די וועלט'ס ענדע.

שפן הסופר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2025
מעסעדזשעס
237
רעאקציע ראטע
1,233
פונקטן
213
א. אונז אידעלעך האבן א מסורה אז די וועלט גייט בלויז שטיין פאר 6000 יאר.
וואס פונקטליך ס'גייט פאסירן נאך די 6000 יאר איז נישט אינגאנצן קלאר, אבער מען רעדט פון גאר דראמאטישע זאכן.

ב. לויט די טראדיצאנאלער אידישער לוח שטייט שוין די וועלט פאר 5785 יאר. דאס מיינט די וועלט דארף זיך צו ענדיגן אין ארום 215 יאר פון היינט.

ג. ס'איז באקאנט אז די אקאדעמיקער האלטן אז די חכמי התלמוד האבן געהאט אן ערנסטער טעות כלפי די יארן פון מלכות פרס.
לויט די חכמים'ס חשבון איז מלכות פרס געשטאנען פאר א פיל קלענערע צייט, ווי דאס וואס די פארשונגען ווייזן.
די חכמים האבן טאקע דערפאר געהאלטן אז די תקופת בית שני איז בלויז געווען 420 יאר, בעת וואס די אקאדעמיקער האלטן אז די תקופה איז געווען כמעט 600 יאר.

ד. דאס מיינט אז לפי די חשבון פון די אקאדעמיקער האלטן מיר בלויז ארום 35 יאר פאר די 6000 יאר ענדיגט זיך.

ה. ס'איז דעריבער גאר אינטערסאנט צו אריינקוקן אין די מחלקות טיפער און זעהן ווער ס'איז גערעכט דא, ווייל טאמער זענען די אקאדעמיקער גערעכט איז פשט אז מיר דא גייען נאך קענען דערלעבן מיטצוהאלטן די געוואלדיגע דראמאטישע פאסירונגען וואס דארף צו געשען ביי די סוף פון די 6000 יאר (אויב גלייבן מיר דערין...).

בקיצור: ווארטס נאך אביסל צו מיט די סועסיידל מחשבות... עטס ווילטס עס נישט פארפאסן 🤪.
 
יעי! אונז גייען קענען מיטהאלטן קליפ און קלאר ווי נאריש און אומפארלעסליך די קליינקעפיגע אקעדעמיקער זענען...
 
מ'קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות, אז חז"ל האבן געהאט א טעות איבער די חשבון פון יארן (עפעס וואס נאר אזעלכע ווי ר' עזריה מן האדומים האבן זיך געוואגט צו זאגן) איז דאך זיכער אז זיי קענען האבן א טעות מיט דעם אז די וועלט שטייט נאר זעקס טויזענט יאר וואס די רמב"ם מאכט שוין אוועק
 
ווי מאכט דיר רמב''ם עס אוויר?
 
איך פארשטיי דיר נישט,
סיעוף ה' איז א סתירה מיניה וביה,
אויב גלייבסטו עפעס גייט געשעהן בכלל, דאן ביסטו אויף די זייט פון די חכמים און העסט ווארטן נאך אזא צוויי הונדערט יאר, און אויב האלטסטו ווי די אקדעמיקער אז סאיז אין קנאפע 35 יאר העט דאך במילא גארנישט געשעהן...
 
אז מען רעדט שוין פון די סוף, וואס טוט זיך מיט די אנהייב? לויט די חכמי האומות פון היינט, ווילאנג שטייט שוין די וועלט?

היינט הער איך איינער וואס רעדט מיט א פשטות פון 17 ביליאן יאר צוריק :cool:
 
אז מען רעדט שוין פון די סוף, וואס טוט זיך מיט די אנהייב? לויט די חכמי האומות פון היינט, ווילאנג שטייט שוין די וועלט?

היינט הער איך איינער וואס רעדט מיט א פשטות פון 17 ביליאן יאר צוריק :cool:
די אנגענומענע שאצונג אין די סייענטיפישע וועלט איז אז די יוניווערס איז קרוב צו 14 ביליאן יאר אלט, און אונזער וועלט איז עטוואס מער ווי 4 ביליאן יאר אלט.
 
דאכטצעך אין קבלה טוט זיך אז די וועלט גייט שטיין פאר א מספר פעמים 6000 יאר, ס'א מחלוקת פאר ווי סאך ו' אלפים'ס
דאן איז א מחלוקת ווי אונז האלטן
אפשר ביים ערשטן....
 
(אויב גלייבן מיר דערין...).
אויב גייט עס פאסירן וועט דאך עס פאסירן צו דו גלייבסט יא אדער דו גלייבסט נישט. אבער דאס אז די אקאדעמיקער מאכן א טעות אין זייער חשבון ביסטו נישט מסיפוק?
ד. דאס מיינט אז לפי די חשבון פון די אקאדעמיקער האלטן מיר בלויז ארום 35 יאר פאר די 6000 יאר ענדיגט זיך.
אין 35 יאר ארום וועסטו קודם טראכטן אז די אקאדעמיקער האבן געמאכט א טעות און די וואס חז"ל זאגן 215 יאר וועלן מיר מן הסתם נישט מיט האלטן איך גלייב די חז"ל ענדערשט ווי די אקאדעמיקער. פארוואס דען נישט. וואס זענען די אקאדעמיקער קליגער פון די חז"ל ?
בקיצור: ווארטס נאך אביסל צו מיט די סועסיידל מחשבות... עטס ווילטס עס נישט פארפאסן 🤪.
אנך 35 יאר ארום קענסטו זיך רואיג צוריק נעמען צו די סועסיידל מחשבות ווייל גארנישט גייט נישט דאן פאסירן. אוואדאי געוויס אויב, די ימות המשיח וועלן זיך אנהייבן פארדעם וועט דאך אלעס ממילא זיין מסודר. פארשטייט זיך.
 
אויב גייט עס פאסירן וועט דאך עס פאסירן צו דו גלייבסט יא אדער דו גלייבסט נישט. אבער דאס אז די אקאדעמיקער מאכן א טעות אין זייער חשבון ביסטו נישט מסיפוק?

אין 35 יאר ארום וועסטו קודם טראכטן אז די אקאדעמיקער האבן געמאכט א טעות און די וואס חז"ל זאגן 215 יאר וועלן מיר מן הסתם נישט מיט האלטן איך גלייב די חז"ל ענדערשט ווי די אקאדעמיקער. פארוואס דען נישט. וואס זענען די אקאדעמיקער קליגער פון די חז"ל ?

אנך 35 יאר ארום קענסטו זיך רואיג צוריק נעמען צו די סועסיידל מחשבות ווייל גארנישט גייט נישט דאן פאסירן. אוואדאי געוויס אויב, די ימות המשיח וועלן זיך אנהייבן פארדעם וועט דאך אלעס ממילא זיין מסודר. פארשטייט זיך.
איך פארגין זיך נישט צו מעקן די מעסעדזש אפי' אלע זענען מתנבים במחנה אחת. וואס זאל איך טוהן? איך בעהט אנטשולדיגונג איך האב נישט געליינט די אלע ענטפערס בעפאר איך האב געשריבן מיין ענטפער.
 
Back
Top