די סטאק מארקעט וועלט

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
269
רעאקציע ראטע
875
סטאקס איז א וועלט, א קאמפליצירטע לאנגע דרך ארוכה צו פרייהייט אבער ס'איז אזוי גינגאלד אז ס'צאלט זיך אויס, און מיט די ריכטיגע סבלנות קען מען אנקומען גאר ווייט.
איך פייער יעצט 4.5 יאר (מיט 2 וואכן און איין טאג) וואס איך האב געעפנט מיין ראבינהוד און זיך אויסגעלאכט פון אלע לוזערס וואס זאגן אז אונז ווייס מיר נישט און פארשטיי מיר נישט צו העכערע זאכן איי, ס'איז געווען נידריגע רויטע צייטן (ווער פרעגט קשיות דא?)

איך האב זייער ליב צו רעדן אינוועסטינג ווער ס'געדענקט, און אויך וואקס איך כסדר און אפשר קען זיין קרעמל א פלאץ ווי מ'קען ארויסשטעלן אסאך פון די ריסורטש און מיטיילן מיט אנדערע וואס צווינגט ארויסצוגיין פון די אייגענע קאפ.

יעצט טוט זיך מיט עי. איי. ארטיפישל אינטעליגענציע, נא איך הייס דאך אינטעליגענט מוז איך דאך עפעס וויסן איבער מיינע מענטשן...

איז אסאך מענטשן פרעגן ווי מ'זאל אינוועסטן אין עי איי, איך פערזענליך גלייב אז די ריעל עסטעיט פון דעטע צענטערן און די דימענד פון יוטיליטי קאמפעני'ס גייען זיין אין די אויבנאן פון די ביזנעס אין די נעקסטע פאר יאר, פשוט אויב ס'איז נישט דא גענוג פאוער קען ענווידיע און מייקראסאופט נישט אנגיין, און אויב ס'איז נישט דא קיין דעטע צענטערן פון וואו צו בעיסן די מאסיווע נעטווארקינג וואס די "הייפערסקעילערס" דארפן וועט עי איי זיך נישט גענוג שנעל פאראויס רוקן מיט ערפאלג.

למשל איין אזא פירמע איז Digital Realty Trust זיי האבן פון די גרעסטע מארקעט שעיר אין דעטע צענטערן אין אמעריקע מיט ארום 1226 MW פאוער וואס זיי קאנטראלירן, דאס קען אנשאלטערן אזא 12 מיליאן קליינע קאמפיוטערס... און דאס צו קויפן/דינגען גייט זיכער ארויפגיין מיט צייט און ווי זיי געבן איבער וואקסט די דימענד גאר שנעל

ס'איז מער אזא Bottom up approach פון נישט נאכלויפן די עצם עי איי אליין, נאר האלטן די אויגן אפן ארום און ארום וואס ווערט אפעקטירט דיירעקשנעלי צו די אנטווינקלונגען.

נאך אזא דוגמא איז די באוויסטע Taiwan Semiconductors אדער טי עס עם סי אויף קורצן. זיי זענען יעצט די טשאטשקעלע פון די וועלט, אן זיי קען עפל נישט אנגיין, קען ענווידיע און מייקראסאופט נישט אנגיין און סעמסאנג און פיקסל דיווייסעס אויך נישט, אוודאי קען מען גיין מיט ענווידיע אויך אבער אויב פילט מען אז מ'האט מעגליך פארפאסט יענע שיף די זאכן זענען ווייניגער Volatile און מער אונטער די קוליסן אבער ווייניג באטראכטן עס ווייל זיי נעמען נישט אזויפיל טריט אויף צוריק. הצלחה און געב נישט אויף. געלט איז גוט, געלט איז שיין, מ'מעג עס ווילן און מ'קען עס קריגן.
 
אפשר וואלט געווען א אפציע, פאר דו פאנגסט אן צו שרייבן איבער וועלכע סטאקס צו קויפן, זאלסטו קודם שרייבן א פשוט'ע אריינפיר, פאר איינער וואס איז גרין אין די זאכן, און וויל אנפאנגען טון אינדעם.
פשוט ווי קויפט מען, וואו פארקויפט מען, וויפיל קען מען פארקויפן, ווען קען מען נישט פארקויפן וכדו'.

כ'האב פונקט לעצטנס געטראכט זיך אריינצולייגן אינדעם.
כ'וועל אנהייבן מיט א פשוט'ע קשיא, פארוואס פארלירן מענטשן געלט אין סטאקס, פארוואס פארקויפט מען נישט גלייך די סטאקס וואס מ'זעט אז ס'איז אויפן וועג אראפ, און מ'קויפט צוריק איינמאל ס'פארט צוריק ארויף?
מינינג טא סעי, כ'קויף א סטאק פאר הונדערט דאלער (למשל), ס'פארט שטאטליך ארויף אראפ וכו', ס'האלט נאך כ'ווייס א יאר ביי צוויי הונדערט דאלער, ד"ה כ'האב פארדינט הונדערט דאלער, כ'זעה ווי די סטאק הייבט אן פארן שארף אראפ, פארקויף איך עס ביי 190 דאלער, און בלייב אין טאש ריוח מיט 90 דאלער. ווען ס'הייבט אן צוריק ארויף צו פארן, און יעצט האלט שוין מיין פארקויפטע סטאק ביי 210 דאלער, קויף איך עס צוריק, קומט אויס כ'האב משקיע געווען אין די סטאק 120 דאלער, און כ'האב פארדינט 80 דאלער, וחוזר חלילה.

קען זיין כ'שרייב פשוט'ע שטותים והבלים, נישט האבנדיג די מינדערסטן אנונג, וויאזוי קויפן סטאקס גייט צו, סא ר' אינטעליגענט אפשר געבסטו א שטיקל שיעור כללי איבער סטאקס וכו'?
 
@אינטעליגענט איך האב נישט קיין ספר אז דו גייסט דיך נישט דא זעצן שרייבן אלע דיינע ידיעות, די שטעקסטע טובה וואס דו קענסט טוהן פאר אנדערע איז צו שרייבן פון ווי דו האסט דיך געלערנט די סטאק מארקעט און ווער איז טראסטבאר. מיר זעהט Freeman Publications אויס ווי א גוטע ריסארס, בין איך גערעכט?
 
