די ארגומענט קעגן סועסייד

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
503
רעאקציע ראטע
1,536
פונקטן
213
בס"ד

"טריגער" ווארענונג!

טייערע לייענער: אויב איר ליידט פון דיפרעשן, מרה שחורה, אדער גענאסייד, ראוד-רעידזש, האמיסייד, ו"סועסייד" מחשבות - ביטע לייענט נישט דא ווייטער; נאר גייט שוין, אדער קאנטאקט שוין, דורך קאללען, אדער אימעילן, א פראפעסיאנאלע לייסענסד "מענטל העלטה" טעראפיסט, תיכף ומיד ממש!

ווייל איך בין נישט גליקליכער; פרייליכער; צופרידענער; נארמאלער; ארויפגעקוקטער; פאפולערער; באליבטער; רייכער; געלונגענער; קלוגער; אדער ערליכער; וכדומה; פון אייך אליינס.

דער שנירל איז בלויז געשריבן בדרך אפשר, בבית המדרש, על גבי האינטערנט, הנקרא 'קרעמל', צו אנאליזירן די נייעס, נישט ח"ו צו געבן עצות אדער קומען צו הילף, פאר עכטע אקטן, פון עכטע מענטשן, וואס ווילן באגיין עכטע שריט, אין די עכטע וועלט.


1753371383547.png


זייער אסך ציונים באגייען איצט סועסייד אין ארצה"ק, בעיקר היימישע סאלדאטן ליידער, וואס זייערע משפחות באדערט אז זיי דינען אין צה"ל.

עס טוט זיך אויף טישן אין בענק דא אין קרעמל, איבער דעם כלומפערשטן נייעם "טרענד", דער כאילו-נייער סטיל פון באגיין "סועסייד", דהיינו זעלבסטמארד.
3 אשכולות וואס איך ווייס, און אפשר מער, וואס איך ווייס נישט:

א. מענדי'ס סועסייד בריוו.

ב. סועסייד - פארוואס דען נישט?

ג. א היימישע מיידל'ס ווידיא, זי הייסט מאַטל מענדלוויטש, ווי זי רעדט ארום אפן איבער איר ברודער הבחור החשוב שמעון בן עזריא' ז"ל ע"ה, א 15 יעריגער בחור וואס האט קאמיטעט סועסייד, אז מ'טאר דאס נישט פארדעקן, און אז אירע עלטערן האבן געעפנט א מוסד צו העלפן מענטשן וואס ווילן באגיין סועסייד; זי געט עצות וואס צו טאן צו באמערקן סועסיידס בעפאר עס פאסירט, און וויאזוי דאס צו אפהאלטן פון ח"ו געשען.

*

1753372796156.png


ראשית כל, וויל איך זיך באדאנקען דא פאר א גאר חשוב'ע שרייבערין, מרת @שפרה לאווען וואס זי איז שוין דורך שבעה מדורי גיהנם עלי אדמות, זעהט אירע ווערטער אין פול, דורך אייערע אייגענע אויגן, אן איך זאל דאס פארדרייען, דורך קליקן דא.

איך בין מודה צו מרת לאווען אויף אלעס וואס זי שרייבט.

רוב פון די "סועסייד" פאלן זענען פון מענטשן וואס ספראווען זיך אליינס מיט זייערע פראבלעמען אן גיין פאר הילף, אסאך מאל איז דאס גאר "לידערס" וואס פאסט זיי נישט צו האבן די זעלבע פראבלעמען פון אונז אלע די המון עם, וואס זיי סטראגלען אליינס פארמאכט מיט זייערע דאגות, ממילא אפילו עס איז נישט בכלל קיין שווערע דאגות נאר גאר גרינג, ווערט דאס זייער שווער ליידער זיך ארום צו טראגן דערמיט.

ווי דער חכם מכל האדם שלמה המלך זאגט שוין דאגה בלב איש ישיחנה, וחז"ל דרש'ענען אז דאס מיינט אויסשמועסן. ווייל רוב פראבלעמען וואס מיר טראגן זיך ארום איז נישט אייגנארטיג, נאר יעדער גייט דאס דורך, אבער די בושה פון דאס מיטטיילן מיט די וועלט, ארויס פון אונזער גאווה, דאס איז די עיקר פיין און ליידן. מיר דארפן האבן מער הכנעה וענווה אין לעבן, וועט דאס זיין זייער גוט, די מענטשן וואס זענען נישט אזעלכע שטאלצע פאראדע פערדן, זיי האבן דאס בעסטע לעבן.

א מענטש קען נישט זיין אליינס, ווייל אליינס איז א שטיין. מיר זענען סאציאלע באשעפענישן.

*

איך וויל צולייגן איין גרויסער פרט לגבי העלפן אן אנדערן מענטש; אז רוב מאל איז דאס וועלן העלפן מענטשן, טאקע די עסקנים וטעראפיסטן, די עיקר פראבלעם. זיי פארשעמען אונז. ווי נחמי' וועבערמאן, ער איז געווען דער וועד משמרת הצניעות עסקן אבער אויך די גרעסטער אביוזער.

זייער אסאך מאל זענען די טעראפיסטן אליינס די מכה בפטיש אז זייערע פאציענטן נעמען זיך דאס לעבן ליידער. ווייל זיי גיסן זאלץ אויף די וואונדן, זיי מאכן שווערע געלטער און בלאזן אויף פראבלעמען.

ווי רבי אביגדור מילער ע"ה, שרייט אייביג אז רוב פראבלעמען בנפשיות, "מענטל העלטה אישוס", הייבט זיך אן אלץ פשוט'ע נאטורליכע דרך הטבע'דיגע בין אדם לחבירו, אדער בין איש לאשתו, אדער בין תלמיד לרבו, אדער בין אחיו לאחותו, "מאנדעין" - 'שלום בית' אדער אנדערע מדות וואס מ'דארף זיך אויסארבייטן, צו איז דאס קעגן כעס, צו איז דאס קעגן פוילקייט, וכדומה נאך אנדערע שלעכטע סעלפישע נטיות, וואס מיר האבן פון קינדווייז אן. אבער די טעראפיסטן ועסקנים זאגן אז עס פעלט אונז עפעס, ביז מיר גלייבן זיי טאקע, אז מיר זענען נעבעך קראנק, אז מיר זענען עפעס נישט "נארמאל" ווי יעדער איינער אנדערש. אז מיר זענען "פאני", מיר זענען נישט געזונט רח"ל ה"י ליידער, אויף אלע גוים געזאגט אונזער לעבן...!

