די טאג בוך פון א מבקש

@איש מבקש
❤️❤️❤️

הצלחה רבה!!! פליז נעם זיך נישט צו ערענסט, טוה מיט ליבשאפט און רצון אבער אהן אראפקלאפן די אומפערפעקט חלקים!
פון מיין עקספיריענס - כ'האב קיין שום אמתע אינערליכע בענעפיט באקומען פון זיך רעגן אויף מיינע שוואכקייטן!

יהי רצון זאלסט זוכה זיין צו אנערקענען דעם ריינעם אמת וואס ליגט אונטערן איש מבקש, מיט וואטעווער דו זעהסט אלץ עקטן.

דיינע ווערטער ברענגן ארויף א געפיהל וואס הלוואי זענען אונז אלע זוכה זיך צו לאזן דערפון.

די מדרש זאגט ווען ראובן וואלט געוויסט אז די פסוק וועט זאגן אז ער האט אינזינען געהאט למען השיבו אל אביו וואלט ער אהיים געטראגן יוסף אויף זיין אקסל.

אונז זענען קאמפלעצירט, די עגא וויל סעיפטי און מאכט חשבונות פאר אונזער בענעפיט. אבער די נקודה פנימי האט זיך איר אמתער תשוקה למען השיבו אל אביו.

אנשטאט פון פארלוירן ווערן פון די נגיעות וואס מ'זעהט, אדער אפי' פראבירן זיך צו שלאגן מיט אונזער מענטשליכע חלקים, מעגן אונז אויך זעהן דעם נקודה טובה פנימי וואס מיינט איין זאך "למען השיבו אל אביו".

מענטשן גייען אדורך יארן אויף יארן וואס זיי גלייבן נישט אין דעם נקודה פנימי וואס מיינט באמת ריין גוטס. ווען דו שטייסט פאר לעבן און טויט אנערקענסטו אז דאס איז געווען די סיבה פון יעדע אטעם אין לעבן.

הלוואי זענען אונז זוכה צו גלייבן אין אונזער גוטס נאך אזוי פיהל ווי אונז ערלויבן זיך צו גלייבן אין אונזער עגא.

אונז קענען טון גוטס מיט אונזער נגיעות ופניות אריינגעמישט, אזוי קומט עס, שלימות איז נישטא, אבער גוטס איז דא אזוי פיהל!

באשעפער העלף אונז אלע מיר זאלן טון וואס מיר ווילן באמת!
 
מן יימר אז דאס איז נישט די עכטע איש מבקש פארוואס טראכסטו אז דאס איז די עקטאר אונטער עים אפשר איז פונקט פארקערט
יהי רצון זאלסט זוכה זיין צו אנערקענען דעם ריינעם אמת וואס ליגט אונטערן איש מבקש, מיט וואטעווער דו זעהסט אלץ עקטן.
ערשטענס, 🩷

צווייטענס, איך מיין מ'האט מיר נישט גוט פארשטאנען, איש מבקש איז נישט די אקטאר, איש מבקש איז אמת'דיג, (עכ"פ 90%).

מיין אישו איז מיט מיין נאמען וואס איך האב באקומען ביים ברית, ער איז די אקטאר, ער עקט שוין פאר יארן, איך קען ווען מאפן די פלאר מיט די אינטערן אקטאר'ס אדער אפילו מיט בראס וויליס.

ס'האט מיר פשוט געהיט די פאקט אז ענק דא אויף קרעמל קענען מיר סאך בעסער ווי די נאנסטע מענטש אין מיין לעבן, סא איך שפיר ווי איך קען דערווייל נישט שרייבן אזוי וואנרעבאל ווי אמאל, עט ליעסט וויל איך קודם זיין קאמפליטילי אפן מיט די מענטש מיט וועם איך לעב אין איין הויז, ביפאר איך עפן מיר צירוק אויף מיט מענטשן וועם איך קען נישט.
 
השתא דאתית להכי, ווי מער איך טראכט אריין, פיל איך ווי א נייע ניק וואלט קלאר אריינגעקומען, איך ווייס איך בין אמאל געווען דערקעגן, ווייל וואס זוכסטו צו באהאלטן?

אבער יעצט פארשטיי איך עס יא, ווייל למעשה האב איך צוויי ניקים און מיר,

איך האב די איש מבקש ניק, פשוט און גראד, איך בין נישט ציפרידן פון מיין מצב, איך האב נישט דערווייל קיין אמתדיגע שמחת החיים, איך לעב א דאפלט לעבן, און אי"ה בקרוב וועל איך אויפגעראכטן ווערן.

און נאכדעם האב איך די אנדערע ניק אין מיר, וואס מיינע חברים אין שול און מיין ווייב קענען, די אקטאר זייט, די אלעס איז גוט זייט, די היט און רעקל זייט.

סא ווייניגער ווי מיינע חברים און שול זענען ענק זיכער נישט, און איך קען נישט פליצלינג אויפהערן שרייבן, ס'איז טארטשער, טראכט איך צו עפענען א ניק וואס גייט רעפעזענטן די אנדערע האלב פון מיר, די וואס מיינע חברים און שול קענען.
 
סארי חברא פארן משוגא מאכן..

איך האב שוין א נייע ניק איך קען מיר אבער נישט זעהן שרייבן דערמיט, איך פיל ווי לבן די פאפער.

איך גיי ווייטער שרייבן געהעריג מיט מיין יעצטיגע ניק, ס'גארנישט, ס'געווען א שטיקל פריצייטיגע מיד לייוו קרייסיס פאריגע וואך ווען איך האב געזען אז איך בין איין אינטער ביי די "מערסטע מעסעדזשעס",

אבער וואס? זאל איך מיר שעמען דערמיט? ס'דא מענטשן וואס פלאפענען אין שול אדער אויף די פאון, איך פלאפע דא, סא מי!

און די קאמפלימענטס און ווארימע ווערטער האבן פארשטייט זיך אויך אסאך אויסגעמאכט, סא א אמת'ע דאנק פאר יעדען וואס האט גענומען די מי צו שרייבן א גוט ווארט, איך פארשטייי שוין די מענטשן וואס פעיקן זייער טויט צו הערן וואס מענטשן האלטן אויף זיי..

עפעס א טויש דארף איך מאכן, האמיר געטוישט דעם איש מבקש צי איינער וואס איז מער אפטעמיסטיש פאר די עתיד.

לאמיר צירוק אריינטאנצן!
 
Back
Top