די טאג בוך פון א מבקש

כ'דריי זיך לעצטענס מיטן מחשבה זרה צו אויפגעבן מיין פאון.
וואס טויג עס מיר?
כ'קען פונקט אזוי פאר פופצן מינוט א טאג ארויפגיין זעהן ווער ס'האט געוואטסאפט און שוין.

מיין טאג מעג באשטיין פון זעהן נאטור, זיין מיט זיך! פשוט לעבן - עץ החיים!
גענוג געווען מיטן נערישן דיסטרעקשאן פונעם עץ ה'דאוט' טוב ורע
 
כ'האב נישט קיין נערווען צי גארנישט.. גארנישט מאכט מיר נישט פריילעך.. מיין טעבלעט איז א גרויסע פערד, די ערשטע טאג האב איך מיר געפילט משה גרויס ווען איך האב געקוקט די כל העולם סטעטאס, מיין אינער טשיילד האט מיר געזאגט אז דאס וועט מיר מאכן פריילעך, פיינעלי ארויס פון באקס, ס'האט אנגעהאלטן פונקט א טאג, (BTW, ווי טרעפט מען אלע "וואסעפפ גרופעס"?? צי מיר קומט גארנישט אן,) איך קען ניטאמאל אהיים גיין אין זיך אויסשטרעקן אויפן קאוטש אין פראקלעמירן אז כ'האב נישט קיין נערווען צי גארנישט, ווייל ווואס הייסט? ביסט דאך דער פרייליכע איש מבקש... וואס איז פליצלינג געשען? איך בין נישט באקוועם אין מיין אייגענע הויז, ס'גייט דארפן געשען דראסטישע טוישינגען ביי מיר בקרוב, זאל איך מיר נאכאמאל זעצן לערנען? איך וויל אבער נישט צום 100סטען מאל אריינפאלן מיט א חברותא וואס איך קאנקעט נישט, בקיצור, איך האף מארגען וועל איך עפענען א גרויסע פאר אויגן אויף דעם מעסעדזש.. אין עולם כמנהגו נוהג
 
גיי ארבייטן. סיריעסלי - עס געט א מיינונג פארן לעבן, ווען איך בין געווען אין כולל האב איך אויך אזוי געפילט.
 
כ'ארבעט ב"ה, יעצט טראכט איך מער פון צירוק גיין אין כולל... אפשר ווען איך קען ווען א שטיקל מקצועה וואלט איך בעסער געפילט..
 
Find a job you enjoy doing, and you will never have to work a day in your life

אונז האט מען אלץ איינגעקנאטן אז מען קען נאר האבן סיפוק אויב זיצט מען אין מען לערענט.

איך מאך עס נישט אוועק אדרבה איינער וואס רילעיט צו לערנען, אין עס גיבט אים טאקע סיפוק, כל הכבוד.

אבער נישט יעדער וואס זיין לעבן ווערט באורינג איז זיך זעצן לערנען די ישועה.
ווייל נישט יעדער האט בכלל די יכולות אין אינטרעסע דערצו.
אבער די געוויסנביין שלאגט אז נאר לערנען ברענגט העפפינעס.

נאר וואס יא, מען דארף זעהן צו טרעפן א דזשאב וואס מען האט ליב, א פאך ווי מען קען נוצן די טאלאנט, די קריעטעוויוי , מען דארף זיך ממש מוסר נפש זיין פאר דעם.

איך קען אזויפיל געלונגענע קלוגע אינגעלייט וואס גייען צוגרינד, ווייל זיי זענען סטאק מיט ניין טא פייוו דזשאבס ווי מען איז פארנומען א האלבע טאג זיך צו שלאגן מיט די מענדזשער, אין ווען די פרעגסט אים פארוואס ער האט נישט קיין סיפוק זאגט ער ווייל ער לערנט נישט....

גראו סאם באלס אין גיי נעם איין די וועלט....

עפן א ביזנעס, אפילו וועסט סטראגעלן אין די ביגענינג.

גיי אין קאלעדזש, לערן זיך א פאך וואס ציעט דיר....

גיי נאך דיין הארץ! מען לעבט נאר איינמאל!
 
נאר וואס יא, מען דארף זעהן צו טרעפן א דזשאב וואס מען האט ליב, א פאך ווי מען קען נוצן די טאלאנט, די קריעטעוויוי , מען דארף זיך ממש מוסר נפש זיין פאר דעם.
ווי אזוי ווייסט מען וואס מ׳האט ליב? 🙄
 
איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, אז לערנען גמרא איז מיר געווארן לעצטענס סאך געשמאקער.