שכח @כספי פאר די פידבעק, צוביסלעך אלעס דויערט, און ס'איז א לאנגע פראצעס פון א טאן אויף לינגא, ראשיאוס וכו' אבער איך מיין מיט די וויל-פאוער פון א לייב קען מען עס דורכברעכן. אויך איז דא גרינגערע וועגן נאר אנצוהייבן און מ'קען זיך שפעטער ענהענסן שטאפלווייז
 
כ'האב פונקט לעצטנס געטראכט זיך אריינצולייגן אינדעם.
כ'וועל אנהייבן מיט א פשוט'ע קשיא, פארוואס פארלירן מענטשן געלט אין סטאקס, פארוואס פארקויפט מען נישט גלייך די סטאקס וואס מ'זעט אז ס'איז אויפן וועג אראפ, און מ'קויפט צוריק איינמאל ס'פארט צוריק ארויף?
מינינג טא סעי, כ'קויף א סטאק פאר הונדערט דאלער (למשל), ס'פארט שטאטליך ארויף אראפ וכו', ס'האלט נאך כ'ווייס א יאר ביי צוויי הונדערט דאלער, ד"ה כ'האב פארדינט הונדערט דאלער, כ'זעה ווי די סטאק הייבט אן פארן שארף אראפ, פארקויף איך עס ביי 190 דאלער, און בלייב אין טאש ריוח מיט 90 דאלער. ווען ס'הייבט אן צוריק ארויף צו פארן, און יעצט האלט שוין מיין פארקויפטע סטאק ביי 210 דאלער, קויף איך עס צוריק, קומט אויס כ'האב משקיע געווען אין די סטאק 120 דאלער, און כ'האב פארדינט 80 דאלער, וחוזר חלילה.

קען זיין כ'שרייב פשוט'ע שטותים והבלים, נישט האבנדיג די מינדערסטן אנונג, וויאזוי קויפן סטאקס גייט צו, סא ר' אינטעליגענט אפשר געבסטו א שטיקל שיעור כללי איבער סטאקס וכו'?
please, call me טעלי, אזוי האט מען מיר באקרוינט אין פאליש.

ווי יא און ווי נישט איז נישט לעגאל צו נעמען פון מיר באראט. און סתם נישט רעאליסטיש צו נעמען אדווייס פון עפעס א זעלבסט געקרוינטער אינטעליגענט אויף די אינטערנעט, נאר די קונץ איז צו פארשן און מיט די אייגענע שכל קויפן וואס שטימט לויט נארמאלע חשבונות. קיינער זאל נישט נאכמאכן וואס איך טוה נאר אויף מיין ווארט. דאס קען פירן צו פעניק סעלינג און סתם פארוואס זאלסטו זיצן מיט דעם פאר זיבן יאר אויף יענעמ'ס לאגיק?

זארג נישט, ס'איז נארמאל צו פרעגן אין אנהייב. מענטשן האבן נישט קיין השגה וואס טוט זיך און ס'איז נאטירליך צו וועלן פארשטיין.
דאס רופט זיך timing the market באזירט אויף ספעקיולעישן, דאס איז נישט רעקאמאנדירט. נאר זיצן און זיצן ביז ס'וואקסט מאשרום'ס. בעצם ווייסטו נישט אז ס'פארט ארויף און אראפ, ס'קען גיין דאון אן קיין הסבר און אפילו אויף פיינע נייעס און אפ נאך שלעכטע. סא איך האב מיך דעס געלערנט the hard way אז ס'קומט אלס צוריק צו אינטרינסיק וועליו (חברה נאוטס...) אז דו ווייסט נישט וויפיל די סטאק פרייז איז באמת ווערט, אפילו א געגנווארט, נארסטו זיך אז ס'איז ארויף מיט 100 גייט דאך עס גיין צו 250 אין נאו טיים? יא, אבער אויב איז עס באמת נישט ווערט יעצט 100 קען דאך עס אויך נישט זיין ווערט קיין 10 סא אראפארן פון 200 צו 10 איז -190 און קל וחומר אפאר מולטיפלס איבער...
 
לעצט רעדאגירט:
@אינטעליגענט איך האב נישט קיין ספר אז דו גייסט דיך נישט דא זעצן שרייבן אלע דיינע ידיעות, די שטעקסטע טובה וואס דו קענסט טוהן פאר אנדערע איז צו שרייבן פון ווי דו האסט דיך געלערנט די סטאק מארקעט און ווער איז טראסטבאר. מיר זעהט Freeman Publications אויס ווי א גוטע ריסארס, בין איך גערעכט?
יעדער הייבט אן מיט א בוק The Intelligent Investor

פון זיינע עלטערע ווידיא'ס האב איך אסאך קונה געווען

אדער דעס פאר א גענעראלע וויזיע וואס די העק איז די סטאק מארקעט. פארשטייטס אז ס'איז דא אן א שיעור זאכן סא איך געב נאר די שפיץ גאפל פאר יעצט עניוועי
 
איך פייער יעצט 4.5 יאר (מיט 2 וואכן און איין טאג) וואס איך האב געעפנט מיין ראבינהוד און זיך אויסגעלאכט פון אלע לוזערס וואס זאגן אז אונז ווייס מיר נישט און פארשטיי מיר נישט צו העכערע זאכן איי, ס'איז געווען נידריגע רויטע צייטן (ווער פרעגט קשיות דא?)
און למעשה, ווי אזוי וואלסטו געסקארט דיין סוקסעס היינט צוטאגס?
 
אפשר וואלט געווען א אפציע, פאר דו פאנגסט אן צו שרייבן איבער וועלכע סטאקס צו קויפן, זאלסטו קודם שרייבן א פשוט'ע אריינפיר, פאר איינער וואס איז גרין אין די זאכן, און וויל אנפאנגען טון אינדעם.
פשוט ווי קויפט מען, וואו פארקויפט מען, וויפיל קען מען פארקויפן, ווען קען מען נישט פארקויפן וכדו'.

