איינגעפאלן א המצאה וואס מען קען שטודירען
וויאזוי בלטער אין געוויקסען רעאגרען צו מענטשליכע רעדווערייען אין מיוזק

בראווא! יעצט קען מען שוין ענדליך ניצען זייער צאללאזע ידעות וואס זיי האבן יארן געלערנט אין אונבערסעטי

זיי האבן זיך נישט געפוילט אוועק געשטעלט דריי פעלדער יעדע טאג פאר אכצען חדשים צו איינס גערעדט מיט ליבליכע רייד די אנדערע אימווערדיגע רייד אין די אנדערע גארנישט
נאכדעם האבען זיי עס גענומען צום קומענדיגע שטאפל נאך דריי פעלדער אוועק געשטעלט הויעכליכערס איינס האבען זיי אנגעצינדען הארציגע מוזיק איינס ווילדע מוזיק א.א.ווו.

אין נאך אכצן חדשים פין מיה אין פלאג איז געקומן די צייט צו שניידן די פירות
אין עס האט זיך אויסגעשטלעט אז די ליבליכע רייד אין רואיגע מוזיק פעלד איז טאקע געוואקסן אין געבליעט סאך שענער

מיין שאלה פאר וואס פילען מענטשען אזא דראונג פאר אזאלעכע ניצלאזע אנטקעטעס וואס געבט עס צו פאר זייער וויסענשאפט אין פארשטאנד
עס מאכט זיי קלוגער? בעסער?
אויך דא ביים קרעמעל איז לעצטענס אנגהייפלט מיט אנקעטעס וואס טוט מען מיט דעים?

א שטייגער ווי נאכט העמד פידזאמעס וכו

איך קען נאך מאכען הונדערטער אבער וואס טוט מען מיט דעם

----ווי לייגט איר אייער הויזען ביינאכט -----
1-אויפן פלאר
2- אינטער אייער קישן (קשה לשכחה)
3-איר האט אזא האק פאר דעים


----וויאזוי עסט איר איגערקעס -----
1-צישניטען אין לענג
2-צישניטען אויף די ברייט
3-רעדלעך
4-גאנצערהייט
5-איך האב נישט ליב קיין איגערקעס


-----וואס איז אייער באדי קאונט-----
1- 1
2-2
3- 50,000
4- 865,332,506



--- האט איר ליב חריין מיט ארויפגעגאסן טאמעיטע דיפ אן טאפ------
1- שאאאר יאמי
2-פוי עקלדיג
3- מיין טאטע האט עס ליב



וכו אין אזוי ווייטער
 
האבן זיי אריינגעטראכט אין די נאטור פין געוויקסען וואס עס שטייט דעראינטער וכו'
איז זיי איינגעפאלן א המצאה וואס מען קען שטודירען
וויאזוי בלטער אין געוויקסען רעאגרען צו מענטשליכע רעדווערייען אין מיוזק
וויאזוי רעאגירן זיי צו שובבי״ם תורה
אפשר מאכט מען אזא סטאדי
אויף מענטשען זעה איך וויאזוי ס׳האט אן עפעקט
 
Back
Top