דיין זיפער איז אפן

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
192
רעאקציע ראטע
505
ס'מאכט זיך אסאך מאל אומבאקוועמע סיטואַציעס אין א מענטש'נס לעבן, אזוי אומבאקוועם אז אפי' פאר די ארומיגע איז אומבאקוועם
למשל אן אפענער זיפער, א רינענדיגע נאז, אדער א שטינקעדיגע מויל.
אמאל פלעג איך מיינען אז ס'בעסער צו איגנארירן און זיך מאכן ווי מ'זעהט נישט, הערט נישט, און שמעקט נישט.

אבער טראכט אריין ווען די מעשה איז ווען מיט דיר
ווילסט אריין גיין צו א חתונה מיט אן אפענע זיפער?
ווילסט אריין גיין צו א וואך נאכט מיט א רינענדיגע נאז?
ווילסט אריין גיין צו א מיטינג מיט א שטינקעדיגע מויל?

גיב אוועק א טראפ פון דיין באקוועמליכקייט און זאג פאר דיין חבר זיין פראבלעם
איך ווייס אז ס'זייער זייער שווער און אומבאטעמט אבער דאס איז אן אמת'ע חסד של אמת, גייסט לכאורה קיינמאל ווערן באצאלט פאר עס - מיט גוטן'ס זיכער נישט.
 
זייער א גוטע נקודה און הערליך ארויסגעברענגט.

ווען מ׳געט אוועק אפאר מינוט זיך צוצוגרייטן עס צו זאגן מיט א געטריישאפט אנשטאט א קאלטקייט, אין א וועג וויאזוי דו וואלסט הנאה געהאט צו הערן אזא זאך אויב ביזטו אין יענעם׳ס שיך - דעמאלס קען גאר זיין דו וועסט יא באצאלט ווערן מיט גוטס- נישט קיין פיזישע מתנה אדער געלט אבער הכרת הטוב.

1️⃣ ביים צאמרעכענען אין א גראסערי האט מיך די קאשיער אמאל געלאזט וויסן אז מיין זיפער איז אפן און איך בין אזוי דאנקבאר נאך ביז היינט! (יענער האט עס דעליווערט מיט ליבשאפט נישט חוזק בכלל, אפילו בארוהיגט אז ס׳געשענט צו אלע פון אונז. כאטש כ׳האב געפילט ווי די ערד שלינגט מיך איין פאר בושה, האט עס מיר אבער געהאלפן אסך!)

2️⃣ ווען ס׳קומט צו א שטינקענדיגע מויל איז שוין עפעס אנדערש. איך געדענק איינע פון מיינע עלטערן איז געווען זייער סענסעטיוו צו שמעק און פלעגט מיר כסדר איבערהאקן אינמיטן א passionate sharing about my day מיט די דרינגענדע שאלה: ווען האסטו לעצט געפיצט דיינע ציין?
קען זיין די בושה פאר זיי: אז איך האב זיך אזוי געדרייט צווישן חברים -איז געווען די דרייווינג פאָרס צו מאכן אזא שארפע interruption אינמיטן דערציילן מיין מעשה, אבער ס׳האט וויי געטון.

בפרט אז ביי מיר פלעגט עס זיין אן אפטע ערשיינונג אז די מויל האט געשטינקען אפילו ווען כ׳האב געפיצט די ציין- כ׳האב אפט געליטן אויף סטרעפ (און דאס האט א געוויסע heavy שמעק) און אפילו אין טאג טעגליכן לעבן האט סטרעס מיר effected זייער שטארק די מאָגן און ביי אסך מענטשן ריזאלט עס אין א שטינקעדיגע מויל ווען די מאָגן איז נישט אין ארדענונג
די סטרעס איז נישט עפעס וואס כ׳האב געקענט טוישן, ווייל ב׳נאטור בין איך א טיף פילנדיגער מענטש און ס׳עפעקט מיר די אטמאספער וואו איך בין, אסך מער ווי פאר אנדערע. So וואס בין איך שילדיג אז מיין מויל האט געשטינקען...

3️⃣ די רינעדיגע נאז איז שוין אביסל מער א בושה אפשר. ווייל אין אונזער סעסייעטי מיינע מען אז דאס איז א נאכגעלאזנקייט, ווען באמת איז דאס אויך א סימן פון סטרעס- ווען ביי איינעם זענען די נאז נערוון פארשטאפט און ער פילט נישט אז ס׳רינט. ס׳זייער ווייטאגליך, בפרט אלס קינד ווען מ׳קען ליידן bullying פון דעם (וואס לייגט אוודאי צו נאך סטרעס)

יעדע זאך וואס מ׳זאגט מיט סענסעטיוויטי און care - חס ושלום נישט מיט ביטול אדער blame, קען העלפן א געוואלד פאר יענעם (אזויווי דו האסט געזאגט ס׳איז א חסד)

נ.ב. מיין זון, ווען זיין מויל שמעקט און איך ווייס אז ס׳נישט וועגן די ציין ווייל ער פיצט עס ערליך, זאג איך אים: היינט ווען דו רעדסט מיט חברים- גיי נישט זייער נאנט, ווייל דיין מויל האט א שמעק

אבער איך זאג עס נישט אין א וועג ער זאל מיינען אז ס׳עק וועלט און ס׳שטינקט געפערליך- (ווייל באמת ב״ה שטינקט עס נישט אזוי געפערליך ווי ביי מענטשן וואס האבן ערנסטע פראבלעמען אין מאָגן) אבער סך הכל, מיט׳ן צולייגן אביסל מחשבה קען מען שפּאָרן לכאורה אסך ווייטאג.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב איין צופרי געדארפט וואקן א לאנגע וועג, אזוי כמעט סוף וועג טרעף איך די ספאנישע גוי פון די גראסערי אויף די גאס און ער ווייז מיך אז מיין זיפער איז ברייט אפען פאר די פובליק, אויפן וועג האב איך געטראפן גענוג חבירים און קרובים אבער זעהט אויס זיי האבן זיך געשעמט צו זאגן.
 