כ'האב פונקט לעצטנס געטראכט זיך אריינצולייגן אינדעם.
כ'וועל אנהייבן מיט א פשוט'ע קשיא, פארוואס פארלירן מענטשן געלט אין סטאקס, פארוואס פארקויפט מען נישט גלייך די סטאקס וואס מ'זעט אז ס'איז אויפן וועג אראפ, און מ'קויפט צוריק איינמאל ס'פארט צוריק ארויף?
מינינג טא סעי, כ'קויף א סטאק פאר הונדערט דאלער (למשל), ס'פארט שטאטליך ארויף אראפ וכו', ס'האלט נאך כ'ווייס א יאר ביי צוויי הונדערט דאלער, ד"ה כ'האב פארדינט הונדערט דאלער, כ'זעה ווי די סטאק הייבט אן פארן שארף אראפ, פארקויף איך עס ביי 190 דאלער, און בלייב אין טאש ריוח מיט 90 דאלער. ווען ס'הייבט אן צוריק ארויף צו פארן, און יעצט האלט שוין מיין פארקויפטע סטאק ביי 210 דאלער, קויף איך עס צוריק, קומט אויס כ'האב משקיע געווען אין די סטאק 120 דאלער, און כ'האב פארדינט 80 דאלער, וחוזר חלילה.

קען זיין כ'שרייב פשוט'ע שטותים והבלים, נישט האבנדיג די מינדערסטן אנונג, וויאזוי קויפן סטאקס גייט צו, סא ר' אינטעליגענט אפשר געבסטו א שטיקל שיעור כללי איבער סטאקס וכו'?
@אינטעליגענט זאגט גוט און עס אויס ווי ער האט גאר א טיפע פארשטאנד (אינטעליגענץ) אין די נושא, איך קען אביסל מוסיף זיין, פון וואס איך זע, טאקע נאכ'ן אביסל ארומפאטשקענען אין די מארקעט, ווי פארשטענדליך זאל מיך קיינער נישט נעמען ערנסט, ס'בלויז אבזערוואציעס.

דאס איז איינע פון די פראבלעמען אין די סטאק מארקעט, ס'קוקט אויס גלאנציג. 75 פראצענט טרעידער'ס גייען אוועק פון די סטאק מארקעט אין די ערשטע חודש, און 90 פראצענט אין די ערשטע 6 חדשים, מען ווערט פארלוירן ווען מען פארלירט געלט און די מארקעט שפילט נישט מיט מיט דיינע פלענער. ווי זעסטו אז א קאמפאני גייט ארויף פון 100 צו 200? נעם די 500 S&P גרויסע קאמפאניס, וויפיל האבן זיך געדאפלט אין די לעצטע יאר? 3. פיין. אבער קוק וויפיל קאמפאניס האבן פארלוירן געלט אין די זעלבע צייט אפשניט? 191. דו וואלסט געהאט א 63 מאל מער שאנס צו פארלירן ווי געווינען דאפלט. אבער דיין עצם מהלך איז נישט אפגעפרעגט, מען קויפט ביליג און מען פארקויפט טייער.

אבער קודם א קליינע הקדמה: עס איז דא עטליכע מהלכים צו אינוועסטן, צו אויסרעכענען 3 וואס זענען שטארק פאפולער,1) לאנג טערם 2) שארט טערם 3) אפשענס. לאנג טערם איז די מערסטע פארזיכערט, דו לייגסט אריין די געלט אין א אינדעקס אזוי ווי די S&P 500 אדער אין א מיוטשעל פאנד ווי Vanguard, Blackrock און די געלט וואקסט מיט די יארן. (אין דורכשניט וואקסט עס מיט 12 פראצענט א יאר געבויט אויף טרענדס פון די לעצטע 50 יאר דאס מיינט אז דו לייגסט יעצט אריין 1,000$ גייסטו האבן א יאר שפעטער $1,120 (1,000+12%) יעצט די מורא'דיגע כח פון קאמפאונד אינטערעסט, די נעקסטע חודש באקומסטו שוין אינטרעסט אויף $1,120 איז שוין דא $1,404, די דריטע יאר גייט עס ארויף נאכמער, נאך 6 יאר איז שוין דא דאפלט די געלט וואס דו האסט אריינגעלייגט, יעדע 6 יאר דאפלט זיך די געלט מאך ווייטער די חשבון אויף א ספרעדשיט די נומבערס זענען ריזיג. נאך 50 יאר (אויב ס'איז אינטרעסאנט צו האלטן געלט אזוי לאנג) וועסטו האבן $289,002! פאר מער זע דא), די דריטע איז אפשענס דו לייגסט puts אדער shorts, דאס טייטשט די בארגסט געלט פון דיין סטאק בראוקער ווייל דו ביזט קאנפידענט אז ס'גייט אראפגיין, דאס איז פארבינדן מיט אסאך ריזיקע און איז בעיקר פאר ערפארענע אינוועסטירער, איך האב דאס קיינמאל נישט אויספרובירט.

איך וויל בעיקר רעדן וועגן די צווייטע, דאס איז וואס דו האסט דערמאנט אבער מיט אביסל קליינע שינוים, נעם א סטאק וואס איז אביסל וואקלדיג (Volatile)אבער די קאמפעני ביסודו איז סטאביל, לאמיר זאגן דו קויפסט גוגל סטאק וואס האלט יעצט ביי $157 א שעיר, זוכסטו ווען עס האט א 'dip', קוק אויף די סטאק טשארט פון די לעצטע פאר חדשים קענסטו דאס אויסרעכענען, דו זעסט פאר אז אויב די סטאק האט א שלעכטע טאג גייט עס אראפגיין צו $152, גייסטו דעמאלטס קויפן 50 שעירס פאר $7,600, און ווארטן ביז עס גייט ארויף צו $167 און אלעס פארקוןיפן פאר $8,350 (א טעק קאמפאני ווי גוגל איז זייער שכיח ס'זאל ארויפגיין און אראפגיין מיט 10 פראצענט) וויפיל פראפיט האסטו געמאכט אין די שטיק צייט? גאנצע $750, דאס איז נישט שלעכט. יעצט לאז די געלט ווארטן ביז די סטאק גייט נאכאמאל אראפ און דו פילסט די צייט איז רייף צו קויפן נאך. דאס זעט אויס ווי גאנץ א געלונגענע סטראטעגיע, בעיקר פאר אינוועסטירער וואס הייבן יעצט אן.

