הער אויס, אז דו פרעגסט וועל איך ענטפערן, די עולם דא איז לעצטענס זייער האקעל ווען מ'רעדט פון די סיסטעם, די עולם האט נישט ליב צו הערן נעגעטיוועטי א גאנצן טאג, איך פארשטיי עס אויך, ס'שלעפט אראפ, אבער איך מוז האבן א פלאץ ווי צו ווענטן, איך קען נישט ניצן מיין ווייב.
אויב איינער וויל נישט יעצט הערן נעגעטיוועטי אויף די סיסטעם קען שוין סטאפן צו ליינען.
מיין פורים טאג האט זיך גענעדיגט מיט א פאון געשפרעך וואס איך האב געהאט מיט מיין "חבר", יצחק וועל איך אים רופן, ער ווערט כמעט קיינמאל נישט שיכור, ער איז זייער א פראגרעמאטישע ראבאטישע מענטש.
נעכטן האט אבער די וויין געארבעט אויף אים אויף זייער א טיפע לעוועל, סא וואס טוט א איד? מ'קאלט איש מבקש.
איך: וואס קען איך טון פאר דיר?
יצחק: איש מבקש, איך וויל דיר פרעגן א פארזענליכע שאלה..
איך: shoot
יצחק: האסטו א דעת תורה ווען דו פרעגטס דיינע זאכן?
איך: נאכן פראבירן צו פארשטיין פאר 10 מינוט וואס ס'איז אים יעצט נוגע צו איך האב א דעת תורה, זאג איך אים אז יא, ווען איך וויל וויסן אויף עפעס די דעת תורה פרעג איך איינעם די דעת תורה.
יצחק: (נישט ציפרידן) איש מבקש, ביטע ענטפער מיר גראד, ווען דו האסט מיר געזאגט אפאר וואכן צירוק אז דו האלסט אז מ'מעג קוקן נייעס טשענעלס וואס ס'דא דערויף פרויען, האסטו עס אויסגעארבעט מיט א דעת תורה אדער נישט?
איך: איציק לעבן, איך פרעג א דעת תורה ווען איך וויל האבן א דעת תורה, איך גיי ווייטער קוקן טיווי ווייל איך ווייס מ'מעג, און איך ווייס אז ס'דא דיינים וואס זענען מתיר.
יצחק: ס'ארבעט נישט אזוי, דו האסט איין מענטש, א דעת תורה וואס דו פאלגסט אים בלינדערהייט?
איך: ניין, אויב יא וואלט איך ווען געווען אין א קולט.
בקיצור, איך גיי ענק נישט בארדען מיט די 30 מינטיגע בולש*ט וואס איז פארגעקומען אויף דעם פאון, אבער ער האט נישט אויפגעהערט צו זאגן ווי שטארק עמאושנעל ער איז און ווי שטארק ער שוינט מיר, און וויפול זיין לעבן איז סאך מער גליקלעך אז ער האט א דעת תורה, (ספוילער, זיין שלום בית איז אויף הינער פיס, אבער עטליסט אויב ער גט זיך וועט עס אויך זיין מיט א דעת תורה).
יעצט איך שרייב דאס אלעס נישט צו דוסקאסן דעם עצם דיון וואס איך האב געהאט מיט אים, ס'איז א לעגיט דעבאטע וואס מאכט זיך לכאורה גאר אפט צווישן פרומע חברים צו זייערע אויפגעקלערטע חברים.
איך וויל אבער מיט דעם ארויסברענגן ווי שטארק רעליגע/סיסטעם/סוסייעטי איז אריינגעגעסן אין אונז, אז ס'נעמט איבער די הומענעטי אינגאנצן,
בעיסקלי, דאס איז אונזער איידענטעטי.
ס'טיישט, די היי פאונט פון פורים, די וויין ארבעט אויף אים מבהילדיג, עד כדי כך אז ס'האט אים געמאכט מורא'דיג עמאושנעל, נעמט ער די צייט צו קאלן א חבר זאגן ווי שטארקט ער שוינט מיר מיט מיין שמירת עניים און אז איך האב נישט קיין דעת תורה?
דאס איז דיין פנימיות יצחק?!?!? איר זענט ליידיג!! אייער גאנצע לעבן דרייט זיך צו באקוקן יענעמס ציצית, אז אפילו ווען ס'נכנס יין יצא סוד, האסטו גארנישט וואס צו פארקויפן, ווען דו קליקסט yes אויף are you a human זאגט איר ליגנט!!
איי וועלן ענק זאגן, "נו שוין איש מבקש האט זיך אנגעשטויסן מיט איין אורח און בלעימט די גאנצע קומיונעטי, וואט עי העיטער"
קודם כל, איך בלעים נישט די גאנצע קומיונעטי, איך בלעים נאר די אבסעלוט פארקאקטע חינוך וואס מאכט אונזער גאנצע לעבן זאל זיך דרייען ארום (יענעמס) שמירת עניים און זיין אפגעהיטן פון טעכנעלאגיע.
און אויך, איך בין נאך גענוג אינג צו געדענקן די אייקאניק מאמענט פאריאר ביי נעילה פון פורים ווי די עולם איז געטנצן מיט די מקווה בעגס "יא דו האסט די כוחות" א ניגון וועגן שמירת עניים.
הערסט באשעפער? די פריייליכסטע טאג פון יאר, די פרייליכסטע מאמענט, פרייד זיך כלל ישראל אז זיי האבן די כוחות צו היטן די אויגן, נישט אשר בחר בנו, נישט אז דו האסט אונז געראטעוועט ממות לחיים, נאר וואס? שמירת עניים.
ס'איז פאקט אפ!!
ווי אזוי זאגט טראמפ אויף איראן'ס נעווי?
"Other than that, they are doing well"