שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 503
- רעאקציע ראטע
- 1,536
- פונקטן
- 213
בס"ד
"טריגער" ווארענונג!
טייערע לייענער: אויב איר ליידט פון דיפרעשן, מרה שחורה, אדער גענאסייד, ראוד-רעידזש, האמיסייד, ו"סועסייד" מחשבות - ביטע לייענט נישט דא ווייטער; נאר גייט שוין, אדער קאנטאקט שוין, דורך קאללען, אדער אימעילן, א פראפעסיאנאלע לייסענסד "מענטל העלטה" טעראפיסט, תיכף ומיד ממש!
ווייל איך בין נישט גליקליכער; פרייליכער; צופרידענער; נארמאלער; ארויפגעקוקטער; פאפולערער; באליבטער; רייכער; געלונגענער; קלוגער; אדער ערליכער; וכדומה; פון אייך אליינס.
דער שנירל איז בלויז געשריבן בדרך אפשר, בבית המדרש, על גבי האינטערנט, הנקרא 'קרעמל', צו אנאליזירן די נייעס, נישט ח"ו צו געבן עצות אדער קומען צו הילף, פאר עכטע אקטן, פון עכטע מענטשן, וואס ווילן באגיין עכטע שריט, אין די עכטע וועלט.
זייער אסך ציונים באגייען איצט סועסייד אין ארצה"ק, בעיקר היימישע סאלדאטן ליידער, וואס זייערע משפחות באדערט אז זיי דינען אין צה"ל.
עס טוט זיך אויף טישן אין בענק דא אין קרעמל, איבער דעם כלומפערשטן נייעם "טרענד", דער כאילו-נייער סטיל פון באגיין "סועסייד", דהיינו זעלבסטמארד.
3 אשכולות וואס איך ווייס, און אפשר מער, וואס איך ווייס נישט:
א. מענדי'ס סועסייד בריוו.
ב. סועסייד - פארוואס דען נישט?
ג. א היימישע מיידל'ס ווידיא, זי הייסט מאַטל מענדלוויטש, ווי זי רעדט ארום אפן איבער איר ברודער הבחור החשוב שמעון בן עזריא' ז"ל ע"ה, א 15 יעריגער בחור וואס האט קאמיטעט סועסייד, אז מ'טאר דאס נישט פארדעקן, און אז אירע עלטערן האבן געעפנט א מוסד צו העלפן מענטשן וואס ווילן באגיין סועסייד; זי געט עצות וואס צו טאן צו באמערקן סועסיידס בעפאר עס פאסירט, און וויאזוי דאס צו אפהאלטן פון ח"ו געשען.
*
ראשית כל, וויל איך זיך באדאנקען דא פאר א גאר חשוב'ע שרייבערין, מרת @שפרה לאווען וואס זי איז שוין דורך שבעה מדורי גיהנם עלי אדמות, זעהט אירע ווערטער אין פול, דורך אייערע אייגענע אויגן, אן איך זאל דאס פארדרייען, דורך קליקן דא.
איך בין מודה צו מרת לאווען אויף אלעס וואס זי שרייבט.
רוב פון די "סועסייד" פאלן זענען פון מענטשן וואס ספראווען זיך אליינס מיט זייערע פראבלעמען אן גיין פאר הילף, אסאך מאל איז דאס גאר "לידערס" וואס פאסט זיי נישט צו האבן די זעלבע פראבלעמען פון אונז אלע די המון עם, וואס זיי סטראגלען אליינס פארמאכט מיט זייערע דאגות, ממילא אפילו עס איז נישט בכלל קיין שווערע דאגות נאר גאר גרינג, ווערט דאס זייער שווער ליידער זיך ארום צו טראגן דערמיט.
ווי דער חכם מכל האדם שלמה המלך זאגט שוין דאגה בלב איש ישיחנה, וחז"ל דרש'ענען אז דאס מיינט אויסשמועסן. ווייל רוב פראבלעמען וואס מיר טראגן זיך ארום איז נישט אייגנארטיג, נאר יעדער גייט דאס דורך, אבער די בושה פון דאס מיטטיילן מיט די וועלט, ארויס פון אונזער גאווה, דאס איז די עיקר פיין און ליידן. מיר דארפן האבן מער הכנעה וענווה אין לעבן, וועט דאס זיין זייער גוט, די מענטשן וואס זענען נישט אזעלכע שטאלצע פאראדע פערדן, זיי האבן דאס בעסטע לעבן.