נאך עטליכע קליינע נקודות:

נאו ריגרעטס: דו וועסט זען די ערשטע פאר מאל ווי דו מאכסט טעותים, ס'איז גארנישט די גרעסטע פראפעסיאנאלן מאכן אויך טעותים. ס'קען זיין פונקט די סעקונדע נאך דו פארקויפסט שיסט די סטאק פרייז ארויף מיט אזא 7 פראצענט, דאס איז סם המוות, דו דארפסט זיך ווייטער האלטן ביי דיין סטראטעגיע און לערנען פון טעותים, געפילן און בייעס קענען זיין א מורא'דיגע שטער, מיט די צייט וועלן די פארלוסטן ווערן ווייניגער און ווייניגער.

באגרעניץ פארלוסטן: ווען דו זעסט א סטאק וואס דו האלסט פארלירט 5 אדער 10 פראצענט (געוואנדן לויט דיין ריסק טאלעראנץ) פארקויף עס גלייך, ווארט נישט ביז די סטאק וועט צוריק ארויפגיין און וועסט אפשר ארויסקוועטשן פראפיט.

ס'איז גוט אוועקצושטיין פון פעני סטאקס (סטאקס וואס טרעידן אונטער 5 דאלער א שעיר): די סטאקס קענען אויסזען מורא'דיג אטראקטיוו, אבער רוב מאל איז פשט אז די סטאק איז גארנישט ווערט און גייט נאר אראפגיין פון דא און ווייטער.

דיווערסיפיקעישאן: זיין אנגעהאנגען אין 1 סטאק איז אביסל ריזיקירט, אבער אויסשפרייטן צו סאך אין 20 אנדערע סטאקס קען שטארק אריינשניידן אין די פראפיטן, מען דארף טרעפן א דרך הממוצע 2,3,4 קאמפאניס פון אנדערע סעקטארס וואלט געדארפט צו זיין גענוג.

פלאטפארמעס ווי ראבינהוד: פאר נייערע אינוועסטארס איז דאס די בעסטע, נישטא קיין fees פאר יעדע טרעיד, אויך קען מען מאכן א limit order פשט אז איך די סעקונדע וואס די פרייז גרייכט א געוויסע פונקט וועט דיין ארדער אליינס ווערן אריינגעפילט, דאס קען שפארן אסאך צייט פון שטיין און קלאצן אויפן סקרין ביז ס'קומט אן צו דיין טארגעט פרייז.

איך בין נייגעריג וואס @אינטעליגענט זאגט צו מיינע אבזערוואציעס.
 
איך האלט אז פאר רוב עולם איז די בעסטע די S&P מען קען מיט דעים חתונה מאכן און ריטייערען, ס׳טאקע נישט אזוי קיעל ווי סינגעל סטאקס, אבער די ריסק איז זייער נידריג און די ריטאורן איז רעלאטיוו הויעך (נאך ניינצען יאר אריינלייגען $100 א חודש און די מארקעט באקומסטו 68K וואס איז די געלט צי חתונה מאכען א קינד) אבער מען דארף זיך איינחאזערן פאר דעים אז ס׳קען און ס׳גייט פאלן און ס׳איז אקעי און מען זאל נישט ארויסכאפען די געלט ווען ס׳פאלט ווייל ס׳איז כמעט אוממעגליך צי טיימען די מארקעט, לייג אריין אריין די געלט ווי א טשולענט לאז עם זיצען 20 30 יאר און קענסט חתונה מאכן און ריטייערען בכבוד. היסטאריקלי ווען מען האט געלאזט געלט אין די מארקעט פאר לכה״פ צעהן יאר האט מען אלעמאל געזעהן א ריטורן פון כ׳מיין 10% א יאר, יא די מארקעט פאלט און ס׳הייבט, אנטלויף נישט יעדע מאל ס׳פאלט.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין עדווייס, איך זאג פשוט וואס איך טוה.
 
זייער גוט געזאגט,
אויב איך מעג צולייגן נאך איין זאך, דו שרייבסט אז מען זעט א דורכשניטלעכע ריטוירן פון '10' פראצענט, דאס איז אמת, אבער מען פארגעסט אז צו דעם קומט נאך צו dividends, דאס טייטשט ווען א קאמפאני ווערט גענוג גרויס און מאכט שיינע פראפיט טיילט עס אויס א קליינע סכום פאר אלע סטאק'ס, יעדע קאמפאני איז אנדערש אבער די עוורידזש איז ארום 3 פראצענט פונעם סטאק ( dividend yield), ווען מ'רעכנט דאס צו קומט עס אויס עניול רעטורן פון א דורכשניטליכע '12' פראצענט, דאס קוקט אפשר אויס ווייניג, אבער אין די לאנג טערם מאכט עס א גרויסע חילוק. למשל, אנשטאט די 68k וואס דו האסט אויסגערעכנט פאר 19 יאר, וועסטו האבן 87.5k, ( ווי לענגער דו גייסט די גרעסער די חילוק).
 
@אינטעליגענט זאגט גוט און עס אויס ווי ער האט גאר א טיפע פארשטאנד (אינטעליגענץ) אין די נושא, איך קען אביסל מוסיף זיין, פון וואס איך זע, טאקע נאכ'ן אביסל ארומפאטשקענען אין די מארקעט, ווי פארשטענדליך זאל מיך קיינער נישט נעמען ערנסט, ס'בלויז אבזערוואציעס.