אוודאי מוז מען גיין פאר העלפ, מען מוז האבן א חבר אדער א רבי זיך אויסצורעדן זיי זאלן אונז זאגן מוסר, אבער דאס מאכן פאר א פראבלעם מענטשליכע שוואכקייטן איז דער הויפט פראבלעם. דאס איז אן אינדוסטריע ליידער. וואס אמאל איז געווען א מענטשליכע פארשטאנד אז קיינער איז נישט "פערפעקט"; יעדער מעג זיין אנדערש פון אן אנדערן.

מיר לעבן היינט אין א 'סדום בעטל' וועלטל, ווי יעדער מוז זיין ענליך צו יעדן איינעם פילע הונדערט פראצענט, און אויב נישט, איז מען חלילה וחס גע'לעיבלט אלץ קראנק.

1753374059717.png


וועד הצניעות עסקנים, ווי נחמי' וועבערמאן און פוטסטעפס טעראפיסטן, ווילן אונז איינרעדן אז היינט איז דא מער סועסיידס, אדער אוי.טי.די. פאלן, ווי סיי ווען אמאל; א שקר גס, פאר זייערע "נאט-פאר-פראפיט" מולטי ביליאן דאלאר'דיגע מוסדות וביזנעסער.

דאס זעלבע איז מיט אוי.טי.די. - אמאל איז נישט געווען אזא מושג, כאטש עס איז געווען מיליאנען מחללי שבתות; כופרים; פורקי עול; אפיקורסים; משכילים; ציונים; בונדיסטן; אידישיסטן; קאמוניסטן; וכו', אין יעדע אידישע שטוב; אסאך אסאך מער ווי היינט-צו-טאגס; עס איז נישט געווען קיין איין משפחה ביי כלל ישראל וואס איז נישט געווען צעפליקט און צעריסן, צווישן איין קנאיש כניאקיש פאנאטיש פרום קינד, מיט אן אנדער גאר פרעכער אויפגעקלערטער שנה ופירש להכעיס'ניק; אוכל נבילות וטריפות; מחלל שבת קינד - נאר נאך די האלאקאוסט איז געווארן א נייע מנהג שטות קעגן שכל אנושי, אז יעדער איד מוז היטן שבת און זיין פרום גענוי אויף די זעלבע סטאנדארטן ווי דער קאלעקטיווער כלל ישראל.

1753372406506.png


דער אמת איז, אז היינט איז נישטא מער סועסיידס ווי אמאל, ווי עס איז נישטא מער אוי.טי.די. קינדער ווי אמאל. דאס איז אבי גערעדט. מיר ווייסן אפשר מער פון אוי.טי.די'ס און סועסיידס וויל מיר האבן סאציאלע מידיע, ווי די צייטונגען ווי די איד בלאט און נייעס באריכט זענען שוין אויסגעשפילט אינגאנצן, זיי פארשווייגן סועסיידס און אוי.טי.די.'ס טאקע פונקט ווי אמאל. דאס מיינט נישט אז עס פאסירט נישט. אבער סאציאלע מידיע ברענגט אונז אויך פאזיטיווע נייעסער מער פון אמאל.

ווי למשל, א דאנק סאשל מידיע, באקענען מיר זיך פון דער נאנט מיט די ארטיקלען און לידער, דא אויף קרעמל, אדער אין פארווערטס, פון מרת @שפרה לאווען! - כאטש די היימישע צייטונגען בויקאטירן איר, ווייל זי האט זיך אויסגעטאן ס'שפיצל.

טוען זיך דען היינט אויס מער אידענעס זייערע שפיצלעך מער ווי אמאל?... אבסאלוט ניין! איך קען זייער אסאך אידענעס וואס האבן זיך דאס אנגעטאן, ספעציעל נאך קאוויד, וואס זיי זענען געווארן גאר פרום, תשובה צו טאן, אז ג-ט זאל אפשטעלן זיין מגיפה אויף אונז.

*

איך בין נישט דן קיינעם וואס הרג'עט זיך, אדער יענעם, אדער פיהל מענטשן, א שטייגער ווי פאלקס-מארד, וואס די ציונים פירן דורך איצט א "זשענאסייד" אויף די פאלעסטינער. יעדער איינער וואס נעמט שוין די מעסער; באמבע; ביקס; שטריק; בריק; הויכע דאך; אדער סיי וואסערע אנדערע מארד-אקט אין די האנט אריין, איז שוין זייער טיף פארדרייט אין זייער צרה זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון.

אין אנדערע ווערטער, די היתר פון די רבנים צו באגראבן מענדי שטיינער אדער יודא משי זהב נישט ווי א אייזל ווי די שלחן ערוך פסק'נט, איז זייער גערעכט, ווייל די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווייסט שוין די מציאות, אז איינער וואס הרג'עט זיך אדער יענעם ואפילו אסאך מענטשן ווי די ציונים, זענען ליידער נישט ביים פולן דעת! איינער וואס האלט ביי סועסייד האמיסייד און זשענאסייד איז נעבעך נישט געזונט, נאר גאר קראנק מענטאל, וואס איז ארגער ווי פיזיש קראנק, זיי זענען נעבעך גייסטיש נישט געזונט.

לאמיר נעמען אלץ משל מענדי שטיינער מיט יודא משי זהב, ווייל זיי זענען געווען פובליק פיגורן אין די נייעס. יונתן שווארץ האט ארומגערעדט זייער אסאך פון מענדי שטיינער'ס צדקה וחסד, און די ציונים האבן ליב געהאט יודא משי זהב'ס ציונות, ווייל ער איז געווען א 'קמב"ץ העדה', פאר ער איז געווארן א ציוני, דהיינו ער איז געווען א הויפט קנאי, אינערהאלב די עדה החרדית. כאטש ער האט זיך געשלאגן קעגן די נטורי קרתא אייביג, איז ער אבער רעלאטיוו געווען מער קנאיש געשטימט פון רוב חרדים וואס זענען אגודיסטן מענדאליסטן וכו'.

1753369412348.png

יודא משי זהב האט זיך גענומען דאס לעבן "קאמיטעט סועסייד"

1753369447410.png

מענדי שטיינער, א היימישער בעל צדקה פון בארא פארק, געזעהן מיט ר' יעקב מאיר שעכטער, האט זיך געשאסן אין א מאנהעטן גאר טייערער לוקסוסדיגער האטעל צימער, צום טויט, מיט א ביקס, ל"ע.

