איך וויל מיר פרעזענדליך באדאנקן פאר די קרעמל באאמטע פארן מיר שענקן א גאלדענע פעדער, ביטע לייגט אבער אן אדרעס ווי מ'קען עס אפנעמען, איך וויל עס לייגן נעבן די גאלדענע טאשן זייגער וואס מיין שווער האט מיר געשענקט, ווייל ער, די זייגער, איז געווארן זייער דעפרעסט לעצטענס, ער איז שוין יארן איינזאם צוקוועטשט ערגעץ, ווי טאקע? איך דארף טאקע הייערן א סערטש טיעם, פיינעלי קען איך אים סופרייזען מיט א פען חבר.
אקעי, יעצט ווערט עס ערנסט... ששששששש....
יעצט ביים באקומען די פעדער האב איך רילייזט ווי סאך איך האב שוין צאם געשריבן ... ווען מיין בעה"ב וואלט ווען געוויסט פארוואס איך דריי מיר פלוצלינג ארום מיט א גאלדענע פעדער וואלט ער מיר געפייערט אויפן פלאץ, און איך קען מיר עס נישט עפארדען, און אויך, איך וויל אים בעטן א רעיז לכבוד דעם נייעם יאר, סא איך גיי מיר אביסל נעמען אין דעם האנט אריין, און ארבעטן מער ווי שרייבן.
אקעי, יו גאט מי... די בעה"ב מעשה איז עכט נאר האלב פון די ריזען... עכט עכט קוק איך מיר אן וויפול טינט איך האב שוין דא געספענט זייט ביי זייט מיט וויפול פארשריט איך האב געמאכט אין לעבן, און איך שעם מיר פון מיר אליין..
יעי!! די ליבעס פון קרעמל חברים קומט בשפע ברוך השם, אבער וואס איז מיט א עכטע ליבע פון די ווייב??
אוודאי געבט מיין ווייב ליבע... אבער נישט פאר 'איש מבקש' נאר פאר די אקטאר אונטער אים.. פארוואס האב איך נאכנישט אינטערדאסט מיין ווייב צו איש מבקש? וויפול איז די שיעור פון לעבן אויף ליבעס פון מענטשן וואס קענען מיר נישט און איך קען זיי נישט?
יעי!! די לייקס פון די קרעמל חברים קומט בשפע ברוך השם, אבער וואס איז מיט א לייק פון א עכטע חבר אין שול אדער אין אפיס אדער פון סיי ווי?
אוודאי געבן מיינע חברים לייקס... אבער נישט פאר 'איש מבקש' נאר פאר די אקטאר אונטער אים..
ס'צייט פאר איש מבקש צו ארויסגיין אין מארק און מאכן חברים..
אין קורצן, איך וויל נישט קרעמל זאל זיין מיין פריימערי פלאץ ווי איך גיי פאר וועלידעישן אדער פאר א קאמפלימענט אדער סתם א גוטע לאך.. נישט ווייל קרעמל איז שלעכט, נאר ס'נישט געזונט, ענק קענען אפשר אנקוקן די גאלדענע פעדער ווי א דערגרייכונג אבער פאר מיר איז עס געווען א וועיק אפ קאל.
איך גיי נישט אין ערגעץ, ס'נישט קיין גוד ביי, איך גיי נאר ארבעטן אז מיין נעקסטע מעסעדזש אין קרעמל זאל זיין עפעס א דערגרייכונג אין לעבן, אדער גיי איך עס נישט לייגן אין א מעסעדזש, ווייל איך וועל שוין נישט דארפן דאלמאטס די לייקס דערפון, ס'וועט מיר זיין גענוג די דערגרייכונג אליינס.
אדערווייל גיי איך טרייען אביסל צורוק צי געבן לייקס פאר די קאמיונעטי, סא ענק וועלן זעהן און ענקער אלערטס אסאך אלטע שנירן.