א מענטש קען נישט זיין אליינס, ווייל אליינס איז א שטיין. מיר זענען סאציאלע באשעפענישן.
*
איך וויל צולייגן איין גרויסער פרט לגבי העלפן אן אנדערן מענטש; אז רוב מאל איז דאס וועלן העלפן מענטשן, טאקע די עסקנים וטעראפיסטן, די עיקר פראבלעם. זיי פארשעמען אונז. ווי נחמי' וועבערמאן, ער איז געווען דער וועד משמרת הצניעות עסקן אבער אויך די גרעסטער אביוזער.
זייער אסאך מאל זענען די טעראפיסטן אליינס די מכה בפטיש אז זייערע פאציענטן נעמען זיך דאס לעבן ליידער. ווייל זיי גיסן זאלץ אויף די וואונדן, זיי מאכן שווערע געלטער און בלאזן אויף פראבלעמען.
ווי רבי אביגדור מילער ע"ה, שרייט אייביג אז רוב פראבלעמען בנפשיות, "מענטל העלטה אישוס", הייבט זיך אן אלץ פשוט'ע נאטורליכע דרך הטבע'דיגע בין אדם לחבירו, אדער בין איש לאשתו, אדער בין תלמיד לרבו, אדער בין אחיו לאחותו, "מאנדעין" - 'שלום בית' אדער אנדערע מדות וואס מ'דארף זיך אויסארבייטן, צו איז דאס קעגן כעס, צו איז דאס קעגן פוילקייט, וכדומה נאך אנדערע שלעכטע סעלפישע נטיות, וואס מיר האבן פון קינדווייז אן. אבער די טעראפיסטן ועסקנים זאגן אז עס פעלט אונז עפעס, ביז מיר גלייבן זיי טאקע, אז מיר זענען נעבעך קראנק, אז מיר זענען עפעס נישט "נארמאל" ווי יעדער איינער אנדערש. אז מיר זענען "פאני", מיר זענען נישט געזונט רח"ל ה"י ליידער, אויף אלע גוים געזאגט אונזער לעבן...!
אוודאי מוז מען גיין פאר העלפ, מען מוז האבן א חבר אדער א רבי זיך אויסצורעדן זיי זאלן אונז זאגן מוסר, אבער דאס מאכן פאר א פראבלעם מענטשליכע שוואכקייטן איז דער הויפט פראבלעם. דאס איז אן אינדוסטריע ליידער. וואס אמאל איז געווען א מענטשליכע פארשטאנד אז קיינער איז נישט "פערפעקט"; יעדער מעג זיין אנדערש פון אן אנדערן.
מיר לעבן היינט אין א 'סדום בעטל' וועלטל, ווי יעדער מוז זיין ענליך צו יעדן איינעם פילע הונדערט פראצענט, און אויב נישט, איז מען חלילה וחס גע'לעיבלט אלץ קראנק.
וועד הצניעות עסקנים, ווי נחמי' וועבערמאן און פוטסטעפס טעראפיסטן, ווילן אונז איינרעדן אז היינט איז דא מער סועסיידס, אדער אוי.טי.די. פאלן, ווי סיי ווען אמאל; א שקר גס, פאר זייערע "נאט-פאר-פראפיט" מולטי ביליאן דאלאר'דיגע מוסדות וביזנעסער.
דאס זעלבע איז מיט אוי.טי.די. - אמאל איז נישט געווען אזא מושג, כאטש עס איז געווען מיליאנען מחללי שבתות; כופרים; פורקי עול; אפיקורסים; משכילים; ציונים; בונדיסטן; אידישיסטן; קאמוניסטן; וכו', אין יעדע אידישע שטוב; אסאך אסאך מער ווי היינט-צו-טאגס; עס איז נישט געווען קיין איין משפחה ביי כלל ישראל וואס איז נישט געווען צעפליקט און צעריסן, צווישן איין קנאיש כניאקיש פאנאטיש פרום קינד, מיט אן אנדער גאר פרעכער אויפגעקלערטער שנה ופירש להכעיס'ניק; אוכל נבילות וטריפות; מחלל שבת קינד - נאר נאך די האלאקאוסט איז געווארן א נייע מנהג שטות קעגן שכל אנושי, אז יעדער איד מוז היטן שבת און זיין פרום גענוי אויף די זעלבע סטאנדארטן ווי דער קאלעקטיווער כלל ישראל.