1753386854429.png

מענדי שטיינער, מיט ר' ישעי' יענקל פארטוגאל, דער סקולענער רבי זצ"ל

איך בין אויפגעוואקסן צוזאמען מיט מענדי שטיינער פון קינד-ווייז אן, אין עיר הקודש וויליאמסבורג. זיין טאטע קומט טאקע פון וויען עסטרייך, אבער מענדי איז געבוירן און געוואקסן, אויף ראטלידזש סטריט קארנער ליע עוועניו, נעבן דעם גרויסן אינטערסאנטן סאטמער'ן חסיד, רבי פייוויש שווארץ ז"ל. גראדע וואוינט הרה"ח רבי יענקעלע גליק שליט"א אויך ממש דארטן דערנעבן... איך וואוין א 2 גאסן אוועק פון דארטן. און איך דאווען נאך היינט צוטאגס, מיט זיין טאטע אין זעלבן שוהל, פון ווען מענדי איז געבוירן אלץ א פיצל קינד, און דערנאך ווען ער איז געווען א בחור, ביז זיין חתונה קיין בארא פארק.

ביידע, סיי שטיינער און משי זהב, זענען געווען ארויפגעקוקט אין געזעלשאפט זייער שטארק. משי זהב האט געפענט זק"א, זייער א בכבוד'יגע ארגאניזאציע וואס האט צוזאם געקליבן טויטע קרבנות זיי ברענגען צו קבורה, און געלאפן אויף יעדן מאסן-עמערדזשענסי פאל צו העלפן הצלה וואלונטירן ראטעווען מענטשן. שטיינער האט מנדב געווען בנינים פאר מוסדות החינוך ובתי מדרשים איבער די גארער וועלט, מיט זיין ריעל עסטעיט עשירות.

אבער איינמאל די 2 אויבן דערמאנטע - זייער רעספעקטעט און באליבטע מענטשן - האבן געזעהן אז זיי קענען מער נישט אנגיין מיט זייער שקר, דהיינו משי זהב האט צופיל אביוזד זיין מאכט און כבוד צו רעיפען און סעקסואל באלעסטיגן אנדערע, און שטיינער האט שוין נישט געקענט באקומען קיין מארגעדזשעס אויף זיינע פילע ריעל עסטעיט נכסים, האבן זיי זיך ביידע געהארגעט.

וואס וואלטן מיר געזאגט פאר משי זהב אדער שטיינער אויב קומען זיי צו אונז איידער זיי הארגענען זיך?

די זעלבע זאך וואס מיר זאגן פאר א ארימער רויבער וואס שיסט דעם רייכן מענטש ווייל ער וויל אים נישט געבן זיין גאלדענער זייגער; אדער פאר ביבי נתני' איידער ער ווארפט באמבעס אויף עזה סיריע לבנון איראן תימן און יעדן איינעם אנדערש: לייג אראפ דיין גאן, לייג אראפ דיין באמבע, לייג אראפ דיין מעסער וכו', און טראכט אז דאס לעבן האט אין זיך גוטע זאכן אויכעט, נישט נאר די שרעקליכע אראבער, נישט נאר די רייכע ריעל עסטעיט, נישט נאר די כבוד ושררה. מ'קען האבן געשמאקע ליבע, מ'קען עסן פרישטאג, מ'קען שלאפן, מ'קען שפאצירן, מ'קען לאכן, מ'קען טאן אזויפיהל גוטע זאכן אין לעבן אחוץ כבוד מאכט און געלט!

איי עס איז דא האומלעסס זשאבלעס דראג עדיקטעט קרימינאלע גרושים שיכורים, וואס האבן טערמינעל קענסער אויך ל"ע ה"י ליידער רח"ל?

איז די תירוץ, אז די חברה נעמען זיך די ווייניגסטע דאס לעבן און הרגענען אנדערע ווייניגער ווי אונז, וואס האבן אלעס אויף די וועלט.

ווי מער מיר האבן אין לעבן גוטע זאכן, אלץ מער דארפן מיר נאך גוטע זאכן, און זענען צעהיצט אויב מיר זענען נישט משיג אלע אונזערע תאוות "פולי".

*

1753372998971.png


איך פערזענליך האב שוין אסאך מאל "געהיט עי קארנער", דהיינו, זיך געטראפן אין א "דעד ענד" פון לעבן, כ'זאג נישט אז איך האב שוין געהאלטן ביים באגיין זעלבסט-מארד, אבער יענעם הרג'ענען האב איך זיכער שוין אסאך מאל געוואלט, דהיינו געטראכט דערפון.

ווי למשל איך האב אויך געהאט "ראוד-רעידזש" אין מיין לעבן, און ראוד רעידזש איז כמו סועסייד, מ'וויל יענעם הארגענען אפילו אויב יענער וועט אונז הארגענען. אבער דאס איז בלויז א "פליטינג", דהיינו א דורכלויפנדע מחשבה'לע, פון נישט מער ווי א רגע אדער אפאר רגעים, ביז ווילאנג מ'וועקט זיך אויף פון די כעס, צו ווערן צוריק נארמאל, כאחד האדם מן המיושב. דאס איז גאר ווייט פון לידי מעשה.

פון וואס פאסירט ראוד רעידזש? מ'איז פארטראכט אין עפעס אנדערש, און פלוצלינג קומט א קאר און "קאט" אונז אריין זייער ווילד. מיר קוקן יענעם אן ווי א היטלער.

1753373866668.png


אבער ווען עס גייט דורך א מינוט, און מ'טראכט אריין אז יענער האט גארנישט געמיינט, אדרבה, יענער איז סך הכל געווען פארטראכט אין זיין אייגן "שיט" פונקט ווי אונז, דאן איז יענער נישט אזא נאצי מער.