דאס איז איינע פון די פראבלעמען אין די סטאק מארקעט, ס'קוקט אויס גלאנציג. 75 פראצענט טרעידער'ס גייען אוועק פון די סטאק מארקעט אין די ערשטע חודש, און 90 פראצענט אין די ערשטע 6 חדשים, מען ווערט פארלוירן ווען מען פארלירט געלט און די מארקעט שפילט נישט מיט מיט דיינע פלענער. ווי זעסטו אז א קאמפאני גייט ארויף פון 100 צו 200? נעם די 500 S&P גרויסע קאמפאניס, וויפיל האבן זיך געדאפלט אין די לעצטע יאר? 3. פיין. אבער קוק וויפיל קאמפאניס האבן פארלוירן געלט אין די זעלבע צייט אפשניט? 191. דו וואלסט געהאט א 63 מאל מער שאנס צו פארלירן ווי געווינען דאפלט. אבער דיין עצם מהלך איז נישט אפגעפרעגט, מען קויפט ביליג און מען פארקויפט טייער.

זייער אינטערסאנט און אדרבה יעדער זאל אריינקומען, אזוי וועט זיין נאך וואויסעס, מ'דארף נאר אבאכט געבן, איך זעה פון אנדערע גרופעס ווי מ'רעדט סטאקס, אז ס'קען אראפווארפן (throw off) די ביגינער, וואס ווערט צומישט, סא אויב דו פארשטייסט נאכנישט וואס @יש עתיד אדער איך צו אנדערע שרייבן, גיב נאכנישט אויף. אזוי גייט עס, ס'ליגט אין דעם אסאך געלט אבער מיט דעם אסאך אסאך אינפאו. Take it slow

פון וואו קומט די דעטע וואס דו דערמאנסט?
אויך איז וויכטיג צו דערמאנען די S&P איז נישט די גאנצע מארקעט, ס'איז נאר ס"ה א מוסטער (בענטשמארק) וואס טרעקט די 500 גרעסטע קאמפעניס, נישט ביי ווערט נאר ביי מארקעט קעפ, וואס מיינט בעסיקלי וויפיל געלט ליגט איינגעשטעקט אויב רעכנט מען צאם יעדע איינציגסטע שעיר (shares outstanding) אין די ספעציפשע קאמפעני אין טאטעל.

ס'איז דא נאך 4000 נעמען און אמעריקע מאכט אויס נאר 50-60% פון די גלאבעל סטאק מארקעט. איך זאג נישט זאלסט יעצט טראכטן פון אן סטאק אין פאריז, דו האלסט נאך נישט דארט... מ'וועט נאך צוריקקומען צו דעם, אבער טראכט ברייטער ווי דעם. ביגינערס הייבן אן מיט 1-2 אינדעקס פאנדס און שפעטער איינמאל מ'פארשטייט וואס טוט זיך קען מען קלערן פון אינדיווידועלס און ס'איז דא צענדליגע סטראטעגיע'ס און פרעפרענסעס וואס יא און וואס נישט.
,1) לאנג טערם 2) שארט טערם 3) אפשענס. לאנג טערם איז די מערסטע פארזיכערט, דו לייגסט אריין די געלט אין א אינדעקס אזוי ווי די S&P 500 אדער אין א מיוטשעל פאנד
יו אפשענס זאג נישט דא, (מיין איך) אפשענס איז זייער זייער דענדזשערעס, ס'איז פארבינדן מיט ספעקיולעשן נישט אינוועסטן און שטודיעס שאצן 70-90% מענטשן פארלירן!!! קענסט נאכגיין אסאך סאורסעס אויב דו ווילסט, איך האב עס אסאך נאכגעזוכט. ס'איז זייער ריסקי. הגם אינוועסטיפידיע טענה'ט וואס געוויסע אפשן יוטובערס וועלן דיר זאגן אז זיי מאכן געלט פון פארקויפן נישט קויפן און דעמאלטס איז עס ווייניגער איינגעשטעלט... Still אינוועסטן איז עס נישט, ס'איז א קאסינאו. און פון דארט נעמט זיך די אלע myths אז די סטאק מארקעט איז סתם הוילע לופט... ניין, אינוועסטינג און ספעקיולעיטינג זענען 2 אנדערע באשעפענישן, איינס איז באזירט אויף א עכטע ביזנעס מיט פראפיטס און קעש אדער נכסים וואס קען ווערן קעש און די אנדערע איז לופט...
נאו ריגרעטס: דו וועסט זען די ערשטע פאר מאל ווי דו מאכסט טעותים, ס'איז גארנישט די גרעסטע פראפעסיאנאלן מאכן אויך טעותים. ס'קען זיין פונקט די סעקונדע נאך דו פארקויפסט שיסט די סטאק פרייז ארויף מיט אזא 7 פראצענט, דאס איז סם המוות, דו דארפסט זיך ווייטער האלטן ביי דיין סטראטעגיע און לערנען פון טעותים, געפילן און בייעס קענען זיין א מורא'דיגע שטער, מיט די צייט וועלן די פארלוסטן ווערן ווייניגער און ווייניגער.
Very well said. It's so true. איך האב געמאכט גענוג מיסטעיקס אין אנהייב, אבער מ'האט געליינט נאך א בוק און נאך א בוק, און זיך געזעהן אין די עקזעמפלס אז מ'איז נישט די ערשטע דורכצוגיין די גרייזן און די קאנפידענץ איז נאר געוואקסן. מ'האלט זיך פעסט!

די וויכטיגסטע זאך איז: נישט ווי און ווען מ'קויפט אדער פאר וויפיל, נאר די עמאושנס! זאל טעסלא מארגן ארויפשיסן 70 פראצענט, איך קויף נישט נאך, כ'האב וואס כ'האב און דעציט. זיי דארפן מאכן געלט, וועל איך קויפן... אין אנהייב, אה ס'איז ארויף לאמיר זיך "מיטכאפן" מיט די רייד... ביז איינער שאלטערט עס אויס און מ'גליטש בארג אראפ...
באגרעניץ פארלוסטן: ווען דו זעסט א סטאק וואס דו האלסט פארלירט 5 אדער 10 פראצענט (געוואנדן לויט דיין ריסק טאלעראנץ) פארקויף עס גלייך, ווארט נישט ביז די סטאק וועט צוריק ארויפגיין און וועסט אפשר ארויסקוועטשן פראפיט.