לעצט רעדאגירט:
ס'מאכט זיך אסאך מאל אומבאקוועמע סיטואַציעס אין א מענטש'נס לעבן, אזוי אומבאקוועם אז אפי' פאר די ארומיגע איז אומבאקוועם
למשל אן אפענער זיפער, א רינענדיגע נאז, אדער א שטינקעדיגע מויל.
אמאל פלעג איך מיינען אז ס'בעסער צו איגנארירן און זיך מאכן ווי מ'זעהט נישט, הערט נישט, און שמעקט נישט.

אבער טראכט אריין ווען די מעשה איז ווען מיט דיר
ווילסט אריין גיין צו א חתונה מיט אן אפענע זיפער?
ווילסט אריין גיין צו א וואך נאכט מיט א רינענדיגע נאז?
ווילסט אריין גיין צו א מיטינג מיט א שטינקעדיגע מויל?

גיב אוועק א טראפ פון דיין באקוועמליכקייט און זאג פאר דיין חבר זיין פראבלעם
איך ווייס אז ס'זייער זייער שווער און אומבאטעמט אבער דאס איז אן אמת'ע חסד של אמת, גייסט לכאורה קיינמאל ווערן באצאלט פאר עס - מיט גוטן'ס זיכער נישט.
Wow הערליך ארויסגעברענגט!
וואס ס'ליגט נישט אלץ אין ואהבת לרעך כמוך
 
ארויסשפאצירן מיט די שלאף קאפל קען אויך אריינגיין אין די זעלבע קאטעגאריע..
נישט ממש, רוב מענטשן וועלן זיך נישט פילן אומבאקוועם צו זאגן פאר א חבר אז די האסט דיין שלאף קאפל.
 
איך האב איין צופרי געדארפט וואקן א לאנגע וועג, אזוי כמעט סוף וועג טרעף איך די ספאנישע גוי פון די גראסערי ווי איך קויף אויף די גאס און ער ווייז מיך אז מיין זיפער איז ברייט אפען פאר די פובליק, אויפן וועג האב איך געטראפן גענוג חבירים און קרובים אבער זעהט אויס זיי האבן זיך געשעמט צו זאגן.
יאפ, געהאט די זעלבע מעשה, פארגעסן צוצומאכן דאס זיפער אין מקוה און קיינער אין בית מדרש האט נישט געזאגט, שפעטער ווען איך בין אהיימגעגאנגען בשעתן זיין אין די עלעוועיטער מיט מיין שכנ׳ס ווייב האט זי מיר געזאגט
 
וואס? האב איך גוט געליינט?! דאס הערט זיך צו מיר ווי א חידוש
נישט די וואס האבן נישט געזאגט נאר דער וואס האט יא
 
עס איז דא א אלטע סלאגאן.עס גייט עפעס אזוי.
א פאלטשע חבר וועט די צומאל זאגן גוטע ווערטער וואס וועט דיר וויי טאן שפעטער.
א אמת'דיגע חבר וועט דיר נישט אייביג זאגן וואס דו וואלסט געוואלט הערן, אבער דו וועסט אין דאנקבאר זיין נאכדעם.
 
עס איז דא א עצה צו גיין מיט גאר א לאנגע טלית קטן אין מען דארף מער קיינמאל נישט צומאכען די זיפער.
אדער ארויפציען די הויזן געניג הויעך אז די זיפער וועט אויסקומען אינטערן וועסטיל
 
די עצה
אדער ארויפציען די הויזן געניג הויעך אז די זיפער וועט אויסקומען אינטערן וועסטיל
וואס איז די אויפטו פון האבען א זיפער? סתם פאר דיזיין?

צוריק צו די טאפיק, עס איז א שווערע דיסידזשען וואס צו טוען, פארשפארען יענעם בושות אין בשעת מעשה אים מאכען בושות.
 
עס איז א שווערע דיסידזשען וואס צו טוען, פארשפארען יענעם בושות אין בשעת מעשה אים מאכען בושות.
די שווערע דיסידזשען איז, האסטו באלס צו טון די ריכטיגע זאך? אדער נישט?
 
איך האב א חבר וואס קען נישט פארטראגן ווען יענעם׳ס מויל שמעקט, סאו ער האט כסדר מינט און רעקאולע קענדיס אין טאש, און ווען ס׳פעלט אויס נעמט ער ארויס איינס פאר זיך און אפפערט אויך א קענדי פאר׳ן חברותא מיטן תירוץ אז ער שעמט זיך פשוט צו עסן אליינס.
 
Back
Top