דאס זעלבע זאך איז מיט סועסייד. אמת, איצט קוקט דאס אויס ווי ס'איז עק וועלט, אז עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, נאר צו ענדיגן דעם לעבן, ווייל ווייטער קען מען נישט אנגיין אזוי. אבער אויב מ'שלאפט זיך אויס, מ'טשוכעט זיך אויס, פארשטייט זיך יעדער פראבלעם זיין צייט. אסאך פראבלעמען איז א "לייף טיים סטראגעל", אבער רוב זענען נישט אזוי שטארק. ווי איך האב אויבן געשריבן, די דאזיגע מיט די מערסטע אמת'ע צרות זענען די ווייניגסטע סועסיידעל. ס'איז על פי רוב די מענטשן וואס קענען נישט נעמען קיין "פרעשור". אז אלעס גייט זיי גוט, ווי טראמפ און אהרן טייטלבוים, 2 גע'ספוילטע רייכע קינדער וואס מ'האט זיי אייביג אלעס געפיטערט אין מויל אריין מיט א גאלדענעם לעפל; ביי זיי, אויב גייט עפעס ארויס פון זייער רצון, אפילו בלויז א קליינער האר, איז דאס עק וועלט.

*

1753373068909.png


איך טראכט אייביג צו מיר, ווען עפעס גייט "דאון סאוט", אז פארוואס מוז איך ענדיגן מיין לעבן? עס ענדיגט זיך דאך סיי ווי סיי; איך באגיי "פאסיווע" סועסייד, ווי איידער "פרא-אקטיווע" סועסייד. יעדער איינער שטארבט פריער אדער שפעטער, לאמיר האפן אז נאך די 70 80 90 יאר; והלוואי מער.

זאלן מיר טאקע אלע זוכה זיין להרבות חיים אויף די וועלט, דורך זאגן א גוט ווארט פאר אן אנדערן. אפילו מיר אליינס זענען גאר שטארק דעפרעסט, ווייל געדענקט! אז די וואס הארגענען זיך, אדער יענעם, זענען געווענליך על פי רוב, אסאך ווייניגער דעפרעסט פון אונז אליינס. זיי קענען נאר נישט דערהייבן די יסורים וואס מיר קענען ברוך השם "יא" דערהייבן!

און דורך מחזק זיין אנדערע וועלן מיר זיך אליינס מחזק זיין; אמן כן יהי רצון!

*

איך וויל צוענדיגן מיט א ווארט וואס ראביי YY יעקאבסאן, דער חב"ד'סקער משפיע - כאטש ער איז א ציוני, אבער כ'בין 'מקבל האמת ממי שאמרו', בבחינת 'תוכו אני אוכל ומשיחתו אני זורק'... - האט מיר געזאגט: אז 'קיינער איז נישט אזא גיבור ווי איך אליינס אז איך לעב נאך איצט צו שרייבן דעם שנירל טראץ אלע יסורי גוף ונפש וואס איך בין אדורך ביז איצט!'

*

ובחרת בחיים!
 
אבער יענעם הארגענען האב איך זיכער שוין אסאך מאל געוואלט, דהיינו געטראכט דערפון. ווי למשל איך האב אויך געהאט ''ראוד-רעידזש'' אין מיין לעבן. און ראוד רעידזש איז כמו סועסייד, מ'וויל יענעם הארגענען אפילו אויב יענער וועט אונז הארגענען. אבער דאס איז בלויז א ''פליטינג'', דהיינו, דורכלויפנדע, מחשבהלע, פון נישט מער ווי א רגע אדער אפאר רגעים, ביז ווילאנג מ'וועקט זיך אויף פון די כעס, צו ווערן צוריק נארמאל, כאחד האדם מן המיושב. דאס איז גאר ווייט פון לידי מעשה.
דהיינו, געב ארויס וועם האסטו געוואלט הרג'נן?🤣
 
א הארציגן דאנק @שמייכעל!
זייער גוט אראפגעלייגט און באשריבן די נושא.
🙏

איך וויל אויסברייטערן א נקודה, די פעין וואס איז זייער מצוי היינט און כנראה פון רוב פעלער איז אייסעלעישן די גורם פון סוסייד ה״י. די יסורי הנפש פון ווערן רידזשעקטעד פון די אייגענע סאסייעטי איז איום ונורא…!!

צו וועלן זיין ״א מענטש צווישן מענטשן״ ווי ״א פיש אין וואסער״ איז נאטירלעך אריינגעבויעט אינעם נפש האדם. ״דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר רֵעָיו וחבריו, ונוהג כמנהג אנשי מדינתו״ (רמב״ם).

ספעציעל אין די היינטיגע מאדערענע און אפילו אפענע וועלט מיט די קאמיוניקאציע טעכנאלאגיע איז אייסעלעישן (און די נאכווייען, אזוי ווי דעפרעסיע, סוסייד…) פון די גרעסטע נפשיות׳דיגע פראבלעמען וואס אפילו די סעקולארע וועלט מוטשעט זיך מיט.

דאס איז א נקודה וואס דארף אדרעסירט ווערן. ותשועה ברוב יועץ.

איך טראכט אז א פשוט׳ע טויש אין מחשבה, פון זיך אידענטיפיצירן מיט א געוויסע סעקט וואס רידזשעקט דיר צו טשוזן א געזעלשאפט וואס עקסעפט דיר (קען אפשר זיין זיך אליין אויך… ווי שטייט אז מ׳דארף מנין צו ווערן קלאסיפיצירט אלץ סאסייעטי? 🤪🤣) קען פיהל אויסמאכן…
 
א הארציגן דאנק @שמייכעל!
זייער גוט אראפגעלייגט און באשריבן די נושא.
🙏

איך וויל אויסברייטערן א נקודה, די פעין וואס איז זייער מצוי היינט און כנראה פון רוב פעלער איז אייסעלעישן די גורם פון סוסייד ה״י. די יסורי הנפש פון ווערן רידזשעקטעד פון די אייגענע סאסייעטי איז איום ונורא…!!

צו וועלן זיין ״א מענטש צווישן מענטשן״ ווי ״א פיש אין וואסער״ איז נאטירלעך אריינגעבויעט אינעם נפש האדם. ״דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר רֵעָיו וחבריו, ונוהג כמנהג אנשי מדינתו״ (רמב״ם).

ספעציעל אין די היינטיגע מאדערענע און אפילו אפענע וועלט מיט די קאמיוניקאציע טעכנאלאגיע איז אייסעלעישן (און די נאכווייען, אזוי ווי דעפרעסיע, סוסייד…) פון די גרעסטע נפשיות׳דיגע פראבלעמען וואס אפילו די סעקולארע וועלט מוטשעט זיך מיט.

דאס איז א נקודה וואס דארף אדרעסירט ווערן. ותשועה ברוב יועץ.