אמאל האב איך מיר אפגעשטעלט אויף יעדע זאך, זאכן האבן געמוזט שטומען 100%, ס'האט מיר געבאדערט שוואכע תירוצים אויף שטארקע קשיות.

אבער היינט ציטאגס ניץ איך די גמרא פאר מיין אינדזשאוימענט.

אויב א ברייתא האט עפעס איבערגעזאגט צוויי מאל, נו שוין, ער איז דאך נאר א מענטש.

פארוואס דארף מען א פסוק? ס'דאך א סברה? נו שוין, מה כל הרעש, וועם שטערט עס? ווילסט עס פארענטפערן? נאו פראבלעם, אז איך פארשטיי די תירוץ איז גוט, אז נישט איז אויך גוט.

אין די זעלבע צייט קען איך אבער אינדזשאויען א געשמאקע סוגיא, א אינטערעסאנטע כאפ.

איי געס די טשעינדזש איז, אז אמאל האב איך אנגעקוקט די גמרא ווי א הייליגע זאך, רוח הקודש, ס'מוז שטימען, היינט האלט איך אויך אז ס'איז הייליג, אבער מיט א רואיגקייט, ס'נאר מענטשן.
 
איך בין אביסל דזשעליס אז דו ענדזשויעסט עס עכט באמת
איך האלט ליידער נאכנישט דארט

אבער איך בין באמת פרייליך פאר דיר!!
 
איך וויל מיר פרעזענדליך באדאנקן פאר די קרעמל באאמטע פארן מיר שענקן א גאלדענע פעדער, ביטע לייגט אבער אן אדרעס ווי מ'קען עס אפנעמען, איך וויל עס לייגן נעבן די גאלדענע טאשן זייגער וואס מיין שווער האט מיר געשענקט, ווייל ער, די זייגער, איז געווארן זייער דעפרעסט לעצטענס, ער איז שוין יארן איינזאם צוקוועטשט ערגעץ, ווי טאקע? איך דארף טאקע הייערן א סערטש טיעם, פיינעלי קען איך אים סופרייזען מיט א פען חבר.

אקעי, יעצט ווערט עס ערנסט... ששששששש....

יעצט ביים באקומען די פעדער האב איך רילייזט ווי סאך איך האב שוין צאם געשריבן ... ווען מיין בעה"ב וואלט ווען געוויסט פארוואס איך דריי מיר פלוצלינג ארום מיט א גאלדענע פעדער וואלט ער מיר געפייערט אויפן פלאץ, און איך קען מיר עס נישט עפארדען, און אויך, איך וויל אים בעטן א רעיז לכבוד דעם נייעם יאר, סא איך גיי מיר אביסל נעמען אין דעם האנט אריין, און ארבעטן מער ווי שרייבן.

אקעי, יו גאט מי... די בעה"ב מעשה איז עכט נאר האלב פון די ריזען... עכט עכט קוק איך מיר אן וויפול טינט איך האב שוין דא געספענט זייט ביי זייט מיט וויפול פארשריט איך האב געמאכט אין לעבן, און איך שעם מיר פון מיר אליין.. 🫣

יעי!! די ליבעס פון קרעמל חברים קומט בשפע ברוך השם, אבער וואס איז מיט א עכטע ליבע פון די ווייב??

אוודאי געבט מיין ווייב ליבע... אבער נישט פאר 'איש מבקש' נאר פאר די אקטאר אונטער אים.. פארוואס האב איך נאכנישט אינטערדאסט מיין ווייב צו איש מבקש? וויפול איז די שיעור פון לעבן אויף ליבעס פון מענטשן וואס קענען מיר נישט און איך קען זיי נישט?

יעי!! די לייקס פון די קרעמל חברים קומט בשפע ברוך השם, אבער וואס איז מיט א לייק פון א עכטע חבר אין שול אדער אין אפיס אדער פון סיי ווי?

אוודאי געבן מיינע חברים לייקס... אבער נישט פאר 'איש מבקש' נאר פאר די אקטאר אונטער אים..
ס'צייט פאר איש מבקש צו ארויסגיין אין מארק און מאכן חברים..

אין קורצן, איך וויל נישט קרעמל זאל זיין מיין פריימערי פלאץ ווי איך גיי פאר וועלידעישן אדער פאר א קאמפלימענט אדער סתם א גוטע לאך.. נישט ווייל קרעמל איז שלעכט, נאר ס'נישט געזונט, ענק קענען אפשר אנקוקן די גאלדענע פעדער ווי א דערגרייכונג אבער פאר מיר איז עס געווען א וועיק אפ קאל.