דער אמת איז, אז היינט איז נישטא מער סועסיידס ווי אמאל, ווי עס איז נישטא מער אוי.טי.די. קינדער ווי אמאל. דאס איז אבי גערעדט. מיר ווייסן אפשר מער פון אוי.טי.די'ס און סועסיידס וויל מיר האבן סאציאלע מידיע, ווי די צייטונגען ווי די איד בלאט און נייעס באריכט זענען שוין אויסגעשפילט אינגאנצן, זיי פארשווייגן סועסיידס און אוי.טי.די.'ס טאקע פונקט ווי אמאל. דאס מיינט נישט אז עס פאסירט נישט. אבער סאציאלע מידיע ברענגט אונז אויך פאזיטיווע נייעסער מער פון אמאל.
ווי למשל, א דאנק סאשל מידיע, באקענען מיר זיך פון דער נאנט מיט די ארטיקלען און לידער, דא אויף קרעמל, אדער אין פארווערטס, פון מרת @שפרה לאווען! - כאטש די היימישע צייטונגען בויקאטירן איר, ווייל זי האט זיך אויסגעטאן ס'שפיצל.
טוען זיך דען היינט אויס מער אידענעס זייערע שפיצלעך מער ווי אמאל?... אבסאלוט ניין! איך קען זייער אסאך אידענעס וואס האבן זיך דאס אנגעטאן, ספעציעל נאך קאוויד, וואס זיי זענען געווארן גאר פרום, תשובה צו טאן, אז ג-ט זאל אפשטעלן זיין מגיפה אויף אונז.
*
איך בין נישט דן קיינעם וואס הרג'עט זיך, אדער יענעם, אדער פיהל מענטשן, א שטייגער ווי פאלקס-מארד, וואס די ציונים פירן דורך איצט א "זשענאסייד" אויף די פאלעסטינער. יעדער איינער וואס נעמט שוין די מעסער; באמבע; ביקס; שטריק; בריק; הויכע דאך; אדער סיי וואסערע אנדערע מארד-אקט אין די האנט אריין, איז שוין זייער טיף פארדרייט אין זייער צרה זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון.
אין אנדערע ווערטער, די היתר פון די רבנים צו באגראבן מענדי שטיינער אדער יודא משי זהב נישט ווי א אייזל ווי די שלחן ערוך פסק'נט, איז זייער גערעכט, ווייל די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווייסט שוין די מציאות, אז איינער וואס הרג'עט זיך אדער יענעם ואפילו אסאך מענטשן ווי די ציונים, זענען ליידער נישט ביים פולן דעת! איינער וואס האלט ביי סועסייד האמיסייד און זשענאסייד איז נעבעך נישט געזונט, נאר גאר קראנק מענטאל, וואס איז ארגער ווי פיזיש קראנק, זיי זענען נעבעך גייסטיש נישט געזונט.
לאמיר נעמען אלץ משל מענדי שטיינער מיט יודא משי זהב, ווייל זיי זענען געווען פובליק פיגורן אין די נייעס. יונתן שווארץ האט ארומגערעדט זייער אסאך פון מענדי שטיינער'ס צדקה וחסד, און די ציונים האבן ליב געהאט יודא משי זהב'ס ציונות, ווייל ער איז געווען א 'קמב"ץ העדה', פאר ער איז געווארן א ציוני, דהיינו ער איז געווען א הויפט קנאי, אינערהאלב די עדה החרדית. כאטש ער האט זיך געשלאגן קעגן די נטורי קרתא אייביג, איז ער אבער רעלאטיוו געווען מער קנאיש געשטימט פון רוב חרדים וואס זענען אגודיסטן מענדאליסטן וכו'.
יודא משי זהב האט זיך גענומען דאס לעבן "קאמיטעט סועסייד"
מענדי שטיינער, א היימישער בעל צדקה פון בארא פארק, געזעהן מיט ר' יעקב מאיר שעכטער, האט זיך געשאסן אין א מאנהעטן גאר טייערער לוקסוסדיגער האטעל צימער, צום טויט, מיט א ביקס, ל"ע.