איך טראכט אז א פשוט׳ע טויש אין מחשבה, פון זיך אידענטיפיצירן מיט א געוויסע סעקט וואס רידזשעקט דיר צו טשוזן א געזעלשאפט וואס עקסעפט דיר (קען אפשר זיין זיך אליין אויך… ווי שטייט אז מ׳דארף מנין צו ווערן קלאסיפיצירט אלץ סאסייעטי? 🤪🤣) קען פיהל אויסמאכן…

1753388525721.png

'דער גאלדענער אדלער'

טייערער @בְּתוֹךְ עַמִּי,

ווי איך האב דיר געשריבן פריוואט, בין איך מודה צו דיר, אז איך דארף טאקע אויך ארבייטן, אז קרעמל זאל זיין מער העפליך; אקצעפטירבאר; ווארעם; פריינטליך; און ''וועלקאמינג''; פאר אידן וואס קומען אהער זיך אויסטשוכן פון ''ריעל לייף'' פראבלעמען.

איך האב חרטה אויף אסאך זאכן וואס איך האב געשריבן אויף קרעמל.

בכלל זאלסטו וויסן, אז איך רעדאקטיר נאכאנאנד יעדעס תג ואות, פון מיינע פאוסטס, זייער אסאך מאל, איבער און איבער, מער פון יעדן איינעם, אסאך מער פון וואס דער 'צעטל קטן' פארלאנגט.

אבל דא עקא, אז זייער אסאך אלטע שנירלעך קען איך נישט מעקן אדער רעדאקטירן בכלל דא אויף קרעמל; עס איז פארשלאסן פאר מיר ווי פאר א פרעמדן, כאטשיג איך האב זיי געשריבן.

ומכאן הקריאה יוצאת; אויב איר באמערקט עפעס אמאל וואס איך האב געשריבן זייער שארף קעגן א חבר דא, ביטע לאזט מיך וויסן דערפון אין אישי, אדער אפילו אויך אין פובליק, אויב ווילט איר מיך דייקא פליקן; ווי @דער גאלדענער אדלער טוהט שטענדיג צו מיר; און איך בין אים טאקע זייער שטארק מכיר טובה דערפאר!

עס איז מיר א גרויסער טובה, אז איך זאל נישט שרייבן צו שארף, אפילו נישט קעגן פובליק פיגורען, אבער אסאך מאל מוז איך דאס טוען, ווייל קיינער אנדערשט טוהט דאס נישט.

א יישר כוח למפרע!
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב דיר געשריבן פריוואט אז איך בין מודה צו דיר. איך דארף טאקע אויך ארבייטן אז 'קרעמל' זאל זיין מער אקצעפטירבאר פאר אידן וואס קומען אהער זיך אויסטשוכן פון ריעל לייף פראבלעמען.
איך האב בכלל נישט געמיינט אדער געטראכט פון קרעמל.
הגם, למעשה ווייס איך אז ס׳דא אידן וואס ׳קרעמל׳ איז זייער עיקר געזעלשאפט און דעריבער דארף מען טאקע שרייבן בדרכי נועם.

איך האב געהאט א תקופה אין מיין לעבן ווי קרעמל׳ס פארגייער ק״ש איז געווען מיין סאסייעטי און כאטש איך בין ארויסגעשטאנען מיט מיינע דיעות און פיהל מאָל געשריבן אנדערש פונעם מעינסטריעם האב איך זיך געשפירט זייער קאננעקטעד. ❤️❤️❤️
__

איינער שרייבט מיר פריוואט:
איך האלט ביסט נישט רעאליסטיש אז… קען ערזעצן ריעל לייף פון א מנין.

עפשר פאר דיר קען דאס יא ארבייטן אבער נישט פאר מיר.

על כל פנים לעת עתה איז מיר גרינגער שלום מאכן מיט מיין איצטיגן וויליאמסבורגן סאטמערן לעבן, ווי איידער זיך אפשערן בארד און פיאות און זיך צוקריגן מיט מיין ווייב קינדער געשוויסטער ביזנעס קאלעגעס איגענט חברים עלטערן געזעלשאפט און זיך איינרעדן אז א אינטערנעט פארום ווי קרעמל קען ערזעצן די אימאשענעל סופארט צו נעמען מיין מענטל העלטה טעראפיע פון פאמיליע חברותא רביס וסאסייעטי וואלידעשען אטענשען און כבוד ווי נחת מיט שידוכים צדקה וחסד קביעת עיתים לתורה איידעלקייט וכו'...
מיין ענטפער:
האסט זיך זייער קיוט עקספרעססד.
נאר, איך בעט דיר מדקדק צו זיין אין מיין לשון (יא, כ׳ווייס איך שרייב געווענליך צו בקיצור).

איך רעד פון א טויש אין מחשבה.
די הנהגת החיים טוט מען ווייטער פאר סיי וועלכע בענעפיט (כלעיל אין דיין ליסט).
נאר, מ׳ווערט קלארער אין קאפ ווער און וואס מ׳איז באמת…!
 
לעצט רעדאגירט:
ציונים אהרן טייטעלבוים וועבערמאן דזשעיקאבסון 🤣 ביז קריעטיוו..
ווילאנג מ'לאזט עס אין אפגעטיילטע שנירלעך, איז נישט קיין פראבלעם. די עיקר פראבלעם איז, ווען יעדע שנירל קומט אן אין דעי נושאים.
אדרבה, מ'זאל מאכן ווי מער שנירלעך איבער דעם, ס'זאל נישט אויספעלן צו פארדרייען אנדערע.
 
@שמייכעל הערליך.

איך טראכט אז א פשוט׳ע טויש אין מחשבה, פון זיך אידענטיפיצירן מיט א געוויסע סעקט וואס רידזשעקט דיר צו טשוזן א געזעלשאפט וואס עקסעפט דיר (קען אפשר זיין זיך אליין אויך… ווי שטייט אז מ׳דארף מנין צו ווערן קלאסיפיצירט אלץ סאסייעטי? 🤪🤣) קען פיהל אויסמאכן…

איך פארשטיי נישט פונקטליך אויב גייט מען נישט אריבער צו די נייע געזעלשאפט וואס עקסעפט וויאזוי טוט עס אויף. עס איז ווי א פרוי וואס איז נישט מוצא חן און איר מאנס אויגען אבער זי ווייסט אז זי וואלט ווען מוצא חן געווען ביי עפעס א אנדערע מאן.
דעס איז די וועג וויאזוי @שמייכעל רופט אן סעלף דיפענס ער מיינט נישט גארנישט.
 