ס'איז גוט אוועקצושטיין פון פעני סטאקס (סטאקס וואס טרעידן אונטער 5 דאלער א שעיר): די סטאקס קענען אויסזען מורא'דיג אטראקטיוו, אבער רוב מאל איז פשט אז די סטאק איז גארנישט ווערט און גייט נאר אראפגיין פון דא און ווייטער.

דיווערסיפיקעישאן: זיין אנגעהאנגען אין 1 סטאק איז אביסל ריזיקירט, אבער אויסשפרייטן צו סאך אין 20 אנדערע סטאקס קען שטארק אריינשניידן אין די פראפיטן, מען דארף טרעפן א דרך הממוצע 2,3,4 קאמפאניס פון אנדערע סעקטארס וואלט געדארפט צו זיין גענוג.
Diversification איז דזשיניעס! די איין ווארט האט מיך אזויפיל געמאכט... ס'קען זיין א חילוק פון 5-10% און 30! איך בין אין אנהייב אזוי ווי יעדעם געווען דאון אסאך, און נישט אזויפיל געמאכט, יעצט בין איך up 28% און 22.6% year to date. ס'איז מיין קרעדיט מער ווי די מארקעט, נישט דעם באשעפער'ס איך האב מיך אויסגעלערנט דייווערסיפיקעישן און אסאך אריינגעלייגט קאפ דערין. און דו מיין חבר קענסט אויך!!!
פלאטפארמעס ווי ראבינהוד: פאר נייערע אינוועסטארס איז דאס די בעסטע, נישטא קיין fees פאר יעדע טרעיד, אויך קען מען מאכן א limit order פשט אז איך די סעקונדע וואס די פרייז גרייכט א געוויסע פונקט וועט דיין ארדער אליינס ווערן אריינגעפילט, דאס קען שפארן אסאך צייט פון שטיין און קלאצן אויפן סקרין ביז ס'קומט אן צו דיין טארגעט פרייז.

איך בין נייגעריג וואס @אינטעליגענט זאגט צו מיינע אבזערוואציעס.
איך נוץ נאך ראבינהוד פון אנפאנג, יעצט האב איך אפאר אנדערע קלענערע פארטפאליאו'ס פון באנדס און ריטייערמענט. ראבינהוד איז זייער גוט אנצוהייבן. ס'האט נאר די חסרון וואס מאנכע טענה'ן אז ס'איז אדיקטיוו. ווייל ס'איז 'געמיפייד' איך האלט ס'איז א קריטיק פון די אלד סקול אינוועסטערס gatekeepers די לייף אינשורענס חברה מיט די וואל סטריט בעלי גאות וואס פארקויפן מיוטשועל פאנדס, אבער פאר אונז פשוט'ע יונגעלייטליך איז דאס נישט נוגע. איך בין א ריל Gen z'er ווי מ'זאגט... געב מיר די סעקסי עפפ און דריי מיר נישט קיין קאפ.

איך זעה יעצט כ'האב אויפגעסעט פידעליטי פאר מיין באנד פארטפאליא - ווייל זיי ספעציאליזירן אין דעם - און ס'האט מיר געדויערט אפאר סעשנס אויסצופיגערן ווי אלעס ליגט... און האלב קען מען נאר טוהן אויף desktop...

דאס ענטפער איך פאר דיר, כ'האף נעקסטע פאוסט צו זיין מער סימפל פאר די newbies ווייל כ'ווייס מ'ווערט צומישט.
 
יו אפשענס זאג נישט דא, (מיין איך) אפשענס איז זייער זייער דענדזשערעס, ס'איז פארבינדן מיט ספעקיולעשן נישט אינוועסטן און שטודיעס שאצן 70-90% מענטשן פארלירן!!! קענסט נאכגיין אסאך סאורסעס אויב דו ווילסט, איך האב עס אסאך נאכגעזוכט. ס'איז זייער ריסקי. הגם אינוועסטיפידיע טענה'ט וואס געוויסע אפשן יוטובערס וועלן דיר זאגן אז זיי מאכן געלט פון פארקויפן נישט קויפן און דעמאלטס איז עס ווייניגער איינגעשטעלט... Still אינוועסטן איז עס נישט, ס'איז א קאסינאו. און פון דארט נעמט זיך די אלע myths אז די סטאק מארקעט איז סתם הוילע לופט... ניין, אינוועסטינג און ספעקיולעיטינג זענען 2 אנדערע באשעפענישן, איינס איז באזירט אויף א עכטע ביזנעס מיט פראפיטס און קעש אדער נכסים וואס קען ווערן קעש און די אנדערע איז לופט...

דאס ענטפער איך פאר דיר, כ'האף נעקסטע פאוסט צו זיין מער סימפל פאר די newbies ווייל כ'ווייס מ'ווערט צומישט.
אויב וויל מען דוקא
טשעקטס אויס QYLD
https://finance.yahoo.com/quote/QYLD.

איינער האט מיר אינטערדוסט צו דעם, די פאנד מאכט 7.5% אויף עוורעדזש פון די לעצטע 10 יאר, וואס איז נישט שלעכט און ס'איז נישט משוגע, אבער די געדאנק איז אן אייגנארטיגע. ס'קאמבינירט א בלו-טשיפ זייער זיכערע סטאקס מיט covered calls וואס איז א מין אפשן.
די מעלה דערפון איז אז פונקט קויפן א סטאק, אנשטאט קויפן McDonalds אדער Wendy's נעמט מען מער ריסק אויב מ'קען זיך נאכנישט אויס, קען מען קויפן א פאנד און מ'האט ביידע, קען מען דא זיין "עקספאוסד" צו אפשנס אין א זיכערערע וועג.