מענדי שטיינער, מיט ר' ישעי' יענקל פארטוגאל, דער סקולענער רבי זצ"ל
איך בין אויפגעוואקסן צוזאמען מיט מענדי שטיינער פון קינד-ווייז אן, אין עיר הקודש וויליאמסבורג. זיין טאטע קומט טאקע פון וויען עסטרייך, אבער מענדי איז געבוירן און געוואקסן, אויף ראטלידזש סטריט קארנער ליע עוועניו, נעבן דעם גרויסן אינטערסאנטן סאטמער'ן חסיד, רבי פייוויש שווארץ ז"ל. גראדע וואוינט הרה"ח רבי יענקעלע גליק שליט"א אויך ממש דארטן דערנעבן... איך וואוין א 2 גאסן אוועק פון דארטן. און איך דאווען נאך היינט צוטאגס, מיט זיין טאטע אין זעלבן שוהל, פון ווען מענדי איז געבוירן אלץ א פיצל קינד, און דערנאך ווען ער איז געווען א בחור, ביז זיין חתונה קיין בארא פארק.
ביידע, סיי שטיינער און משי זהב, זענען געווען ארויפגעקוקט אין געזעלשאפט זייער שטארק. משי זהב האט געפענט זק"א, זייער א בכבוד'יגע ארגאניזאציע וואס האט צוזאם געקליבן טויטע קרבנות זיי ברענגען צו קבורה, און געלאפן אויף יעדן מאסן-עמערדזשענסי פאל צו העלפן הצלה וואלונטירן ראטעווען מענטשן. שטיינער האט מנדב געווען בנינים פאר מוסדות החינוך ובתי מדרשים איבער די גארער וועלט, מיט זיין ריעל עסטעיט עשירות.
אבער איינמאל די 2 אויבן דערמאנטע - זייער רעספעקטעט און באליבטע מענטשן - האבן געזעהן אז זיי קענען מער נישט אנגיין מיט זייער שקר, דהיינו משי זהב האט צופיל אביוזד זיין מאכט און כבוד צו רעיפען און סעקסואל באלעסטיגן אנדערע, און שטיינער האט שוין נישט געקענט באקומען קיין מארגעדזשעס אויף זיינע פילע ריעל עסטעיט נכסים, האבן זיי זיך ביידע געהארגעט.
וואס וואלטן מיר געזאגט פאר משי זהב אדער שטיינער אויב קומען זיי צו אונז איידער זיי הארגענען זיך?
די זעלבע זאך וואס מיר זאגן פאר א ארימער רויבער וואס שיסט דעם רייכן מענטש ווייל ער וויל אים נישט געבן זיין גאלדענער זייגער; אדער פאר ביבי נתני' איידער ער ווארפט באמבעס אויף עזה סיריע לבנון איראן תימן און יעדן איינעם אנדערש: לייג אראפ דיין גאן, לייג אראפ דיין באמבע, לייג אראפ דיין מעסער וכו', און טראכט אז דאס לעבן האט אין זיך גוטע זאכן אויכעט, נישט נאר די שרעקליכע אראבער, נישט נאר די רייכע ריעל עסטעיט, נישט נאר די כבוד ושררה. מ'קען האבן געשמאקע ליבע, מ'קען עסן פרישטאג, מ'קען שלאפן, מ'קען שפאצירן, מ'קען לאכן, מ'קען טאן אזויפיהל גוטע זאכן אין לעבן אחוץ כבוד מאכט און געלט!
איי עס איז דא האומלעסס זשאבלעס דראג עדיקטעט קרימינאלע גרושים שיכורים, וואס האבן טערמינעל קענסער אויך ל"ע ה"י ליידער רח"ל?
איז די תירוץ, אז די חברה נעמען זיך די ווייניגסטע דאס לעבן און הרגענען אנדערע ווייניגער ווי אונז, וואס האבן אלעס אויף די וועלט.
ווי מער מיר האבן אין לעבן גוטע זאכן, אלץ מער דארפן מיר נאך גוטע זאכן, און זענען צעהיצט אויב מיר זענען נישט משיג אלע אונזערע תאוות "פולי".
*
איך פערזענליך האב שוין אסאך מאל "געהיט עי קארנער", דהיינו, זיך געטראפן אין א "דעד ענד" פון לעבן, כ'זאג נישט אז איך האב שוין געהאלטן ביים באגיין זעלבסט-מארד, אבער יענעם הרג'ענען האב איך זיכער שוין אסאך מאל געוואלט, דהיינו געטראכט דערפון.