לעצט רעדאגירט:
@קץ דוחק איך פארשטיי נישט פונקטליך אויב גייט מען נישט אריבער צו די נייע געזעלשאפט וואס עקסעפט וויאזוי טוט עס אויף
איך בין צעמישט. װי-אזױ טוהט װאס אױף?
 
מקורות אז ארץ ישרא' פירט איצט דורך א ''זשענאסייד'' אויף די פאליסטינער.


1753408826440.png


הרב ראטה שליט''א,
Kenneth Roth - Wikipedia


Why are we reluctant to recognize Israel’s genocide in Gaza? | Kenneth Roth



ווי אויך עומר בר טוב א איזראעלי יורד וואס ער איז א זשענאסייד פראפעסער דאהי אין אמעריקע וואס האט געדינט אין צה''ל זאגט אז דאס איז זשענאסייד.

https://www.nytimes.com/2025/07/15/opinion/israel-gaza-holocaust-genocide-palestinians.html


כדי נישט צו פארדרייען דא דעם שנירל האב איך געפענט א באזונדער שנירל, מיוחד אויפציווייזן אז דאס וואס די ציונים טוען איצט צו די פאליסטינער, הייסט א זשענאסייד.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז א נקודה וואס דארף אדרעסירט ווערן. ותשועה ברוב יועץ.

איך טראכט אז א פשוט׳ע טויש אין מחשבה, פון זיך אידענטיפיצירן מיט א געוויסע סעקט וואס רידזשעקט דיר צו טשוזן א געזעלשאפט וואס עקסעפט דיר (קען אפשר זיין זיך אליין אויך… ווי שטייט אז מ׳דארף מנין צו ווערן קלאסיפיצירט אלץ סאסייעטי? 🤪🤣) קען פיהל אויסמאכן…
או יאמר. דאס זיך אידענטיפיצירן מיט א געוויסע פרטיות׳דיגע סאסייעטי איז א טעות מעיקרא. די טריקענע מציאות איז אז אונז זעמער אלע א מענטש צווישן מענטשן /אידן א חלק פון כלל ישראל.

וכעין זה:
מ'האט דיר איינגערעדט אז דו ביסט אן אפגעזונדערטע אינדעווידואל.

זעהן זיך אלץ אפגעזונדערט איז די שורש פון אלע עמאציאנעלע קרענק פון די וועסטערן וועלט.

די שינויים און חילוקים פון פארשידענארטיגע סאסייעטיס איז טאקע א חילוק אבער נישט א מחלק.

ווי נענטער מ׳באקענט זיך מיט זיך אליין, מיט ווער דו ביזט (נישט דיין לבוש, גוף, שיטות, געפילן וכו׳), אלץ מער באמערקט מען ווי ענליך אונז זעמער איינער מיטן אנדערן און מ׳פיהלט קאנעקטעד מיט מענטשן אפילו ווען מ׳באלאנגט נישט אפיציעל אין זייער קאמיונעטי…
 
וואס וואלטן מיר געזאגט פאר משי זהב אדער שטיינער אויב קומען זיי צו אונז איידער זיי הרג'ענען זיך?
וזהו קשיא שאין עליו פירכא... כמעט
וואס קען מען זיי טאקע זאגן? אז ס'איז דא נאך גוטע זאכן אויף דער וועלט? ווי דו שרייבסט, עסן פרישטאג, גיין שפאצירן... זיי ווייסן דען דאס נישט?
געווענליך שפירן די מענטשן אז עס איז שוין נישט דא קיין וועג ארויס פון זייערע פראבלעמען...
 
הרב שמייכעל, דער עולם באדאנקט דיר פאר דיין לאנגע תגובה, וואס איז געשריבן מיט אזויפיל הארץ, פארשטענדעניש, הגם אויסגעמישט מיט אסאך מאדנע קאמענטארן פון ציונים, צה"ל, ביבי, א מין געמישאכץ פון סועסייד צו גענאסייד, הודו מיט כוש.

איך האב פיינט צו זיין דער מענטש וואס נעמט דיר אלץ אויפן צימבל, אבער אסאך מאל קען איך זיך נישט איינהאלטן... און ביטע הער מיך אויף רופן מאדערעיטאר, עס איז סתם א כינוי, איך ווארף נישט קיין מענטשן, ניטעמאל קען איך דאס, איך קען ס"ה העלפן מיט תגובות, האב נישט קיין מורא, איך באגיי נישט קיין גענאסייד מיט קיין ניקס....
רוב פון די "סועסייד" פאלן זענען פון מענטשן וואס ספראווען זיך אליינס מיט זייערע פראבלעמען אן גיין פאר הילף, אסאך מאל איז דאס גאר "לידערס" וואס פאסט זיי נישט צו האבן די זעלבע פראבלעמען פון אונז אלע די המון עם, וואס זיי סטראגלען אליינס פארמאכט מיט זייערע דאגות, ממילא אפילו עס איז נישט בכלל קיין שווערע דאגות נאר גאר גרינג, ווערט דאס זייער שווער ליידער זיך ארום צו טראגן דערמיט.
רוב סועסייד זענען פון לידערס? ואנכי לא ידעתי.
זייער אסאך מאל זענען די טעראפיסטן אליינס די מכה בפטיש אז זייערע פאציענטן נעמען זיך דאס לעבן ליידער. ווייל זיי גיסן זאלץ אויף די וואונדן, זיי מאכן שווערע געלטער און בלאזן אויף פראבלעמען.