איך גיי נישט אין ערגעץ, ס'נישט קיין גוד ביי, איך גיי נאר ארבעטן אז מיין נעקסטע מעסעדזש אין קרעמל זאל זיין עפעס א דערגרייכונג אין לעבן, אדער גיי איך עס נישט לייגן אין א מעסעדזש, ווייל איך וועל שוין נישט דארפן דאלמאטס די לייקס דערפון, ס'וועט מיר זיין גענוג די דערגרייכונג אליינס.

אדערווייל גיי איך טרייען אביסל צורוק צי געבן לייקס פאר די קאמיונעטי, סא ענק וועלן זעהן און ענקער אלערטס אסאך אלטע שנירן.
 
ניין, ניין, ניין, דו גייסט נישט אוועק פון דא, קרעמל האט שוין פארלוירן צופיל גוטע שרייבערס, אונז לאזן דיך נישט גיין פון דא, דו האסט צוגעלייגט א גלאנץ צו קרעמל, ליינען אלטע זאכן קענסטו ווייטער טוהן אבער יעדע טאג שרייב עפעס אויף קרעמל אז דו בלייבסט סיי ווי דא ליינען.
 
קריינא דאיגרתּא איהו ליהווי פרוונקא
און פארשטייצעך אז יעדער איז מסכים איבער דאס וואס דו שרייבסט וועגן @איש מבקש
 
ניין, ניין, ניין, דו גייסט נישט אוועק פון דא, קרעמל האט שוין פארלוירן צופיל גוטע שרייבערס, אונז לאזן דיך נישט גיין פון דא, דו האסט צוגעלייגט א גלאנץ צו קרעמל, ליינען אלטע זאכן קענסטו ווייטער טוהן אבער יעדע טאג שרייב עפעס אויף קרעמל אז דו בלייבסט סיי ווי דא ליינען.
איך פלאן צו שרייבן ווייטער, אבער ווען ס'וועט קומען פון מער א געזונטערע פלאץ, ווען איך וועל זיך וועלן אויסליפטערן, נישט צו שטילן מיינע מענטשלעכע באדערפעניש..

אבער דיינע ווערטער מיינט גאר אסאך פאר מיר, א דאנק! ❤️
 
איך וויל מיר פרעזענדליך באדאנקן פאר די קרעמל באאמטע פארן מיר שענקן א גאלדענע פעדער, ביטע לייגט אבער אן אדרעס ווי מ'קען עס אפנעמען, איך וויל עס לייגן נעבן די גאלדענע טאשן זייגער וואס מיין שווער האט מיר געשענקט, ווייל ער, די זייגער, איז געווארן זייער דעפרעסט לעצטענס, ער איז שוין יארן איינזאם צוקוועטשט ערגעץ, ווי טאקע? איך דארף טאקע הייערן א סערטש טיעם, פיינעלי קען איך אים סופרייזען מיט א פען חבר.

אקעי, יעצט ווערט עס ערנסט... ששששששש....

יעצט ביים באקומען די פעדער האב איך רילייזט ווי סאך איך האב שוין צאם געשריבן ... ווען מיין בעה"ב וואלט ווען געוויסט פארוואס איך דריי מיר פלוצלינג ארום מיט א גאלדענע פעדער וואלט ער מיר געפייערט אויפן פלאץ, און איך קען מיר עס נישט עפארדען, און אויך, איך וויל אים בעטן א רעיז לכבוד דעם נייעם יאר, סא איך גיי מיר אביסל נעמען אין דעם האנט אריין, און ארבעטן מער ווי שרייבן.

אקעי, יו גאט מי... די בעה"ב מעשה איז עכט נאר האלב פון די ריזען... עכט עכט קוק איך מיר אן וויפול טינט איך האב שוין דא געספענט זייט ביי זייט מיט וויפול פארשריט איך האב געמאכט אין לעבן, און איך שעם מיר פון מיר אליין.. 🫣

יעי!! די ליבעס פון קרעמל חברים קומט בשפע ברוך השם, אבער וואס איז מיט א עכטע ליבע פון די ווייב??

אוודאי געבט מיין ווייב ליבע... אבער נישט פאר 'איש מבקש' נאר פאר די אקטאר אונטער אים.. פארוואס האב איך נאכנישט אינטערדאסט מיין ווייב צו איש מבקש? וויפול איז די שיעור פון לעבן אויף ליבעס פון מענטשן וואס קענען מיר נישט און איך קען זיי נישט?

יעי!! די לייקס פון די קרעמל חברים קומט בשפע ברוך השם, אבער וואס איז מיט א לייק פון א עכטע חבר אין שול אדער אין אפיס אדער פון סיי ווי?