יעצט ביידע צאלן פראצענטן, די סטאקס אין די פאנד זענען העכערע דיווידענד צאלערס און פון די אנדערע זייט די וואס קויפן די אפשנס פון יענעם בלעקראק מענדזשער דארטן, צאלן אים א פרימיום, נאכדעם גייט ער און שטעלט עס צאם אין א פאנד און לייגט עס אויף די מארקעט אלס א פראדוקט. ס'איז דא וואס טוען דאס און ס'איז דא וואס טוען דעס, 2 אנדערע סטרעטדזשיס 2 אנדערע מארקעטס, די פאנד האט אויסגעטראפן א וועג עס צאמצולייגן.

קען מען אנפרעגן ביי טשעט דזשיפיטי לויט די דיווידידענד יויעלד וואס זיי געבן לויט דעם, (איבער 12%) צו אז דו האלסט דעס פאר 10-20 יאר צו ס'ביט נישט די S&P 500 אפילו מיט אירע רי-אינוועסטעד דיווידעדנס. Assuming אז די יויעלד בלייבט די זעלבע...

פליז טוה דיין אייגענע ריסורטש קויף נישט אריין אויף מיין ווארט
 
איך האלט אז פאר רוב עולם איז די בעסטע די S&P מען קען מיט דעים חתונה מאכן און ריטייערען, ס׳טאקע נישט אזוי קיעל ווי סינגעל סטאקס, אבער די ריסק איז זייער נידריג און די ריטאורן איז רעלאטיוו הויעך (נאך ניינצען יאר אריינלייגען $100 א חודש און די מארקעט באקומסטו 68K וואס איז די געלט צי חתונה מאכען א קינד) אבער מען דארף זיך איינחאזערן פאר דעים אז ס׳קען און ס׳גייט פאלן און ס׳איז אקעי און מען זאל נישט ארויסכאפען די געלט ווען ס׳פאלט ווייל ס׳איז כמעט אוממעגליך צי טיימען די מארקעט, לייג אריין אריין די געלט ווי א טשולענט לאז עם זיצען 20 30 יאר און קענסט חתונה מאכן און ריטייערען בכבוד. היסטאריקלי ווען מען האט געלאזט געלט אין די מארקעט פאר לכה״פ צעהן יאר האט מען אלעמאל געזעהן א ריטורן פון כ׳מיין 10% א יאר, יא די מארקעט פאלט און ס׳הייבט, אנטלויף נישט יעדע מאל ס׳פאלט.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין עדווייס, איך זאג פשוט וואס איך טוה.
מסכים, פאר די געווענליכע מענטש (קרעמל האט געווענליכע מענטשן?) איז עס גוט צו גיין מיט דעם און שוין.

אבער, מ'דארף וויסן אז וואל סטריט האט אן אגענדע דיר צו האלטן אין די S&P 500 מיט זייערע אווערפרייסד און אנדערדעליווערינס מיוטשעל פאנדס, איך פיר א מלחמה מיט דעם.

אויב וויל מען זיך אריינלייגן אין דעם ווי א וואלאזשינע בחור אין תורה, איז דא אסאך אסאך בעסערס. נאר אויב מ'וויל עס דורכאקערן, און ס'איז נישט שווער, ס'קוקט אויס, ס'נעמט נאר א יאר צוויי נישט קיין סך.

אבער אפילו אין די index fund וועלט איז דא פלענטי בעסערע זאכן צו דייווערספייען, למשל א קאנסטראקשן אי טי עף, א טראקינג אי טי עף, וואס איז שלעכט מיט זיי? סתם ווייל זיי האבן נישט זוכה געווען צו זיין פון די 500 תלמידים??
 
אין דעם מעלדונג וועלן מיר דורכלויפן אביסל די 11 סעקטארן פון די S&P 500 קאמפאני'ס וואס מאכן אויס די אינדעקס - א אינדעקס מיינט א ליסטע, אנדערע רופן דאס א שער בלאט פון א בוך וואס פירט צו די הויפט טיילן פון די בוך. אין די מארקעט פירט די ליסט צו די 500 גרעסטע פובליק קאמפאני'ס אויפן מארקעט צוטיילט אין 11 חלקים (sectors) אין קיים שום ספעציפישן סדר.​

The 11 sectors The S&P 500
Information technology
Financials
Healthcare
Communication services
Consumer Staples
Consumer discretionary
Materials
Industrials
Utilities
Real estate
Energy

עס איז א מורא'דיגע אינטערסאנטע אבער וויכטיגע לעקציע בפרט אויב וויל מען זיך לערנען שפעטער אינדיווידואל סטאקס. איינמאל מ'פארשטייט אביסל צו ווי א זאך געהערט קען מען גרינגער איידענטפייען די פראדוקטן/אינדוסטרי/סוב-דיווידיוויזיע פון די אינדוסטרי און אזוי it narrows down מער און מער צו ווי מ'דארף.

Information technology
זענען IT טעכנעלאגיע קאמפאניס, סאפטוועיר קאמפאני'ס גייען דא, זיי מאכן אינטערנעט פראדוקטן פראסעסערס, אפערעטינג סיסטעם'ס איך מיין סייבערסעקיורטיטי גייט אריין אין דעם, עקזעמפלס זענען מייקראסאפט, ארעקל.

Financials
דאס איז פשוט כשמו כן הוא, אלעס וואס אינוואלווד געלט, בענק אינוועסטמענט סערוויסעס, אינשורענס קאמפאני'ס, קרעדיט קארד קאמפאני'ס. Chase גאלדמאן סעקס, און מעסטערקארד.

Healthcare
אויך גאנץ פשוט. דאס קען אריינעמען פארמעסיוטקלס, מעדיצינישע ערפינדער סייענס קאמפאני'ס וואס טרעפן אויס רפואות פאר קענסער לדוגמא, טעכנאלאגיע ביזנעסעס וואס מאכן מעדיצינישע דיווייסעס, העלט אינשורענס ביזנעסעס, ועוד.

Communication services
אלעס וואס מענטשן נוצן צו קאמיוניקירן. דאס באשטייט בעסיקלי פון 2 סוב-דיוויזיעס, פאון קאמפאני'ס/אינטערנעט קאמפאני'ס ווי Verizon און מידיא, נעטפליקס פריים, הולו, איז דאך AT&T
אויך א פארם פון קאמיוניקאציע פון נייעס ספארטס און שאו'ס.