ווי רבי אביגדור מילער ע"ה, שרייט אייביג אז רוב פראבלעמען בנפשיות, "מענטל העלטה אישוס", הייבט זיך אן אלץ פשוט'ע נאטורליכע דרך הטבע'דיגע בין אדם לחבירו, אדער בין איש לאשתו, אדער בין תלמיד לרבו, אדער בין אחיו לאחותו, "מאנדעין" - 'שלום בית' אדער אנדערע מדות וואס מ'דארף זיך אויסארבייטן, צו איז דאס קעגן כעס, צו איז דאס קעגן פוילקייט, וכדומה נאך אנדערע שלעכטע סעלפישע נטיות, וואס מיר האבן פון קינדווייז אן. אבער די טעראפיסטן ועסקנים זאגן אז עס פעלט אונז עפעס, ביז מיר גלייבן זיי טאקע, אז מיר זענען נעבעך קראנק, אז מיר זענען עפעס נישט "נארמאל" ווי יעדער איינער אנדערש. אז מיר זענען "פאני", מיר זענען נישט געזונט רח"ל ה"י ליידער, אויף אלע גוים געזאגט אונזער לעבן...!
ווידער זייער א מאדנע סטעיטמענט.
דו האלסט באמת אז די טעראפיסטן זענען די מכה בפטיש אז זייערע פאציענטן נעמען זיך דאס לעבן? האומנם?
טעראפיסטן זענען מסביר פאר די פאציענטן אז עפעס פעלט זיי און זיי זענען נישט נארמאל פונקט ווי אנדערע?

לפי ידיעתי איז עס פונקט פארקערט, די "סאסייעטי" זענען די וואס קריעטן דעם סדום בעטל און פארלאנגען אז יעדער זאל זיין די זעלבע נארמאל; די טעראפיסטן (עכ"פ די נארמאלע) לערנען אויס די פאציענטן צו זיין די "אמת'ע זיך" און אויפהערן צו פערפארמען פאר די גאנצע וועלט. סך הכל איז דא געוויסע נעמען וואס מיינען באמת גארנישט נאר בעיקר פאר דיאגנאז פארפוסעס צו וויסן ווי אזוי צו באהאנדלען די אישוס, צב"ש א מענטש וואס איז בעצבות וועט מען רופן "דעפרעשאן", א אנלייגער וועט מען רופן "קאדעפענדענט", א צעווילדעוועט קינד וועט מען רופן "ADHD", כדי מ'זאל וויסן ווי אזוי צו טריעטן דעם פאציענט, נישט אים צו מאכן פילן אנדערש אדער אז עפעס פעלט זיי.

טעראפיסטן זענען געלערנט צו דערשמעקן ווען זייערע פאציענטן האלטן ביים באגיין זעלבסטמארד און ווייסן עצות ווי אזוי דאס צו פארמיידן. רוב פון די סועסייד חברה זענען דוכט זיך "נישט" געגאנגען צו טעראפיסטן בעפאר. קיינער נעמט זיך נישט דאס לעבן ווייל א טעראפיסט האט זיי געמאכט שפירן אז זיי זענען אנדערש פון אנדערע, זייט מיר מוחל.

עס איז נישט קיין סתירה. מען קען האבן א טעראפיסט און גלייכצייטיג זיך אויסרעדן פאר אנדערע, אפילו דער אנדערער איז דער טעראפיסט.

און לגבי ר' אביגדור - רוב מענטל העלט זאכן זענען מדות? לאו דווקא, צומאל יא און צומאל נישט. אז מען טשעפעט א קינד אומאיידל חלילה און ער ליידט שפעטער האט עס גארנישט מיט מדות; אז קינדער האבן אביוסיוו עלטערן און דעריבער קענען נישט האבן ריכטיגע שלום בית האט גארנישט מיט מדות; מען דארף וויסן ווען יא און ווען נישט.
ביי די וועי, וואס מיינט "מאנדעין"?
 
1753635281524.png

חיים ראטער דער אנפירער פונעם בני ברקער חברה שומרים וואס איז איצט אנגעקלאגט אויף באלעסטיגן סעקסואל אסאך מענער פרויען און אינטעריעריגע קינדער אויך; עס ווארט אים לעבנסלעגליכע טורמע ווי דער סאטמערער חב''ד לובאוויטשער וועד משמרת הצניעות טעראפיסט נחמי' וועבערמאן

א.

דער @קעניינע הארע לייקענט דעם ''דזשענאסייד'' פון די ציונים, און ער לייגט אריין ווערטער אין מיין מויל; און ער רופט זיך נאך ''מאדערעיטער'' דא...

איך האב קיינמאל נישט געשריבן, אז רוב סועסיידערס זענען ''לידערס'', איך האב געשריבן אז א לידער קען באגיין 'סועסייד' פאר זאכן וואס פשוטע מענטשן ספראווען זיך מיט זייער גוט אין לעבן, ווי למשל יודא משי זהב מיט חיים וואלדער האבן זיך גענומען דאס לעבן ווייל זיי זענען געווארן פארשעמט פון באלעסטיגן מענטשן.

באלעסטיגן מענטשן, על כל פנים אין אונזער חרידישע געזעלשאפט איז נישט קיין ''מענטל העלטה אישו'', עס איז א זאך וואס ''לידערס'' פאלן דורך מער ווי פשוטע מענטשן. אבער פשוטע מענטשן פאלן אויך דורך דערמיט, אויב זיי זענען בעל הבית אויף תמימותדיגע פרויען אין אן אפיס אין וויליאסמבורג. וואס קאשוי רב ר' רפא' בלום זי''ע פלעגט שטענדיג רעדן דערפון. אדער אנדערע ''סירקומסטענסעס'' ווי דא ביי וועבערמאן משי זהב ראטער און וואלדער. ואס זיי דרייען זיך ארום זייערע תמימותדיגע פרויען און ווייבלעך וואס זענען נעבעך זייער צובראכן אין לעבן. מילא ווערן זיי נכשל צו באלעסטיגן אט די פרויען.

אבער פשוטע מענטשן ווערן באשולדיגט אין באלעסטיגן אנדערע טאג טעגליך, דאס איז זייער א נארמאלע זאך, על כל פנים ביי אונז ווי אונז ווערן נישט מחונך אין געשלעכט, יא מיר האבן די טעיפס שובבי''ם מוצאי שבתות אבער דאס איז עס. ביי גוים און ביי מאדערנע אידן איז דא א עקסטער קאריקולעם וויאזוי מ'איז מחנך קינדער און בחורים מיידלעך און טינעידזשערס אז מ'טאר נישט אנרורן קיינעם אן רשות וכו'.

אבער דאך אפילו מיר זענען נישט מחונך וויאזוי זיך צו באגיין מיט די אנדערע זשענדערס, אחוץ די איסור פון יחוד, וואס איז נעבעך דא אסאך פאלן פון אינגעלייט וואס באלעסטיגן פרויען און עלטערע בחורים וואס באלעסטיגן אינגערע בחורים און אזוי ווייטער טוהט זיך קיינער נישט נעמען דאס לעבן דערפאר.

