די וועלט'ס ענדע.

שפן הסופר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2025
מעסעדזשעס
151
רעאקציע ראטע
808
פונקטן
113
א. אונז אידעלעך האבן א מסורה אז די וועלט גייט בלויז שטיין פאר 6000 יאר.
וואס פונקטליך ס'גייט פאסירן נאך די 6000 יאר איז נישט אינגאנצן קלאר, אבער מען רעדט פון גאר דראמאטישע זאכן.

ב. לויט די טראדיצאנאלער אידישער לוח שטייט שוין די וועלט פאר 5785 יאר. דאס מיינט די וועלט דארף זיך צו ענדיגן אין ארום 215 יאר פון היינט.

ג. ס'איז באקאנט אז די אקאדעמיקער האלטן אז די חכמי התלמוד האבן געהאט אן ערנסטער טעות כלפי די יארן פון מלכות פרס.
לויט די חכמים'ס חשבון איז מלכות פרס געשטאנען פאר א פיל קלענערע צייט, ווי דאס וואס די פארשונגען ווייזן.
די חכמים האבן טאקע דערפאר געהאלטן אז די תקופת בית שני איז בלויז געווען 420 יאר, בעת וואס די אקאדעמיקער האלטן אז די תקופה איז געווען כמעט 600 יאר.

ד. דאס מיינט אז לפי די חשבון פון די אקאדעמיקער האלטן מיר בלויז ארום 35 יאר פאר די 6000 יאר ענדיגט זיך.

ה. ס'איז דעריבער גאר אינטערסאנט צו אריינקוקן אין די מחלקות טיפער און זעהן ווער ס'איז גערעכט דא, ווייל טאמער זענען די אקאדעמיקער גערעכט איז פשט אז מיר דא גייען נאך קענען דערלעבן מיטצוהאלטן די געוואלדיגע דראמאטישע פאסירונגען וואס דארף צו געשען ביי די סוף פון די 6000 יאר (אויב גלייבן מיר דערין...).

בקיצור: ווארטס נאך אביסל צו מיט די סועסיידל מחשבות... עטס ווילטס עס נישט פארפאסן 🤪.
 
יעי! אונז גייען קענען מיטהאלטן קליפ און קלאר ווי נאריש און אומפארלעסליך די קליינקעפיגע אקעדעמיקער זענען...
 
מ'קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות, אז חז"ל האבן געהאט א טעות איבער די חשבון פון יארן (עפעס וואס נאר אזעלכע ווי ר' עזריה מן האדומים האבן זיך געוואגט צו זאגן) איז דאך זיכער אז זיי קענען האבן א טעות מיט דעם אז די וועלט שטייט נאר זעקס טויזענט יאר וואס די רמב"ם מאכט שוין אוועק
 
ווי מאכט דיר רמב''ם עס אוויר?
 
איך פארשטיי דיר נישט,
סיעוף ה' איז א סתירה מיניה וביה,
אויב גלייבסטו עפעס גייט געשעהן בכלל, דאן ביסטו אויף די זייט פון די חכמים און העסט ווארטן נאך אזא צוויי הונדערט יאר, און אויב האלטסטו ווי די אקדעמיקער אז סאיז אין קנאפע 35 יאר העט דאך במילא גארנישט געשעהן...
 
אז מען רעדט שוין פון די סוף, וואס טוט זיך מיט די אנהייב? לויט די חכמי האומות פון היינט, ווילאנג שטייט שוין די וועלט?

היינט הער איך איינער וואס רעדט מיט א פשטות פון 17 ביליאן יאר צוריק :cool:
 
אז מען רעדט שוין פון די סוף, וואס טוט זיך מיט די אנהייב? לויט די חכמי האומות פון היינט, ווילאנג שטייט שוין די וועלט?

היינט הער איך איינער וואס רעדט מיט א פשטות פון 17 ביליאן יאר צוריק :cool:
די אנגענומענע שאצונג אין די סייענטיפישע וועלט איז אז די יוניווערס איז קרוב צו 14 ביליאן יאר אלט, און אונזער וועלט איז עטוואס מער ווי 4 ביליאן יאר אלט.
 
Back
Top