ווי למשל איך האב אויך געהאט "ראוד-רעידזש" אין מיין לעבן, און ראוד רעידזש איז כמו סועסייד, מ'וויל יענעם הארגענען אפילו אויב יענער וועט אונז הארגענען. אבער דאס איז בלויז א "פליטינג", דהיינו א דורכלויפנדע מחשבה'לע, פון נישט מער ווי א רגע אדער אפאר רגעים, ביז ווילאנג מ'וועקט זיך אויף פון די כעס, צו ווערן צוריק נארמאל, כאחד האדם מן המיושב. דאס איז גאר ווייט פון לידי מעשה.
פון וואס פאסירט ראוד רעידזש? מ'איז פארטראכט אין עפעס אנדערש, און פלוצלינג קומט א קאר און "קאט" אונז אריין זייער ווילד. מיר קוקן יענעם אן ווי א היטלער.
אבער ווען עס גייט דורך א מינוט, און מ'טראכט אריין אז יענער האט גארנישט געמיינט, אדרבה, יענער איז סך הכל געווען פארטראכט אין זיין אייגן "שיט" פונקט ווי אונז, דאן איז יענער נישט אזא נאצי מער.
דאס זעלבע זאך איז מיט סועסייד. אמת, איצט קוקט דאס אויס ווי ס'איז עק וועלט, אז עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, נאר צו ענדיגן דעם לעבן, ווייל ווייטער קען מען נישט אנגיין אזוי. אבער אויב מ'שלאפט זיך אויס, מ'טשוכעט זיך אויס, פארשטייט זיך יעדער פראבלעם זיין צייט. אסאך פראבלעמען איז א "לייף טיים סטראגעל", אבער רוב זענען נישט אזוי שטארק. ווי איך האב אויבן געשריבן, די דאזיגע מיט די מערסטע אמת'ע צרות זענען די ווייניגסטע סועסיידעל. ס'איז על פי רוב די מענטשן וואס קענען נישט נעמען קיין "פרעשור". אז אלעס גייט זיי גוט, ווי טראמפ און אהרן טייטלבוים, 2 גע'ספוילטע רייכע קינדער וואס מ'האט זיי אייביג אלעס געפיטערט אין מויל אריין מיט א גאלדענעם לעפל; ביי זיי, אויב גייט עפעס ארויס פון זייער רצון, אפילו בלויז א קליינער האר, איז דאס עק וועלט.
*
איך טראכט אייביג צו מיר, ווען עפעס גייט "דאון סאוט", אז פארוואס מוז איך ענדיגן מיין לעבן? עס ענדיגט זיך דאך סיי ווי סיי; איך באגיי "פאסיווע" סועסייד, ווי איידער "פרא-אקטיווע" סועסייד. יעדער איינער שטארבט פריער אדער שפעטער, לאמיר האפן אז נאך די 70 80 90 יאר; והלוואי מער.
זאלן מיר טאקע אלע זוכה זיין להרבות חיים אויף די וועלט, דורך זאגן א גוט ווארט פאר אן אנדערן. אפילו מיר אליינס זענען גאר שטארק דעפרעסט, ווייל געדענקט! אז די וואס הארגענען זיך, אדער יענעם, זענען געווענליך על פי רוב, אסאך ווייניגער דעפרעסט פון אונז אליינס. זיי קענען נאר נישט דערהייבן די יסורים וואס מיר קענען ברוך השם "יא" דערהייבן!
און דורך מחזק זיין אנדערע וועלן מיר זיך אליינס מחזק זיין; אמן כן יהי רצון!
*
איך וויל צוענדיגן מיט א ווארט וואס ראביי YY יעקאבסאן, דער חב"ד'סקער משפיע - כאטש ער איז א ציוני, אבער כ'בין 'מקבל האמת ממי שאמרו', בבחינת 'תוכו אני אוכל ומשיחתו אני זורק'... - האט מיר געזאגט: אז 'קיינער איז נישט אזא גיבור ווי איך אליינס אז איך לעב נאך איצט צו שרייבן דעם שנירל טראץ אלע יסורי גוף ונפש וואס איך בין אדורך ביז איצט!'
*
ובחרת בחיים!