אבער פאר פירער פאסט נישט צו ווערן באשולדיגט אין אזאלעכע תאוות, ווייל זיי האלטן זיך בעסער פון אינז, ווי חיים וואלדער דער יתד נאמן שרייבער און ליטווישער ישיבהשער וועלט'ס מחנך וואס זיינע חינוך ארטיקלען האבן זיך פארקויפט אויף אלע שפראכן אין די וועלט די מערסטע פון אונזער חרדישער היסטאריע. און יודא משי זהב קודם א קנאישער פירער און דערנאך א ציוניסטישער פירער, וואס האט באלעסטיגט אסאך פרויען מענער בחורים און סתם עמך, אבער האט נישט געקענט ''פעיסן'' זיין משפט און האט זיך געהאנגען צו געשאסן פאר דעם.

איצט, איז חיים ראטער, דער אנפירער פונעם בני ברקער שומרים, דער משל פון א פירער וואס ''פעיסט'' די באשולדיגונג אז ער האט באלעסטיגט שוואכע פרויען און מענער מיט שובבי''ם חטא הידוע זינד, אבער וויבאלד ער האלט זיך דאך פאר איינער וואס איז שומר החוק. ער האט נישט עפעס אנדערשט אין לעבן, נאר דאס אז ער איז א פירער וואס ארעסטירט אנדערע וואס באלעסטיגן פרויען און מיידלעך בחורים און אינגלעך, און דא ווערט מען געוואר אז ער אליינס איז דער מנובל ונואף אויף וועמען ער האט געהיטן - איז ער אין א סכנה פון סועסייד איצט!

חיים ראהטער איז געווען דער גרעסטער מנובל אין שטאט בני ברק, מילא האט מען אים אויסדערוועלט אלץ שומר צו היטן די מנובלים...!

אחרי 26 יום במעצר: כתב אישום הוגש נגד חיים רוטר מ'השומרים' בגין מעשים חמורים בקטינים - חרדים10

ב.

''מאנדעין'' איז א ענגלישע ווארט, ווי ''לידערס'' און ''מאדערעיטער''. אגב סועסייד איז אויך א ענגליש ווארט וואס מיר האבן אדאפטירט פאר זעלבסט מארד ווייל די ציוניםלעך נוצן דאס בלויז אויף שרעקעדיגע אראבער צו פארשרפרייטן זייער ציונות... איז סועסייד געווארן א סאטמערע אידיש שפראך ווארט... מאנדעין איז באטיטולט אויף יעדע פעולה וואס מיר טוען אין טאג טעגליכן ''בארינג'' יא אויך אן ענגלישע ווארט פאר'ן 'לאנגווייליגע' לעבן פון א מענטש. ''נעקסט טיים'' יא אויך אן ענגלישע ווארט, פאר 'קומענדיגע מאל', זאלסטו וויסן, אז ווען איך מאך א ווארט ארום גענומען מיט צוויי אויבערשטרעכליך, כזה '' '' איז דאס א סימן אז דאס איז אן עננגליש ווארט.

ג.

רוב סועסיידס פון די גרויסע וועלט קען זיין גייען טאקע נישט צו טעראפיע, אבער ווי איך האב געשריבן רעדט איך פון די היימישע חברה, ווי נחמי' וועבערמאן וואס איז געווען אנערקענט ביי ביידע סאטמערס, סיי די זאלוינים און סיי די אהרונים, אלץ טעראפיסט. און ער האט נאר פארהארגעט מער. דער סייט איז א היימישער סייט.

ד.

איך האב געשריבן משמו של רבי אביגדור מילער ז''ל, אז 'קודם' הייבט זיך עס אן מיט ''מאנדעין'' מענטשליכע שלעכטע מידות, ביטע פארדריי נישט מיינע ווערטער אפילו דו הייסט א ''מאדערעיטער'', ''פליז ביהעיוו'' און יא ס'איז ענגליש פאר 'ביטע פיר דיך אויף מענטשליך'. אוודאי היינט צוטאגס ווען זיי האלטן שוין דעם מעסער, ביקס, באמבע, שטריק, הויכע דאך, און בריק, - זיך צו הארגענען אדער הארגענען אנדערע אדער מאכן א ''דזשענאסייד'' אויף אסאך פון איין פאלק, זענען זיי שוין קראנק אין קאפ, אסאך אסאך מער ווי סתם שלעכטע מידות.

***

לגופו של ענין: וואס זאלן מיר איצט זאגן פאר חיים ראטער, אז ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן, אז זיינע חטאים ווערן איצט דן אין א משפט?

איך האב היינט געדאווענט ביי שחרית, אז 'לא עשה כן לכל גוי ומשפטים בל ידעום הלילקה!'

מיר דאנקן ג-ט ברוך הוא אז מיר זענען אידן וואס האבן משפט, גוים זענען ווייניגער ווי אונז ווייל זיי האבן נישט קיין משפט, זיי זענען קארופטירט פון קאפ ביז פיס ליידער!

ר' חיים איר וועט דורך גיין א משפט, ווי איר וועט ווערן אויסגעלייטערט פון חרפות ובושות, אבער איר האט דאך געגעבן אייער לעבן ביז אהער אויך פאר משפט, איר זענט געווען דער אנפירער פון שומרים, צו היטן אויף אונז מיט משפט, אוודאי האט איר אויך געזינדיגט, קיינער איז דאך נישט ריין פון חטאים, אפילו דיינע גרעסטע באשוליגער!

אבער נאר דו ר' חיים האסט האסט די זכי' צו ווערן געמשפט! מיר דיינע באשולדיגער שטארבן אלע אן משפט, - ווי פאלנע גוים! וואויל איז דיין חלק אז דו האסט א משפט, ווילאנג דו לעבסט נאך; איך בין דיך מקנא!


***

איך ווארט איצט אויף אונזער אזוי גערופענער ''מאדערעיטער'', זאל מיך ארויסנעמען מיינע ווערטער פון ''קאנטעקסט''. ער זאל זיך מאכן כאילו ער פארשטייט נישט קיין ענגליש, אז ער ווייסט נישט וואס ''קאנטעקסט'' מיינט...

אבער איך דאנק אים ווייל אזוי קען איך אים ענטפערן וואס איך ווייס אז אנדערע וואס טראכטן ווי אים האבן די זעלבע אומקלארקייטן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top