אוודאי געבן מיינע חברים לייקס... אבער נישט פאר 'איש מבקש' נאר פאר די אקטאר אונטער אים..
ס'צייט פאר איש מבקש צו ארויסגיין אין מארק און מאכן חברים..

אין קורצן, איך וויל נישט קרעמל זאל זיין מיין פריימערי פלאץ ווי איך גיי פאר וועלידעישן אדער פאר א קאמפלימענט אדער סתם א גוטע לאך.. נישט ווייל קרעמל איז שלעכט, נאר ס'נישט געזונט, ענק קענען אפשר אנקוקן די גאלדענע פעדער ווי א דערגרייכונג אבער פאר מיר איז עס געווען א וועיק אפ קאל.

איך גיי נישט אין ערגעץ, ס'נישט קיין גוד ביי, איך גיי נאר ארבעטן אז מיין נעקסטע מעסעדזש אין קרעמל זאל זיין עפעס א דערגרייכונג אין לעבן, אדער גיי איך עס נישט לייגן אין א מעסעדזש, ווייל איך וועל שוין נישט דארפן דאלמאטס די לייקס דערפון, ס'וועט מיר זיין גענוג די דערגרייכונג אליינס.

אדערווייל גיי איך טרייען אביסל צורוק צי געבן לייקס פאר די קאמיונעטי, סא ענק וועלן זעהן און ענקער אלערטס אסאך אלטע שנירן.
מן יימר אז דאס איז נישט די עכטע איש מבקש פארוואס טראכסטו אז דאס איז די עקטאר אונטער עים אפשר איז פונקט פארקערט

סתם א נקודה למחשבה שכוח פאר ביז אהער איש מבקש ווי לאוו יו
 
איינער פון מיינע זאכן וואס איך האב ארויסגעקוקט אויף דא איז דיינע הארציגע אפענע שרייב ארבעט..... עס וועט זיין זייער שווער אן דעם
ביסט א אור גדול וחזק
 
איך פלאן צו שרייבן ווייטער, אבער ווען ס'וועט קומען פון מער א געזונטערע פלאץ, ווען איך וועל זיך וועלן אויסליפטערן, נישט צו שטילן מיינע מענטשלעכע באדערפעניש..

אבער דיינע ווערטער מיינט גאר אסאך פאר מיר, א דאנק! ❤️
אבי אונז גיימיר נישט פארלירן אזא טייערע ******** סארי איך האב נישט דאס ווארט וואס זאל דיר ריכטיג קענען אידענטיפעצירן, הארץ, נשמה, ריינקייט, ווארעמקייט, תוכנ‘דיגקייט...
דיינע ווערטער האבן א געוואלדיגע רושם און באדייט פאר מיר, איך ווייס נישט פון קיין אקטיארן צו זאגן, איך קען א איש מבקש.

עס קומט בעז”ה א פיינעם איש מבקש ”היה”, דארפסט טרעפן א נייעם טיטל, אפשר איש נבקש, אדער איש ביקש, אדער גאר וועסטו ווערן אזוי געזונט אז עס וועט דיר שוין נישט זיין קיין פראבלעם צו זיין א ”מבקש” און שרייבן צו ווילן שטילן דיינע מענטשליכע געברויכן, לאל...(אפשר וועלן דיינע הענט וואס בעטן ווערן אראפ געלייגט און עס וועט זיך אנטפלעקן דער ריכטיגער צורה)

זאלסט האבן אסאך הצלחה אינעם דזשורני ווייטער געזונטערהייט,
איך האב אסאך נהנה געווען און זיך געלערנט פון דיר (און האפנטליך ווייטער)
עלה והצלח

(עס וויל זיך נאך שרייבן און שרייבן איך פיל ווי איך האב נישט גערעדט צום דבר, (ס‘איז דאך שוין שפעט אויפדערנאכט) אבער ווי מיר האבן זיך געלערנט פונעם איש המבקש אז מ‘דארף לאזן זאכן נאטורליך און אפן און נישט מאכן צופיל חשבונות...
שוין גענוג שטותים צאמגערעדט דא היינט נאכט, האטס מיר און זייטס מיר,)
קיפ אן
 
יא שרייבען אדער נישט שרייבען?
מוז איך שרייבען א הספד יעצט? ניין!! אבער עפעס....
אזויפיל קען איך דיר זאגן זיין א @איש מבקש
נעמט אסאך כוחות, ספיקות, טעותים, איין זאך איז קלאר פאלג דיין הארץ די אמת ליגט דארט.....!!!!!
אסאך הצלחה!!!
 
Back
Top