Consumer Staples
דאס זענען יעדן טאג קאמפאני'ס, וואס מענטשן דארפן אויף צום לעבן, די עסענטשלס ווי מ'רופט. ווי וואלמארט קאסטקאו, עסן, קליידונג אדער האום גוד'ס. איין גוטע עקזעמפל איז Proctor and Gamble זיי נעמען אריין אסאך אזעלכע פראדוקטן: טישאו'ס, זייפן, דיטערדזשענט, שעיווערס, פעמפערס.

Consumer discretionary
פארקערט. דאס זענען אויך קאנסומער סערוויסעס אבער נישט פאר יעדן טאג, מער לוקסוס. דאס קענען מיר גרינג דערקענען דא רעדט מען פון סטארבאקס, עמעזאן, בעסט ביי, האום דיפאו, וואס מענטשן גייען ווען זיי האבן אביסל מער געלט זיך איבערצומאכן. און אויך רעסטוראנטס.

Materials
דאס זענען פירמע'ס וואס שטעלן צו סיי וועלכע רויע מאטעריאל צו אנדערע וויכטיגע אינדוסטריס. כ'מיין ס'הייסט אויך אמאל א value-add ביזט א וויכטיגע זאך פאר א צווייטן. לדוגמא מיינינג קאמפאני'ס ווי גאלד, זילבער זינק, קופער, האלץ, אייזן, גלאז, אדער טעקסטייל'ס. נאך אסאך זאכן - סקאטש טעיפ, כעמיקאלן, פעינט.

Industrials
דאס זענען עפ"י רוב פארצווייגטע הארדוועיר מאנפעקטשורער. ווי טראקס, טרעקטערס, ץ קאנסטראקשן, ענדזשינירינג, עלקעטריק, aerospace and defense וואס בויען קאמערציאלע פליגערס און מעכאנישע מיליטערישע סארט זאכן, טראנספארטאציע סערוויסעס, למשל לאקאמאטיוו'ן און פארטס פאר באנען און בריקן וכו'

Utilities
וואס דאס איז ווייסט איר מסתם פון אייערע בילס. דאס זענען ענערגיע פירמע'ס וואס שטעלן צו עלעקטריק אדער הייצונג. ס'איז קאנסידערט א היבש א שטייט וואקסענדע סעקטאר, אבער ס'האט promise מיט AI וואס טוט זיך פארלאזן אויף זייער טרייב קראפט, און אויך ריינע ענערגיע וועט בפשטות אויסמאכן ווען ס'ווערט מער און מער אין באנוץ אין די קומענדיגע פאר יאר. ס'קען אויך אריינעמען וואסער קאמפאני'ס וואס שטעלן צו פילטערעישן, פריש-וואסער און ענליכע סארט סערוויסעס וואס זענען אויך א וויכטיגע סערוויס וואס דרייווט אונזער לעבן.

עקזעמפלס: Next era energy, Consolidated
Edison, Duke Energy
:Index Fund
Utilities Select Sector SPDR Fund (XLU)

Real estate
כ'מיין מ'דארף נישט מסביר זיין, דאס נעמט אריין סיי וואס אין די ריעל עסטעיט מארקעט, אזוי אויך איז דא אן אינטערסאנטע פראדוקט גערופן real estate investment trust וואס איז א שעיר אין א ריעל עסטעיט פראיעקט אדער א קארב פון פראיעקטן לדוגמא סטארעדזש ספעיס, מאל'ס, נורסינג האום'ס און וואס אימער וואס צאלן ארויס דיווידענדס.

עקזעמפלס: American Tower, Public Storage, Simon Property Group

די סעקטאר איז קאנסידערט א באקאנטע אלטערנאטיוו פאר מענטשן וואס קויפן נישט אליין קיין פראפערטי'ס האבן זיי די אפציע פון קויפן אין א ביזנעס וואס נעמט די געלט און אינוועסטירט עס און קויפט גרויסע ריעל עסטעיט ווענטשורס און צאלט געווענליך הויעכע פראצענטן פון די פראפיט. דאס איז אינטערסאנט צו וויסן פארוואס ס'איז אזוי אטראקטיוו פאר מאנכע איבער קויפן אליין ווייל די ריעט"ס דארפן לעגאל ארויסבאצאלן 90% פון זייערע טעקסעבל פראפיט פאר זייערע שעירהאלדערס, איז נארמאל צו זעהן פון זיי גרעסערע yields אז דו קוקסט אויפן מארקעט. אויך איז דא אן אינטערסאנטע שמועס צו האבן איבער די לאנג טערם ריטורנ'ס פון ריעט"ס ווס. די דורכשניטליכע ריטורנ'ס פון די דורכשניטליכע מיטלגארטיגע אינגערמאן וואס די שוהל רודערט אז ער "קען זיך אויס" אין ריעל עסטעיט און גיי צום אים פאר
עצות.

Energy
און צום לעצט, די ענערגיע סעקטאר נעמט אריין פירמעס וואס טוען אין אויל און געז, היידראקארבאן, ריפיינעריס און די שיפינג פון אויל און געז עקיופמענט. ס'איז קאנסידערט א סטאבילע אינדוסטרי מיט אוועראל מעסיגע וואוקס. חוץ אז ס'מאכט זיך אן עקאנאמישע שאק ווי א רעסעסיע, אדער סופליי טשעין פראבלעמען.

עקזעמפלס: עקסאן, מאביל, שעווראן, שלאמבערגער
אינדעקס (Vanguard Energy (VDE

ס'זעהט אויס ווי אסאך רענדאם אינפארמאציע וואס קען אפשר פילן אווערוועלמינג אבער ס'גוט צו וויסן די שפראך און די נאטור'ן פון אלעם וואס מאכט געלט און דרייט געלט פון דא צו דארט. רעד דא צו די מענטש וואס וויל פארשטיין די גאנצע macro view פון די עקאנאמיע, ס'איז אזוי ווי די אלף בית וואס וועט דיר צופירן צו שארטקאט'ס פון אפורטוניטי'ס מיטן יוניווער'ס פאוער.

Back
Top