- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 548
- רעאקציע ראטע
- 2,644
- פונקטן
- 423
נאך איידער איך האב פארענדיגט דעם זאץ, האב איך שוין חרטה געהאט.
מיר זענען געזעצן, עטליכע געשוויסטער, ביי א פאמיליע מלוה מלכה אין מיינע עלטערן'ס הויז, און ווי דער מנהג ביי אונז, האבן בלויז די מוילמאכער פארדינט צו ווערן באמערקט. איך, ווי מיינע אנדערע שטילערע געשוויסטער, האבן נישט זוכה געווען צו די אויפמערקזאמקייט, נישט פון מיינע עלטערן און נישט פון די אנדערע געשוויסטער.
און דאן האט עס מיר געדרוקט ביים האלז. די דרשה פון א' סליחות וואס עס האט געלאזט הערן דער הייליגער רבי שליט"א אינעם ניי-איבערגעמאכטן ראדני.
"דער ענין פון ביי-האר", האט ער געלארעמט, "דאס איז דאך עפעס אויף וואס מען האט זיך מוסר נפש געווען אין אלע דורות!"
איז דאך @מרחשון אן אנגעליינטער, איז ער געווען זיכער אז דאס וועט זיין א גאלדענער געלעגנהייט צו פארדינען עטוואס נעגאטיווע אויפמערקזאמקייט, וואס איז צו יעדע צייט בעסער ווי גארנישט.
באוואפנט מיט קאווע שטיבל'ס תגלחת נשים שערוריה, האב איך אנגעהויבן טענה'ן אז דער רבי איז, זאל נישט אויסגערעדט זיין, בכלל נישט גערעכט. דאס איז נישט קיין זאך פון 'אלע' דורות, ניטאמאל איז קלאר ווען און פארוואס עס האט זיך איינגעריסן, וכו' וכו', כאילו איך האב דורכגעטוהן דעם נושא.
דער פלייץ פון קאנטער אטאקעס האט מיר געכאפט אין סורפרייז.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט א סעמי רואיגע רעאקציע אז עס שטייט דאך שוין אין זוהר הקדוש, אויף וואס איך האב געענטפערט אז פאר לאנגע יארן נאכ'ן אנטדעקן דעם זוהר הקדוש איז דער מנהג נאכנישט געווען פארשפרייט, אזוי אז דער זוהר הקדוש איז נישט קיין פאסיגע מקור.
דערנאך זענען געקומען מעשיות פון צדיקים וואס האבן קלאר געזאגט אז דאס איז חמורות שבחמורות, אויף וואס איך האב תמימות'דיגערהייט געפרעגט "וואס איז דער לאגיק דערפון?"
און דא האב איך געקניידלט דעם טריגער. לאגיק? מאן דכר שמיה?
"מענטשן וואס דארפן אלעס פארשטיין, קומען אלע אן דא!" האט א שוועסטער געשריגן, צייגנדיג מיט די פינגער די מערסטע אראפ וואס זי האט געקענט.
"וואו ליינסטו לעצטנס די אלע זאכן?" האט א שוואגער געשריגן, כאילו די אמת'דיגקייט פון א זאך ווענדט זיך וואו מען ליינט עס.
"אמונה קענסטו מיר יא אויפוויייזן? סוף כל סוף מוזסטו ממילא אנקומען אז איך בין א נאר און איך גלייב!" האט א דריטער געשריגן, בשעת איך וואונדער מיך צי איך קען נישט פונקט אזוי קלעימען אז איך בין א נאר און איך גלייב נישט. אויב שוין א נאר, פארוואס נישט גלייבן אין מענדעלע וויזניצער?
זיץ איך דארט אונטער א מבול פון אויפמערקזאמקייט, און עס שווימט מיר ארויף אן אלטן מעלות ארטיקל.
יענע ארטיקל האט זיך גערעדט פון א בעלת תשובה וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטרענג קריסטליך היים, און אייביג געהאט קשיות. פארשטייט זיך אז אירע עלטערן האבן איר אנגעשריגן פאר'ן האבן די אלע קשיות, און איר געשיקט צום גלח, וכו', וכו', שטאפ אליין אריין אלע אינהאלטספולע בליצן וואס א. כ"ץ פארקויפט, ביז זי האט ענדליך אנטדעקט דעם 'אמת' און זיך מגייר געווען, צום אנטריסטונג פון איר גאנצע פאמיליע. אזא העלדין!
די מוסר השכל? גיי פיגער. מסתמא אז די קריסטן זענען נאריש און בלינד גלייביג, און בלויז ביי אונז אידן קען מען פרעגן אלע קשיות.
און איך זיץ דא אונטער'ן שטראם פון קללות, און וואונדער מיך צי אזוי האט נישט געשפירט יענע העלדין ביים פארשטעלן אירע קשיות פאר אירע עלטערן.
אבער איך האב דאך געמיינט אז די אידן פארמאגן יא די תירוצים! איז עס טאקע בלויז א סקעם?
אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא.
שוין נאכ'ן אהיימגיין פונעם גייסטרייכן מעמד, באקום איך א טעקסט פון א שוועסטער וואס ווארנט מיר אז איך זאל אויפהערן ליינען די אלע 'נאנסענס', פאר מיין אייגענע טובה, און טראכטן פון די עתיד פון מיינע קינדער, וכו', מיט נאך עטליכע שאנטאזש רייד פון אונטן אז דאס קומט בלויז פון פעין, (וואס איז האלבוועגס אמת) און אויב וועל נישט אויפהערן וועל איך אויסזען ווי פלוני אלמוני.
ווען איך האב פראבירט איר צו ערקלערן אז אייגנטליך מאכט מיר די חקירה נאך אמת בדרך כלל בלויז שפירן בעסער, און א גאנץ יאר בין איך עכט פרייליך און געזונט, א דאנק מיין טעראפיסט, האט זי ריפלייט אז עס קען נישט זיין אז איך בין פרייליך, ווייל דאן וואלט איך זיכער נישט געזוכט, נאר געווען צופרידן.
אוי לי ואבוי לי, אז דאס איז וויאזוי מאנכע רעפרעזענטירן אידישקייט.